Yiddish with an Aleph

איז דער הײַנטיקער כּהן־מיוחס טאַקע אַזאַ מיוחס?

Is It Really So Special To Be a Kohen Today?

פֿון יהושע כּהנא

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ווי א כהן מיטן נאמען כהנא, קומט מיר לעצטנס אויס זיך אביסל אריינצוטון אין דעם נושא פון א כהן, וויאזוי דער כהן ווערט פארערט ביים פאלק, זיינע אויפגאבעס און זיינע איסורים, און וואס עס מיינט היינט צו זיין א כהן. 

לאמיר כאפן א בליק אין דער וועלט פון דער היינטיגער כהונה:

פרומע אידן וועלן ארויסווייזן א שטיקל ערע צום כהן. ווען איינער שטעלט זיך פאר ווי א כהן אדער מיט א נאמען וואס צייגט זיין כהונה, וועט ער אפט מאל שיין באגריסט ווערן. דאס גייט שוין אזוי אטאמאטיש: „אַאַ, א כהן?! פששש…‟ טייל שפירן באמת א זכות זיך צו באגעגענען אדער האבן א שייכות מיט א כהן. ביי טייל איז אפילו א יחוס זיך משדך צו זיין מיט א כהן. 

א שילעכל וואס באקומט א נייעם כהן מעמבער וועט זיך געווענדליך זייער פרייען, ווער רעדט אז ער איז דער איינציגער אדער כמעט דער איינציגער כהן, איז עס א מציאה גדולה: “אאא, מיר האבן שוין א כהן!” אדער “יעצט וועלן מיר שוין האבן צוויי כהנים צום דוכענען!”. דער כהן ווערט ווי דער מיוחס’ל פונעם שול, יעדער שבת באקומט ער די ערשטע עליה לתורה, מען וועט אים מכבד זיין מיטן אנפירן דאס בענטשן. טאמער פירט אן אנדערער אן דאס בענטשן וועט יענער זאגן “ברשות כהן” כאפנדיג דערביי א פריינדליכער בליק אויף דעם איינציגן כהן אינעם שטיבל. 

פארמאגט א שילעכל א גאנצן טוץ כהנים, וועט מען עס אנרופן “עיר שכולו כוהנים”. דער נייער כהן מעמבער וועט באגריסט ווערן ווי אן איבערפלוס פון גאלד: “אאא, נאך א כהן, קוים א מנין און האלב דערפון — כהנים.” (אין א גרויסער שיל איז שוין אביסל אנדערש, דארט איז געווענדליך סיי ווי דא גענוג כהנים, איז ער שוין נישט אזא מיוחס).

רוב כהנים האבן שוין מיטגעהאלטן דאס כהן בארגעריי פאר דוכענען אום יו”ט [יום־טובֿ]. עס קומט אריין א בחור’ל אדער יונגערמאן אין דער גרויסער צענטראלער שיל פונעם געגנט און זוכט אפיר א כהן וואס זאל מסכים זיין אריבער צו קומען דוכענען אינעם קליינעם שכינות’דיגן שילעכל. אין חוץ לארץ ביי די אשכנזים אז מען דוכענט בלויז יו”ט איז א דאווענעכץ אן קיין דוכענען א גרויסער חסרון אינעם שמחת יו”ט, עס פעלט צום יום טוב’דיגן שלימות. טייל ווילן באמת די ברכות, מען וועט זיך אינאיינעם מיט די קינדער באהאלטן אינעם טלית און מיט ערנפארכט זיך צו הערן צו די מלאכישע קולות פון די כוהנים ביים עמוד ווי זיי בענטשן דאס פאלק.

עס איז נישט זעלטן אז א איד זאל בעטן ביי א כהן א פריוואטער “ברכת כהן”. ביי חסידים זענען די רבישע אייניקלעך א שטיקל קאנקירענץ צו די כהנישע הירערכיע פון ברכות אבער עס זענען נאך פארט פאראן “אלטמאדישע” אידן וואס גלייבן מיט אן ערנסטקייט אינעם “ביבלישן” ברכת כהן. ביי די ספרדים איז עס א שטיקל גרעסערער זכות. 

