Yiddish with an Aleph

נישט אַלע חסידים פֿאַרמאָגן די זעלבע תּקנות

Not All Hasidim Follow the Same Rules

פֿון יהושע כּהנא

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

די מערסט באקאנטע קלאסיפיקאציע אין אידענטום איז דער שפאלט צווישן די שטארק פרומע, די חרדים (אולטרא ארטעדאקסן), וואס לעבן אפגעטיילט פון דער דרויסנדיגער וועלט), און די נישט פרומע. עס זענען פאראן קלאסן אינצווישן וואס זענען נישט ממש אולטרא ארטעדאקסיש, אזויווי מאדערן און לייכטע ארטעדאקסן, אדער טראדיציאנעלע אידן אזויווי עס טרעפט א סך ביי די ספרדים, אבער אין אלגעמיין קען מען זאגן אז אידנטום צעטיילט זיך צווישן די פארמאכטע אולטרא ארטעדאקסן אדער חרדים (שווארץ הוטיגע) און די מער וועלטליכע יידישע גרופעס.

מחוץ די חסידישע קרייזן שטעלט מען אפט אלע חרדים אין איין קאטעגאריע כאילו אלע פון זיי וואלטן געווען ווי פון איין טייג געקנאטן. אמת, עס איז דא א געמיינזאמקייט אין דעם ארטאדאקסישן לעבן וואס איז גענצליך אנדערש ווי דער נישט ארטאדאקסישער לעבן, צ.ב.ש. אלע ארטאדאקסן היטן שטערנג דעם שבת און אלע ימים טובים. צי מען גייט ערב שבת כאפן א בליק אין א שטוב פונעם פרומסטן טאשער אדער תולדות אהרן אדער נטורי קרתא׳ניק, צי א מאדערן ארטעדאקסישע שטוב אין פילאדעלפיע, איבעראל וועט זיך אנזען א שטרענג שבת’דיגע אטמאספערע, מען יאגט זיך צו ליכט בענטשן, דער בלעך צוגרייטונגען, צום שפריץ א.אז.וו. דאס זעלבע מיט ערב פסח און אנדערע ימים טובים. יעדער ווייסט אבער אז צווישן א „ברייטער שווארצער הוט איד” און א „כזית קאפל איד” איז דא א ריזיגער חילוק, און א ריזיגער ספעקטרום פון פארשידענע שטאפלען פרומקייט.

די טאשער און ר׳ אהרעלע חסידים, אדער מאה שערים׳דיגע ברעסלאווער, ווי אויך די קאשויער און נטורי קרתי’ניקעס אדער די „פארפרומטע” שיכטן פון סאטמאר, זיי זענען די מערסט „פארמאכטע” אידן, זיי זענען מקפיד אויף א גאר פרום אויסקוקענדיקער לבוש, ווי „פלאכע הוטן” (סאמעטענע הוטן מיט א פלאכער טאפ און ברייטער ראנד), גאר גרויסע סאמעטענע יארמולקעס, אלט מאדישע פלאסטישע ברילן, בעיקר שווארץ, און „אומגעשטרייפטע שווארצע ראקן” (ביי די ר׳ אהרעלעך, א ירושלימער ראק). געווענדליך גייט א האנט זייגער נישט צוזאמען מיט דעם געשטעל.

די שיעור פאות (זייער מאס) איז גאר ברייט, רוב פון זיי וועלן קיינמאל נישט קירצער מאכן די פאות פון די נאטירליכער לענג, ווי אויך וועלן זיי עס נישט צו שטארק שיין מאכן, חוץ ביי די פארפרומטע סאטמארער, זיי וועלן יא אביסל אונטערשניידן די פאות און עס אביסל שיין מאכן מיט א קאם, אזוי האט זיי דער סאטמארער רבי געלערנט. 

קיין איין חסיד וועט נישט אינטערשניידן די בארד, די באלעבאטים וועלן איינדרייען די בארד דאס צו מאכן אויסזען קירצער, אבער די גאר „פארפרומטע” וועלן געווענדליך נישט איינדרייען דעם בארד. געווענדליך וועלן די סארט אידן נישט ארבעטן אין א צו שטארק גוי׳אישער אטמאספערע, נאר בעיקר מיט היימישע אידן. א שטארקער היימישקייט נעמט ארום זייער גאנצער וועזן. טאמער גייען זיי אן א רעקל, זעט זיך אן א גרויסער טלית קטן. 

