Yiddish with an Aleph

חסידישער בלאָג: ווי וואָלט די ייִדישע וועלט אויסגעזען אָן מדינת־ישׂראל?

Hasidic Blog: 
What Would the Jewish World Have Been Like Without Israel?

פֿון בן ציון אָדלער

  • Print
  • Share Share
Wikimedia commons

וויאזוי וואלט די יידישע וועלט אויסגעזען היינט, אויב זיבעציג יאר צוריק, וואלט ווען נישט אויפגעשטאנען א ״יידישע מדינה״.

די צעבראכענענע צעקלאפטע פאר׳חרוב׳טע יידיש פאלק איז דאן געווען צעזייט און צעשפרייט אין דער גלות וועלט, היטלער ימח שמו האט ליידער געהאט הצלחה מיט זיין ביטערן פלאן, און געמאכט אייראפע כמעט אינגאנצען ״יודען ריין״.

״שנאת ישראל״, אנטיסעמיטיזם, איז נאך נאצי-דייטשלאנד געווארן שוואכער, ווייל די וועלט האט דאן געהאט ריזיגע סימפאטיע פאר די ליידן פונעם יידישן פאלק. יעדער האט געוואלט אויפווייזען, כאטש לפחות, אז זי העלפט צוריק אויפבויען דאס חרוב געווארענע פאלק.

וואס וואלטן מיר ווען יא געהאט?

  • מיליאנען יידן אין אמעריקע וואלטן ווייטער געהאט זייער לעבן ווי פאר דעם, די סעקולערע וואלטן ווייטער געווען פארנומען מיט זייער גאנג, פרומע יידן וואלטן ווען עקסזיסטירט ווי א יידיש פאלק, וואס איר נאציאנאלע אוצר איז תורה און אמונה, און שמירות המצות. די זעלבע אין אנדערע פרייע מדינות ווי קאנאדע און ענגלאנד, און דרום־אמעריקע.

  • אין די מוסולמענישע לענדער, איראן, איראק, תימן, ליביע, סיריע, עגיפטן, וואס האבן געהאט צענדליגער טויזענטער יידן, וואלטן די יידן דארט געבליבן וואונען רואיג, טיר ביי טיר ביי זייערע אראבישע שכנים, פונקט ווי זיי האבן דארט געוואוינט הונדערטער יארן פארן וועלט קריג.

  • אין ארץ ישראל, ווען די ״ציוניסטישע״ גרופעס וואלטן זיך ווייטער געשלאגן מיט זייערע פיינט, די אראבער און די ענגלענדער, און געלאזט צורו די פרומע יידן, וואלט מען נישט געצוואנגען מענער און פרויען צו גיין אין ״מיליטער״, עס וואלט געהייסן ״פאלעסטינא״, א ״דעמאקראטישע״ מדינה, געפירט דורך די ענגלענדער.

  • וואס וואלט מען געטון מיט די מיליאן פליטים אין אייראפע אין די לאגערן, און פון די סאוועטישע לענדער?

ווי שטארק די לענדער האבן נישט געוואלט ארייננעמען צו זיך יידן, וואלטן זיי נישט געהאט קיין גרויסע ברירות, נאר עפענען זייערע טויערן פאר א פאלק וואס האט נישט קיין לאנד, אזוי ווי אלע יידן פון אייראפע האבן אימיגרירט אין די הונדערט זיבן און צוואנציג מדינות פון דער גארער וועלט.

די ציוניסטישע שפראך: ״עברית״ וואלטן נאר גערעדט די פארברענטע ציונים אין ארץ ישראל. אין אזיע און אפריקע וואלטן יידן גערעדט ווייטער אראביש-ספרדיש, ערגעץ אנדערש וואלטן ווען רוב יידן זיך באנוצט מיט אונזער באליבטע מאמע לשון. ״יידיש״ וואלט ווייטער געשפרודעלט און געוואקסן ווי אין אמאליגע גוטע צייט, אין דער ״אלטער היים״. שטעלט אייך פאר ווי די יידן וואלטן זיך ווען דאן מחיה געווען מיטן יידישן פארווערטס?