טייל וועלן אפילו מכבד זיין דעם כהן מיט א “וקדשתו” (די מצווה פון מכבד זיין דעם כהן), מען וועט אים לאזן זיין דער ערשטער זיך צו וואשן ביי שלוש סעודות, אדער אכטונג געבן אים נישט אויסצוניצן, ווי למשל אריבערפירן א פלאש סאדע פונעם אנדערן זייט טיש. די סארט כיבודים זענען, פארשטייט זיך, בלויז לייכטע אויסדרוקן פון כבוד; אין רעאליטעט פון לעבן איז דער כהן גארנישט מער מיוחס פון זיין ברודער, דער ישראל. א ביסעלע כבוד און אויפמערקזאמקייט שאדט נישט קיינעם, דא און דארטן האט דער כהן הנאה דערפון און דער כהונה זיינער דערהייבט אביסל זיין סטאטוס. 

א בחור’ל א כהן ביי די בר מצווה קען שוין קוים ווארטן אויף יום טוב מוסף אויף דער מאמענט צו בארגן א טלית און זיך איינוויקלען דערין מעשה דערוואַקסענער, צוזאמען מיט אלע כהנים, ער איז מער נישט סתם א בחור’ל. ער ווערט דער כהן פונעם כיתה, פלוצלינג א מיוחס’ל.

א פייערל צינדט זיך אן ביים כהן יעדעס מאל דער גבאי רופט אויס פארן ליינען די תורה: יעמוד…

„אפשר מיינט מען מיך?…

„יעמוד, איז דא דא א כהן? איז דער חתן א כהן?‟ מיט א שעמעוודיגער בליק ווינקט דער כהן צום גבאי. “יא, אט בין איך, איך בין א כהן!”, דער פראבלעם איז נאר ווען צו די זעלבער צייט ווינקט א צווייטער יונגערמאן אויס זיין כהונה… 

און אפגעהיט זאל מען ווערן פון כהנישער פאליטיק. געווענדליך קומען זיך כהנים דורך, א פדיון הבן, דעמאלס קען זיך מאכן א שטיקל קאשמאר, עס איז א זעלטענער דערשיינונג און אז די ”קאנקורענץ” באקומט די כהונה קען עס צומאל אויפברענגען אומאיינגענעמע געפילן. אזעלעכע פעלער מאכן זיך אבער זעלטן.

ביי כהנישע פאפולארע פיגורן, צו זענען זיי רבי’ס אדער זינגער, וועט זייער כהונה עפעס צוגעבן צו זייער פאפולערקייט. באקאנט איז דער אלטער קאנאדישער יידישער זינגער און פאעט, לענארד כהן ז”ל, ווי ער פלעגט אפט בענטשן די צוהערער מיט א ברכת כהן. 

א ספעציעלער חשיבות פארמאגט א “כהן מיוחס”, דאס איז א כהן וואס שטאמט פון אלטע באוואוסטע כהנישע משפחות. אפט מאל פארמאגן די מיוחסים א כהנישער יחוס־בוים וואס גייט צוריק ביז די צייטן פונעם בית המקדש. אזעלעכע כהנים וועלן זיין “גייענדע סחורה”, מחמירים אין הלכה וועלן אפירזוכן דוקא אזעלעכע כוהנים פאר א פדיון הבן.

דאס זיין א כהן איז אבער נישט נאר א טשאטשקאלע פאר אביסל אויפמערקזאמקייט און זיך יוחס’ן. דער כהן פארמאגט דריי פארפליכטונגען, וואס דער געווענדליכער איד פארמאגט נישט.

1) דוכענען. פאר אן אשכנזישער חוץ לארץ’דיגער איד וואס דוכענט בלויז אום יום טוב, איז דאס דוכענען ווי א צוקערל, א יום טובדיקע זאך. אין יענע פלעצער וואו מען דוכנט יעדן טאג (אין ירושלים) אדער יעדן שבת (בײ די מזרחישע, למשל) איז עס שוין יא א שטיקל עול: מען דארף ארויסגיין זיך וואשן די הענט, אויסטון די שיך, זיך צושטופן צום מזרח וואנט. 