אין די „עזרת נשים” (די ווייבערישע אפטיילונג) וועלן די פרויען זיין מער „בצניעות”. דאס וועט זיך בעיקר פאררופן אויף דעם קאפ צודעק, און ארץ ישראל וועט דאס בעיקר זיין א „הוילער טיכל” וואס מען זעט אויכעט ביי פארהייליגטע רעביצינס אדער טייל פרומע ספרדישע פרויען. אין חוץ לארץ וועט דאס בעיקר זיין א „שפיצל” (א טיכל מיט א סחורה וואס זעט אויס ווי האר פארנט פונעם טיכל), דאס איז שוין אביסל „אהערגעשטעלט” (חס ושלום נישט „מאדערן”) כלפי דעם הוילן טיכל. 

ערוואקסענע מיידלעך וועלן גיין אדער „צוזאמענגענומענער האר” אדער צעפ, אויף א וועג וואס קוקט אויס מער „שטעטעליש” און נישט לויט א מאדע. עס איז א בא׳חן׳טער פארצייטישער בילד צו זען אין אן ערב שבת אין מאה שערים ווי די מיידעלעך מיט צעפ און לאנגע באשיידענע שעסלען (קליידער), טראגן מיט א שטעטלישער תמימות אריבער געפלאכטענע חלות צום שכינה.

געווענדליך זענען די סארט אידן גענויגט צו „קנאות”, אנטי ציוניזם. דאס גיט צו אגב צו די אויסגעטינקייט פון די וועלטליכקייט, אדער „וועלטליכע אידנטהום”. א גאנצע ריי גאר פרומע מנהגים איז איינגעפירט ביי די אידן, בעיקר אין צניעות און אין „ענייני התבדלות” (אפגעשיידקייט פון יעדער פאפולערע מאדע אדער פירונג, אפילו פאפולערע פירונגען פון פרומע אידן). אבער אויכעט הלכה’שע פרומקייטן וועט מען טיילווייז זען ביי די סארט אידן, בעיקר אין כשרות, ווערים, שעטנז (דער ביבלישער איסור פון אויסמישן וואל מיט פלאקס).

סאטמארער זענען נישט די איינציגסטע צו פארמאגן „פארפרומטע” שיכטן. דאס זעט מען אויך גאר שטארק אין מאנסי וויזשניץ, און סקווירא, און אויף אביסל א קלענערער פארנעם אויך ביי אנדערע חסידות׳ער. אבער עס איז נישט אזוי קענטיק ווי ביי די הייס קנאישע קרייזן. דארט זעט מען שוין נישט אזוי אפט קיין צעפ, טיכלען אדער שפיצלען ביי די ווייבער. „די אידישע שפראך” איז נישט אזוי עקסלוסיוו, אויכעט טראגן די מענער נישט קיין פלאכן הוט און באטייליגן זיך נישט אין קיין הפגנות, דעמאנסטראציעס. ביי די קנאים הייסט דאס שוין אביסל „פאר׳וועלטליכט”.

א שטאפל ווייניגער אין פארמאכטקייט וועלן זיין די באלעבאטישע סאטמארער חסידים. אויך זיי זענען אנטי ציוניש, געווענדליך וועלן זיי האבן אביסל פרימערע צניעות און רעדן מער יידיש ווי באלעבאטים זייערס גלייכן פון אנדערע חסידות׳ער (דאס ווענדט זיך שוין אין א משפחה און צי ער איז א „וויליאמסבורגער” אדער „בארא פארקער”), אבער בדרך כלל קען מען זיי צושטעלן צו די באלעבאטים פון די בעלזער חסידים, קלויזנבורגער, וויזשניצער. די אלע חסידות’ער פארמאגן מער היימישע באלעבאטים מיט מער פרומקייט רעגולאציעס, און מער „אהערגעשטעלטע” באלעבאטים, אמאל פלעגט מען זיי רופן די „רימלעס גלעזער” אידן.

