Yiddish with an Aleph

הײַנטיקער דור חסידים זענען שטאָלצער ווי דער פֿריִערדיקער

Today's Young Hasidim are Prouder Than Their Fathers Were

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אין די ערשטע יארן פון חסידים אין אמעריקע, איז געווען א נארמאלע דערשיינונג, אונזערע טאטעס זאלן חול המועד גיין ארבעטן. ווי קען מען זיין אויף „ברויט אין שטוב״? האבן זיי געקלערט. דאן איז געווען גרויס ארעמקייט ביי די „גרינע״ יידן, קיינער האט זיך נישט געקענט פארגינען א טאג נישט צו ארבעטן. חוץ דעם זענען די ארבעטגעבער געווען א סך שטרענגער. די „גרינע״ האבן געארבעט ביי יידן וואס האבן געוואוסט די טרוקענע הלכה, אז פאר א „דבר האבד״, אן ארבעט וואס אויב מען טוט עס נישט היינט, ברענגט עס א געלט שאדן, מען מעג ארבעטן אין חול המועד, האט מען זיי נישט געקענט איינרעדן „לאקשן אין בויך״, אז מען טאר נישט ארבעטן אין חול המועד.

היינט איז אנדערע צייטן, חסידים שטייען אין א געוויסן זין „אויף די אייגענע פיס״. זייער א סך ארבעטן ביי פירמעס פון חסידים וואס זענען נישט מקפיד, אבער אויך נישט־יידישע ארבעטגעבער וועלן האבן פארשטענדעניש, אז לויט די הלכה קען מען נישט ארבעטן א גאנצן פסח, בלייבן די מענער אינדערהיים.

„הייסע חסידים״ פון רבי׳ס וועלט פארברענגען מיט זייערע בחורים און קינדער ביים „טיש״. אבער פסח איז נישט דא אזויפיל רבי׳שע טישן, און אויך נישט קיין שמחת בית השואבה׳ס אזוי ווי עס איז דא חול המועד סוכות.

זיצט דער מאן צוזאמען מיט די קינדער אין שטוב, קיין חדר און סקול איז דאך נישט דא, הייבן זיך אן די ריכטיגע פראבלעמען…..

די מאמע זאגט, אויב דער טאטע איז טאקע אינדערהיים, פארוואס זאל מען נישט טאקע ארויסגיין „חול המועד האלטן״? די קינדער שאקלען צו מיטן קאפ, און פארוואס טאקע נישט? נו, הייבטס זיך אן די דאגה: ווי פירט מען זיי?

צום אלעס ערשטען וועלן די קליינע קינדער אנהייבן צו מוטשען טאטע־מאמע, ווען קויפט מען שוין דעם אפיקומן? די קינדער זענען נישט מוותר דערויף און פארלאנגען עס שוין איצט. אויך פארשטייט יעדער אז אויב שוין קויפן דעם אפיקומן זאל מען קויפן נישט בלויז פאר יענעם קינד וואס האט געפונען דעם אפיקומן, נאר פאר אלע קינדער עפעס. וועט מען צוזאמען נעמען איין טאג די קינדער זיי ארומטראגן צו אלע שפילצייג־געשעפטען.

היי יאר למשל, וועט איר טרעפען חסידים אין אלע „טויס אר אס״ [Toys R Us] געשעפטן, וויבאלד יעדער ווייסט זיי גייען ארויס פון ביזנעס, קען מען דאך דארטען טרעפן גרויסע מציאות….

איין טאג חול המועד, וועט מען געוויינליך גיין באזוכען די עלטערן, טאטע־מאמע, שווער און שוויגער, אויב האט מען נישט, וועט מען פארן צו גאסט צו אן עלטערן ברודער אדער שוועסטער, אדער אן אלטן פעטער אדער מומע.