2) זיך נישט מטמא זיין פאר קיין מתים. אין גוטע צייטן טראכט מען נישט פון קיין מתים, אבער ס’טרעפן זיך צייטן וואס די מצווה קומט אן שווער, קיין חברה קדישה קען א כהן נישט זיין, נו, וועט ער טרעפן אנדערע פרנסות אדער שטעלעס… טייל רבנים וועלן אסר’ן א כהן צו ארבעטן אין א אידישער שפיטאל, שוין א שטיקל באגרעניצונג. 

אז עס גייט איינער פון דער וועלט און דער ניפטר איז א ספעציפישער קרוב אדער הילפלאזער מעג דער כהן זיך מטמא זיין ביי די לויה, אבער טאמער איז נישט קיין מותר’דיגער מת דאן איז נישט קיין חילוק ווי נאנט דער מת איז צום הארצן, מען קען זיך פאר דעם פערזאן נישט מטמא זיין, ער קען נישט צוגיין נאנט צום ארון אדער מצבה. 

היינטיגע צייטן זענען פיל קברי צדיקים פארוואנדלט אין א כמו שטיבל, מען דאוונט און מען מאכט לחיים’ס, אבער א כהן מוז שטיין אינדרויסן מחוץ למחנה, צומאל אין רעגן. טייל געסלעך אין ארץ ישראל וועלן גענצליך זיין פארבאטן פאר כהנים איבערצוטרעטן ווייל מע ווייסט אז עס ליגן דארט מתים פון הונדערטער יארן צוריק און פארשטייט זיך נישט וואוינען דארטן. אין א טויטפאל אין אַ בנין, וועט דער כהן מוזן ארויסגיין פון זיין דירה ביז מען איז מסלק דעם מת. רבנים וועלן ראטן כהנים נישט צו גיין אין א יידישער שפיטאל באזוכן משפחה אדער סתם חולים סיידן עס איז גאר גאר וויכטוג.

3) נישט חתונה האבן מיט פארבאטענע פאר כהנים. רוב מאל וועט דער כהן טרעפן א פיינעם שידוך וואס איז כשר פאר אים, אבער אין געציילטע פעלער קען דער פארבאט זיין א הארצרייסנדיקער ווייטוג. בעת א ישראלס איינציגער פארבאט איז חתונה צו האבן מיט אן עגונה וואס ווערט פאררעכנט אלס אשת איש, און אויכעט א גויע וואס וויל זיך נישט מגייר זיין, וועט דער כהן נישט טארן חתונה מיט א גאנצער טוץ אידישע סינגל פרויען.

כמעט האלב פון נישט־חתונה געהאטע פרויען אין די דרייסיגער און פערציגער זענען גרושות און גיורת’ן. אנדערע פארבאטענע פאר כהנים זענען א “זונה” (א מיידל וואס איז ידוע אז זי האט געוואוינט מיט א גוי), “שבויה” (א מיידל וואס איז געווען פארכאפט צווישן גויים, לויט טייל פוסקים טאר א כהן מיט אזא מיידל נישט חתונה האבן), און א “חללה” (א טאכטער פון א כהן’ס פארבאטענער זיווג). אזוינע פאלן טרעפן זיך זעלטן אבער עס טרעפט זיך. א גרויסער טייל רבנים וועלן הייסן דעם כהן פארזיכערן אז אפילו א נישט־חתונה געהאטע אידישע מיידל האט קיינמאל נישט געוואוינט מיט א גוי.

נאך אן הלכה איז, טאמער איז דעם כהן’ס פרוי דורכגעפאלן און אפגעטון א זינד, האט דער מאן נישט קיין רעכט זי צו פארגעבן. ער דארף זי אפ’גט’ן.

אט די הלכות קענען קלינגען ווי א דערנידערונג און באשולדיגונג פאר פיינע וואוילע פרויען, אבער אז מען זעט אז אויכעט א גרושה איז פארבאטן פאר א כהן, און אן אלמנה פאר א כהן גדול, יעדער פארשטייט אז מען קומט זיי נישט באשולדיגן, קען מען פארשטיין אז אויך די איבעריגע פארבאטענע פרויען זענען נישטא אויף באשולדיגט אדער דערנידערט צו ווערן, עס איז פשוט עפעס וואס א כהן טאר על פי הלכה נישט טאן.