וואס וואלטן מיר ווען נישט געהאט?

  • א יידישע מדינה וואס לערנט אויס אז דער פונדאמנעט פון דעם יידישן פאלק איז ״אן אייגן לאנד״. מיר וואלטן ווען טאקע געווען נאך אלץ אין גלות ביי פעלקער, אבער נישט אין ״גלות״ אין א יידישע מדינה, איז וואס איז דער אונטערשייד?

  • עס וואלט ווען נישט געברענט און געפלאקערט די גרויסע וויסטע פיינטשאפט וואס די אראבער האבן היינט צו יידן. יידישע אוצרות פון די אראבישע לענדער וואלט ווען געבליבן אין יידישע הענט, די אראבער וואלט זיי נישט צוגע׳גזלט פון אונז. טויזענטער ״ילדי תימן״ ״ילדי מארקא״ ״ילדי טעהארן״, וואלטן ווען געבליבן ביי זייערע עלטערן, טראדיציאנעלע יידן, און נישט צוגערויבט געווארן פון זייער היים און פון זייער אמונה.

  • מיר וואלטן ווען נישט געהאט אן ארמיי אין א יידישע מדינה, עס וואלט ״נישט״ געפעלט די איין און צוואנציגע טויזענט (21000) יידישע נפשות וואס זענען ליידער גע׳הרג׳ט געווארן, יתומים און אלמנות וואס וויינען אויף זייערע אומגעקומענע קרובים, צוליב יידישע מלחמות וואס די מדינה האט געפירט זייט איר אויפשטייג, אין צוגאב וואלטן געפעלט די צענדליגער טויזענט בעלי מומים וואס זענען ליידער פארקריפלט געווארן אין די מלחמות.

  • עס וואלטן נישט געווען פארזאמלט זיבען מיליאן יידען אין ארץ ישראל, ארומגענומען פון בלוט׳דורשטיגע חיות ווען קעגן יעדן ייד איז דא 5 אראבער וואס זענען גרייט זיך אויפצורייסן און הרגענען, גאט זאל באהיטן. יידן וואלטן ווען געווען צעשפרייט צווישן די גויים, און די פעלקער וואלטן נישט געהאט קיין ״תירוץ״, אז ״מדינת ישראל״ איז שולדיג אין אלע צרות.

מען האט אמאל געפרעגט דעם סאטמאר רבי יואל טייטלבוים, אויב ווי א יידישער פירער, קומען צו אים ביידע זייטן, די אראבער און די פירער פון די ״יידישע מדינה״, ביידע לייגן אראפ די געווער און ווילן וויסן וואס טוט מען ווייטער? האט ער געענטפערט: איך וואלט געזאגט, מען זאל איבערגעבן די פירערשאפט פון דאס לאנד פאר די ״יו־ען״, זאלן זיי פירן דאס לאנד צום גוטן.

די סאטמאר׳ע שיטה איז אבער נישט געווען מען זאל גיין צוזאמען מיט די אראבער פראטעסטירן, צוזאמען שטעלן מיט בלוט׳דורשטיגע חיות, כדי ארויסווייזען פאר די וועלט אז מען איז קעגן מדינת ישראל. דער סאטמארער רבי האט געלעבט אין אמעריקע דריי און דרייסיג יאר, ער אליין האט דא געמאכט עטליכע פראטעסטען קעגן די גזירות אין ארץ ישראל, אבער אליין, קיינמאל האט ער זיך נישט ארויסגעוויזען דאס מינדסטע שטיצע פאר די אראבישע קעניגען און מאכטן. ווי אן אחריות׳דיגער מנהיג ישראל, האט ער נישט געוואלט געבן קיין שום חיזוק פאר בלוטיגע רציחה אויף יידישע נפשות, און בכלל אויף דער מענטשהייט.