באבאוו (באבוב) און גער, דא זעט מען שוין א חילוק צווישן די מענער זייט און די פרויען זייט, א באבעווער מאן וועט טאקע נישט אויסזען אזוי קאטשעלאביש (בכיוון געמאכט אויסזען נישט פערפעקט) ווי א גערער חסיד; ער וועט פארמאגן א קלאסישע צוזאמענגענומענקייט וואס איז א שטיקל פגם אין „היימישקייט”, אבער פארט זענען ביידע חסידות׳ער גלייך מיט דער דראסטישער אונטערשייד צווישן די מענער און די פרויען, מען זעט גיין אויפן גאס א יונגערמאן מיט די פולער היימישער טראכט, צו איז עס א שטריימל, רעזשעוואולקע (א שבתדיקע זיידענע איבערראק איבער דער בעקיטשע), ווייסע ארויפגעצויגענע זאקן, מיט האלבע (אן בענדלעך) שיך (ביי די באבאווער), צו איז עס א ספאדיק, א צעפלויגענער בארד און פאות, און גערער שיך און זאקן (האלב ארויפגעריקטע זאקן), שפאצירט זיך נעבן א פרוי מיט א לאנגער מאדערנער שייטל, געפאסיקטער קליידל, אויסזעענדיג ווי א פראפעסערקע אין א קאלידזש.

דאן זענען פאראן די קארלינער, סלאנימער, און חב״ד׳סקער. די מענער גייען שוין אביסל „מאדערן” כלפי די אנדערע חסידים, די פאות זענען אונטערגעשניטן אונטער די אויערן (ארץ ישראל׳דיגע קארלינער זענען יא מער טראדיציאנעל מיטן לבוש), און די ווייבער כאטש זיי פארמאגן צניעות רעגולאציעס, זעען זיי אויס פארט גאנץ מאדערן, איבערהויפט די חב״ד׳סקער. ביי די חב״ד׳קער ווענדט זיך די פרומקייט שטאפל נישט אזוי שטארק אינעם לבוש, נאר מער אין א לעבן מיט טיפזיניגן פארשטאנד אין געטליכקייט. ביי אנדערע איז עס מידות אדער קדושה.

ענדליך צו דעם זענען פארהאנען די „אומאפהענגיגע” חסידים, גייען מיט א קראך הוט, מיט שיינע ברילן, און די פאות איידל געקניפט אונטער די אויער. 

ביי שידוכים וועט זיך אנזען א גרויסער קפידה נישט „אויסצומישן” א העכערער שטאפל אין פרומקייט מיט א נידעריגער שטאפל. פרומקייט מיינט, פארשטייט זיך, דער “שם”, „לשון” און „מלבוש” — א היימישער נאמען, דער היימישער מאמע לשון, און א היימישער אנגעטועכטץ. דאס פאררופט זיך בעיקר ביי די פרויען לבוש. א „שפיצל” משפחה וועט חס ושלום זיך נישט משדך זיין מיט א „שייטל” משפחה. א „פראנט” (א קורצער שייטל טיילווייז איבערגעדעקט מיט א טיכל) וועט זיין כמעט פאררעכנט ווי א שפיצל. א „העט” (א לענגערער שייטל מיט א היטל) איז שוין א שטאפל „נידריגער”. די שפיצל „מיוחסות” וועלן זיך געווענדליך נישט משדך זיין מיט סיי וועלעכער „שייטל” אפילו א „פראנט” און אודאי נישט מיט א „העט”.

א הוילער שייטל, ווער רעדט נאך פון א לאנגער שייטל פון עכטע האר, דאס קומט אפילו אין וויסטן חלום נישט אין באטראכט. דאס זעלבע פארקערט, א „שייטל” משפחה, וועט באטראכטן די שפיצל אידענעס אלס צו פארפרומט אדער „סאטמאריש” (רוב שפיצלעך געפונען זיך ביי סאטמארער משפחות). אבער אויך צווישן די שייטל משפחות זענען פאראן אונטערשידן אין די לענג פונעם שייטל, און שידוכים ווערן געמאסטן לויט דעם. 

וואס טוט א אידענע אדער אינגערמאן וואס וויל זיך אביסל מער „אהערשטעלן” אבער ער איז שטעקן געבליבן אין „זיין לבוש”? זענען פאראנען וועגן וויאזוי זיך צו באפיצן אפילו מיט דער באשטומטער לבוש. איז עס א יונגערמאן, וועט ער באארבעטן די פאות, זיך אנטון שיינע ברילן א.ד.ג. איז עס א פרוי וועט זי זיך ארומשפילן מיטן טיכל אדער שייטל עס צו מאכן אויסזען מער מאדערן.