און אצינד, צוריק צום כהן. גאנץ יונגערהייט אז מען לעבט א חרדיש לעבן איז עס פארן כהן א קליינער פראבלעם. אין די שפעטערע יארן אבער, אז מען זוכט א שידוך, ווערט שוין דער פארבאט א שטיקל פראבלעם, ווער רעדט אז מען האט זיך פארליבט אין איינער אבער מחמת די כהונה קען עס נישט אדורכגיין, די ווייטוג קען זיין גאר גרויס. עס פאדערט דאן א גרויסער מאס אמונה אין אויבערשטן. 

הכלל, א כהן דארף זיך צומאל פארמעסטן מיט גאנץ שטארקע און שווערע באגרעניצונגען וואס א ישראל האט נישט. ער איז דערפאר ווי א באזונדערער חשוב’ער נאציאן, מען איז אים מחשיב, מען ווארט אויף זיינע ברכות. א גאנצער מיוחס.

אבער איז ער טאקע אזא מיוחס? 

כאפנדיג איין טאג א בליק אין די ספרים וואס רעדן איבער כהנים, בין איך דערשטוינט געווארן צו זען אז לויט טייל פראמינענטע פוסקים איז דער היינטיגער כהן גארנישט אזא גרויסער מיוחס.

דאס איז טאקע נישט די שיטה פון מערסטע פוסקים, אבער עס זענען פארט פאראן א שיינער פאר פאפולערע פוסקים וואס וועלן זאגן אז א היינטיגער כהן, אפילו מיט א יחוס בריוו, “איז נישט קיין מיוחס”. דאס מיינט אודאי נישט אז זיי זענען נישט מחויב מיט איסורי כהונה, אבער קיין מיוחסים זענען זיי פארט נישט. 

איינער אזא פוסק וואס שוואכט אפ דעם חשיבות פון דעם היינטיגן כהן איז דער באקאנטער פוסק אין קאמענטאר אויפן שולחן ערוך, ר’ שבתי הכהן, באקאנט ווי דער ש״ך (ער האט געלעבט אין די צייטן פונעם אויפשטאנד פון כמיעלניצקי און זיינע אוקראינישע קאזאקן קעגן פוילן). טראץ דעם וואס ער האט אליין געזאלט זיין א כהן האלט ער זיך נישט אפ פון אראפברענגען די ווערטער פון א פריערדיגער גרויסער פוסק וואס זאגט אז דער טעם פארוואס היינטיגע צייטן איז מען נישט מקפיד אין געוויסע שטייערן וואס מען וואלט ווען געווען פארפליכטעט צו געבן פאר א כהן, איז, “וויבאלד מען האלט נישט דעם היינטיגן כהן אלס א זיכערער כהן” (לא מחזקינן בזמן הזה בכהן ודאי).

ס’איז א גרויסער שאק דאס צו הערן אין א צייט ווען דער כהן ווערט אזוי פארערט, נאך דערצו דורך אזא פונדאמענטאלער פוסק ווי דער ש”ך וואס ווערט פאררעכנט ווי דער רעכטער האנט פונעם צווייטן חלק שולחן ערוך. 

ווער איז אט דער פוסק פון וועמען דער ש”ך ברענגט די שאקירנדיקע ווערטער? דאס איז דער באקאנטער מהרש”ל, ר’ שלמה לוריה, ער איז געווען פון די גרעסטע גדולי פולין. קוקענדיג אין זיין ספר “ים של שלמה” זעט מען ווי ער שמועסט אויס דעם ענין מער מיט א ברייטקייט, און נאך מער שאקירנדיק. אט איז דאס לשון פונעם מהרש”ל: 