דער טאג פון „באזוכען״ איז באמת דער שפיץ פון חול המועד, אויף דעם ארבעטן מאמעס זייער שווער. גלייך ביים איינקויפן אויף יום טוב וועט די יונגע ווייבל טראכטן, אז אויב זי וועט זיך אנטוען שיין און איר קליין עופה׳לע שיין, ריין, צוזאמענגענומען, געמאכט די האר, דעם זונס פיאות באשמירט מיט דיפעדי־דו [dippity-do] קען זי באקומען א קאמפלימענט פון די מאמע־שוויגער, און אז נישט וועט עס איר שוועסטער, שוועגערין באקומען. דערפאר וועט זי זיך אנשטרענגען אז דאס איינע מאל ווען מען גייט צו גאסט, זאלן די קינדער זיין אנגעטון פון שענסטן און בעסטן, זאלן גלאנצען ווי גאלד, און שמעקן ווי פון גן עדן…. עס מוז זיין, נישט אינגאנצען יום טוב׳דיגע און נישט אינגנאצען וואכנדיגע, נאר דווקא עפעס אינדערצווישן, ״חול המועד׳דיג…. עס קומען זיך צוזאמען דריי, פיר, פינף, ביז צען משפחות, און מען פארברענגט געשמאק צווישן זיך.

די משפחות רייזן ארום גאנץ ניו יארק. א סך וואוינען אין מאנסי און זייערע עלטערן אין בארא פארק. פארט מען עטליכע שעה אהין און צוריק, זיצען די פארלעך ביי די עלטערן און פארברענגען. מען שטעלט זיי צו איבערבייסן, א קאווע, קוגל, ניס, פרוכט, מילכיגס, און א סך מאל וואשט מען זיך אויף מצה, פיש, און פלייש, דאס פארנעמט ביז די שפעטע נאכט שעהען, אמאל ביז צוועלף, ביז מען גייט אהיים און מען לייגט די קינדערלעך אין בעט אריין.

א סך משפחות זענען גאר פרום, זיי וועלן זיך נישט „מישן״; אפילו מיט אייגענע עלטערן, וועט מען „גארנישט עסן״. נאר טרינקען סאדע וואסער, אדער טרויבן זאפט.

דעם אנדערען טאג חול המועד פרעגן די קינדער ווייטער: ווי גייט מען היינט? די חסידישע צייטונגען און אויסגאבעס העלפן דערצו. אויף פסח דערשיינען דארט לאנגע רשימות פון פארוויילונגס־פלעצער, פארשטעלונגען, מאוזעומס, „ריידס‟ אין א פארוויילונג־פארק און סתם שיינע פלעצער.

ס‘רוב פון די ערטער זענען צוגעפאסט פֿאר פֿרומע יידן. א חסיד וועט בדרך כלל נישט גיין אויף א פארשטעלונג וואו מענער און פרויען שפילן צוזאמען, צי א פילם וואס שפילט זאכן קעגן דער תורה אדער יידישע אמונה. לאזן זיך ארויס גאנצע מחנות פון משפחות פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנרא, לעקוואוד. און מען פארט לענגאויס פון ניו יארק, ניו דזשערסי, לאנג איילאנד, סטעטן איילענד.

א סך וועלן פארן אין „בראנקס זו״, צו די חיות און בהמות. אין מאנסי-מאנרא וועלן א סך באזוכען לאקאלע פארקן מיט „ריידס‟. אויך ברענגט מען אראפ ריידס צו די יידישע געגענטן. געוויסע מוסדות החינוך דינגען שוין פון פאר יום טוב ביי א געוויסע קאמפאני, א „טאג״ פון חול המועד, בלויז פאר זיי, קומען הונדערטער קינדער צוזאמען מיט זייערע מחנכים, לערערס, צו א שיינע אויסשטעלונג אדער שפיל.

עס איז אינטערעסאנט צו זען דעם אונטערשייד פון אמאל און היינט. „בלויז״ צען אדער צוואנציג יאר צוריק ווען א טאטע איז געפארן מיט זיינע קינדער „חול המועד האלטן״, האבן זיי זיך אביסל צוגעשטעלט צו די „סעקולערע גאס״, דער טאטע האט זיך אנגעטון דעם „וואכנדיגע היט״ און געלייגט זיינע פיאות אונטער די אויערן. היינט ווען די גאנצע וועלט איז „אויפגעקלערט״, יעדער גייט זיך אויף זיין אייגענע וועג, וועט איר טרעפען טאטעס און מאמעס גייען אין די סעקולערע ריידס און שפילן, ווי ביים „טאטען אין וויינגארטען״, דער טאטע וועט נישט אויסטאן זיין שטריימעל, נאר דווקא מיט זיינע אלע זיבן בגדים, אריינגערעכט די ווייסע זאקן און לאנגע בעקיטשע, גיין מיט זיינע זין און טעכטער, צו יעדעם פלאץ אין דער וועלט. מען קען זאגן אז דערמיט איז: אכשור דרי.