„וויבאלד צוליב אונזערע פילע זינד פארמאגן מיר נישט די יחוס ווי מיר האבן געהאט אין די צייטן פונעם בית המקדש, אדער אפילו ווי אין די צייטן פון נאך דעם חורבן, די צייטן פון די תנאים און אמוראים ווען מען איז נאך געווען אפגעהיט אין די מצוות פון תרומות און טהרות און זיי זענען נאך געווען נאנט צו טעג פון דעם בית המקדש און האבן נאך פארמאגט די יחוס בריוו אין זייערע הענט, און צוליב אונזערע זינד פון אזויפיל גלות יארן, די גזירות און גירושים, זענען די כהנים אויסגעמישט געווארן, און הלואי עס זאל נישט זיין געמישט הייליגע קינדער מיט נישט הייליגע קינדער. אבער די כהנים און די לויים איז כמעט זיכער אז זיי זענען אויסגעמישט, און אויב נישט אלע, איז דאס רוב אויסגעמישט, און אויב נישט די רוב, זיכער נאנט צו האלב, ווי די מעשה מיט אליהו נביא זכור לטוב וואס איז באקאנט פון די חז”ל”. 

עס איז נישט קלאר פון וועלכער מעשה ער רעדט, מען געפינט נישט אין חז”ל א מעשה פון אליהו הנביא וואס פסל’ט די כהונה פון כהנים, אבער אזא מעשה געפינט מען יא אינעם באקאנטן ספר חסידים, א ספר פון דייטשן מיטל־אלטער, א געמיש פון מוסר באגלייט מיט מיסטישע פאלקס לעגענדעס. אט איז א קיצור פון דער מעשה:

אין די צייטן פון רב האי גאון האט געלעבט א רוצח, א אידיש קינד. איז אים אריין א הירהור תשובה [ער האט באשלאסן צו ווערן א בעל־תשובה], איז ער געקומען צו רב האי בעטן א תשובה אויף זיינע שרעקליכע מעשים. רב האי האט אים געגעבן א תשובה און דער רוצח איז געווארן איינער פון זיינע חשובסטע תלמידים. 

איין יאר איז רב האי געווען אין דעם אלטן ירושלים אום יום טוב סוכות באגלייט פון זיין תלמיד, דער בעל תשובה. דארטן איז געווען דער מנהג אז אום סוכות פלעגן כהנים ארומרינגלען דעם הר הזתים מיט לולבים. רב האי גאון קומט מיטן תלמיד זיינער מיטצוהאלטן דאס ארומרינגלען דעם הר הזתים דורך הונדערט כהנים. פלוצלינג צעלאכט זיך ר׳ האי.

פארוואס לאכסטו, רבי? פרעגט דער תלמיד.

איך לאך דערפאר ווייל אליהו הנביא האט מיר יעצט מגלה געווען אז פון די הונדערט כהנים איז קיין איין איינציגער פון זיי נישט קיין כשר’ער כהן, אויסער איינער א בעל מום. ער איז א כשר’ער כהן. 

דער ש”ך איז נישט דער איינציקער “רעכטער האנט” פונעם שולחן ערוך צו ווארפן א צווייפלדיגער שאטן אויף דער כהונה פון די היינטיגע כהנים. אט איז דער באקאנטער “מגן אברהם”, דער הויפט קאמענטאר אויפן ערשטן חלק פונעם שולחן ערוך. אויך ער פארענטפערט פארוואס מען איז היינט נישט מחויב מיט די פארפליכטונגען צו א כהן. ער שרייבט מיט אפענע ווערטער אז „היינטיגע צייטן האלטן מיר נישט דעם כהן פאר א זיכערער כהן, ווייל אפשר זענען איינע פון זיינע מאמעס פארשוועכט געווארן.‟ מיט דעם פארשטייען מיר פארוואס מען איז נישט מקיים היינטיגע צייטן די מצווה מן התורה צו מכבד זיין דעם כהן ווי דער ערשטער אין יעדער זאך, ווייל מיר קענען זיך נישט אויס ווער עס איז אן עכטער כהן.

געווען א באקאנטער גדול בתורה, ר’ יעקב עמדין פון די גדולים אין דייטשלאנד מיט דריי הונדערט יאר צוריק, ער האט גענומען די ספקות אין כהונה א טרעפל ווייטער: ער האט גע’פסק’נט אז “היינטיגע צייטן צוליב דעם וואס א כהן איז נישט קיין זיכערער כהן זאל ער נישט האלטן די געלט וואס ער קריגט ביי די פדיון הבן, ווייל עס קען זיין גנבה, ווייל זייער מעגליך ער איז נישט קיין כשר’ער כהן. צוליב דעם זאל א בכור זיך אויסלייזן מיט פדיון הבן ביי מער ווי איין כהן, ווייל צווישן פיל כהנים קען זיך מעגליך מאכן כאטש איין כשר’ער כהן. נאך א זאך, די בכורים וואס זענען אייניקלאך פון כהנים און לויים דורך דער מאמעס זייט, כאטש וואס געווענדליך דארפן זיי זיך נישט אויסלייזן, אבער היינטיגע צייטן זאל זיי זיך יא אויסלייזן דורך די אזוי גערופענע כהנים”.

לויט דעם לעצטן זאץ פון ר’ יעקב עמדין איז אינטרעסאנט אז ער פסק’נט נישט אז יעדער היינטיגער כהן וואס איז א בכור זאל זיך אויסלייזן ביי א צווייטער כהן. 

זעלבספארשטענדליך אז אט די ווערטער האבן געשאפן קעגן־רעאקציעס, צום בײַשפּיל דער בעל ערוך השולחן, הרב ברוך עפשטיין, שרייבט אז “מען טאר אזעלעכע ווערטער נישט הערן”. זענען אבער פאראן אזעלעכע וואס וועלן מאכן “א פשרה” אז אמת אז היינטיגע כהנים זענען זייער מעגליך אויסגעמישט, אבער דאס איז נאר ביי אשכנזישע…

אט איז א ציטאט פונעם באקאנטן ר’ אפרים זלמן מרגליות, דער מחבר פונעם פאפולערן ספר „מטה אפרים‟, אן אשכנזישער גדול פון די באקאנטע חכמים אין בראדי. שרייבט ער אזוי: 

“אז די היינטיגע כהנים זענען נישט קיין זיכערע כהנים טא וויאזוי קען מען זיי הייסן דוכענען? נאר עס איז דא א חילוק צווישן די כהנים פון ארץ ישראל און מצרים. מיט די כהנים פון די איבעריגע גלות לענדער, די בני ארץ ישראל און מצרים, זיי זענען שוין אויפן זעלבן פלאץ פאר א לאנגער צייט, זיי האבן נישט געוואנדערט פון איין פלאץ צום אנדערן צוליב גזירות פון גירושין, זענען זיי מוחזק אלס כהנים כאטש זיי פארמאגן נישט קיין יחוס בריוו, דוכענען זיי דערפאר יעדן טאג, אבער מיר פון די מדינות אשכנז, מיר זענען אויסגעליידיגט געווארן פון איין כלי צו דעם אנדערן כלי, און פון גלות צו גלות דארף מען זיכער פארדאכטן אז מיר זענען אויסגעמישט, וואלטן די כהנים נישט געדארפט דוכענען אפילו אום יו”ט, אבער מיר ווילן דאך נישט אז זיי זאלן מקיל זיין אין די אנדערע איסורי כהונה אין פאל זיי זענען פארט כהנים, מאכט מען זיי דערפאר דוכענען בלויז יום טוב וואס איז נישט מער פון 12 טעג א יאר”.

שטעלט זיך א פראגע:

נאכן ברענגען די אלע שיטות, ווילט זיך פארשטיין, פארוואס טאקע זאל זיין אזוי שווער צו זיין א זיכערער כהן היינטיגע צייטן? פארוואס קען מען נישט געטרויען אז די עלטערן גיבן איבער דעם אמת פאר זייערע קינדער? איבערהויפט אז עס זענען דאך דא אזעלעכע וואס פארמאגן יחוס בריוו ביז די צייטן פון די בית המקדש, טא פארוואס זאל אזא כהן נישט ווערן פאררעכנט אלס כהן מיוחס?

דער ענטפער איז אז דאס זיין אן אייניקל פון אהרן הכהן, טאטע נאך טאטע, איז ווייט פון גענוג אויף צו זיין א כשרער כהן. די ווייבער פון די אלע דורות כהנים ביז די צייטן פון אהרן הכהן שפילן דא א גרויסע ראלע. מען דארף נישט מער ווי בלויז איין עלטער באבע, א ווייב פון א כהנישער עלטער זיידע, טאמער איז זי נישט כשר פאר א כהן, דאן זענען אלע דורות פון זיי און ווייטער פסול’ע כהנים, אדער ווי מען רופט זיי “חללים”. 

דארף מען דערפאר א יחוס בריוו נישט נאר פון טאטישן יחוס, נאר אויך א באשטעטיגונג אז אלע טאטעס פון די פריערידקע דורות האבן חתונה געהאט מיט א כשר’ער ווייב. לויט די מקורות האט דאס עקזיסטירט אין די צייטן פון דעם בית מקדש.  

אט איז די לשון המשנה:

דער לשכת הגזית (דער פארזאמלונג־צימער פון סנהדרין) אינעם בית המקדש האט פארמאגט א בית דין און דארט איז געזעסן און גע’מישפט די כהונה. א יעדער כהן וואס מען טרעפט אין אים א פעלער, קליידעט ער זיך אין שווארצן און וויקלט זיך אין שווארצן, און גייט ארויס. טרעפט מען אין אים נישט קיין פעלער, קליידעט ער זיך אין ווייסן און וויקלט זיך אין ווייסן און גייט אריין און דינט מיט זיינע ברודער די כהנים. א יום טוב פלעגט מען מאכן אז מען האט נישט געפונען קיין פעלער אין די קינדער פון אהרן, און אזוי פלעגט מען זאגן: “ברוך המקום ברוך הוא, שלא נמצא פסול בזרעו של אהרן” (געלויבט גאט אז מען האט נישט געפונען קיין פעלער אין די קינדער פון אהרן).

היינטיגע צייטן איז נישטא איינער וואס פארמאגט אזא יחוס בריוו וואס באשטעטיגט אז אלע זיינע כהנישע אור־זיידעס האבן געהאט א כשר’ע ווייב. דערפאר וועלן טאקע זיין שיטות וואס וועלן נישט נאר אוועקנעמען די בעניפיטן פון א כהן, נאר וועלן זיך אפילו וואגן מקיל צו זיין, גרינגער צו מאכן, אין טייל איסורי חיתון, פֿאַרבאָטענע חתונות, ביי א כהן וואס איז מדרבנן צוליב די ספיקות אין היינטיגע כהונה. 

דער מהרשד”ם, ר’ “שמואל די מדינה” פון סאליניקי פון די גאר גרויסע פוסקים אין אנהייב תקופת הפוסקים, איז איינער פון די וואס האבן געוואגט צו בארירן און דורכצוברעכן איינע פון די אנגענומענע איסורי חיתון ביי א כהן:

“היינטיגע כהנים וואס זענען נישט זיכערע כהנים, דאס וואס מען גיט זיי די ערשטע עליה איז נישט מער ווי א מנהג, זיי פארמאגן דאך נישט קיין יחוס ספר, דערפאר דארף א היינטיגער כהן זיך נישט אפהאלטן פון חתונה האבן מיט א שביה (א אידישע טאכטער וואס איז געפאנגען געווארן ביי גוים ווערט באטראכט ווי איינע וואס איז מעגלעך באצוואונגען געווארן און אזוי ארום איז זי פארוואנדלט אין איינער וואס איז אסור פאר א כהן) ווייל א שביה איז בלויז אן איסור מדרבנן, און דער איסור איז געבויט אויף נישט מער ווי א ספק אז אפשר איז זי פסול געווארן פאר א כהן”.

א גיורת וואס איז לכאורה אויכעט אן איסור דרבנן וועט ער אבער נישט מתיר זיין. עס קען זיין אז א גיורת איז אין די אמאליגע יארן כמעט נישט געווען בנמצא, אבער עס קען אויכעט זיין אז א גיורת האבן די חז”ל אריינגעשטעלט אין א סטאטוס ווי כאילו עס קומט דירעקט פון דער תורה אליין, און ביי אן איסור מן התורה דארף מען מחמיר זיין.

הכלל, א היינטיגער כהן, לויט טייל פוסקים, איז א שטארקער ספק. מען קען זאגן אז אויך די קפידה פון נישט חתונה האבן מיט איסורי כהן איז ווי א חומרא, א קפידה וואס האט פשוט מיט דער צייט פון זיך אליין באקומען א הלכהדיגן כוח.