Yiddish with an Aleph

הײַנט פֿירט וויליאַמסבורג דער אויבנאָן פֿון ייִדיש

The Center of Yiddish Today is Williamsburg

פֿון יהושע כּהנא

  • Print
  • Share Share
Getty Images

עס איז קיין ספק נישט אז וויליאמסבורג איז היינט צוטאג די קרוינשטאט פון יידיש. וויאזוי מעסט מען אזא זאך?

לאמיר כאפן א בליק וועלעכע מקומות זענען די מערסט אידיש רעדענדיגע.

אין דער חרדישער וועלט זענען פאראן דריי שטארקע יידיש רעדנדיקע צענטערס: ירושלים, אנטווערפן, און וויליאמסבורג. יידיש ווערט טאקע גערעדט אין נאך מקומות, אבער ס’איז דארט אדער אן א כאראקטער, אדער אונטער דער השפעה פון אט די דריי צענטערס.

למשל דער אידיש פון די לאנדענער חסידים איז אדער ארץ ישראל’דיג, אדער וויליאמסבורג’דיג, אדער אנטווערפעניש, דאס ביסל לאנדאנישקייט אינעם אידיש איז צו ווייניג עס צו באקרוינען אלס א זעלבסשטענדיגער כאראקטער. ביי די לאנדאנער פרויען למשל וועט די אידיש יא פארמאגן אן אייגנארטיגער “קווינישער” כאראקטער, אבער מער אלס א צווייטע שפראך צו ענגליש און נישט אלס עיקר שפראך.

בני ברק פארמאגט אויך א סך אידיש, און אביסל ווייניגער “ענג” ווי דער ירושלים’ער יידיש. דער יידיש דא איז אבער אויך אן כאראקטער, און, איז בכלל נישט די שפראך פון פרויען אדער אין שטוב פון אמתע בני ברק’ער, נאר גיכער ביי ירושלימי משפחות וואס וואוינען אין בני ברק.

אין בית שמש איז יידיש טאקע א שטארקע קולטורעלע שפראך, אבער עס איז גאנץ קלאר פון וואנען דער יידיש שטאמט, פון מאה אין ירושלים! בית שמש איז געגרינדעט געווארן מיט א קארגע דרייסיג יאר צוריק דורך א גרופע ירושלמיס פון תולדות אהרן חסידות.

דאס זעלבע איז מיטן יידיש פונעם סאטמארער שטעטל מאנראו, מאנסי און ניו סקווירא, זיי אלע האבן זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען אין וויליאמסבורג. דער וויזשניצער מאנסיער רבי, דער סקווירער רבי ר’ יעקב יוסף, זיי האבן אנגעהויבן זייער חסידות אין וויליאמסבורג. א מבין וועט טאקע דערקענען א חילוק צווישן א וויליאמסבורגער אידיש און א “באנדראוער” יידיש (אזוי מאכן די וויליאמסבורגער חוזק פון די מאנראוער), און אודאי דערקענט זיך א סקווירער אידיש, דאס איז אבער צו דקות’דיג, אזעלעכע חילוקים טרעפט זיך אפט צווישן איין חסידות און דער אנדערער, אדער לויט די געגנטן וואו מען וואוינט. דער מאנסיער יידיש וועט זיך טאקע נישט הערן אזוי ענערגיש און געשליפן ווי דער וויליאמסבורגער מקור. נו, דאס האט שוין צוטון מיט דעם חילוק פון ברוקלין און אפסטעיט, און עפעס אן השפעה מעג בית מדרש עליון האבן… אבער פארט קען דער אידיש באצייכנט ווערן אלס וויליאמסבורגער.

בארא פארק דארף שוין יא האבן אן אייגענעם יידיש, היבש אנדערש ווי דער וויליאמסבורגער, עס דערקענען זיך אנדערע עלעמענטן און באגריפן, עס לעבט עפעס מער בשלום מיט די מציאות ארום, מיט ענגליש און עברית, באקוועם אריינגעפלאכטן מיט פליסיג ענגלישע ווערטער. די באבובער חסידים ברענגען אריין שטארק גאליציאנער עלעמענטן מיט א היבשן כאראקטער, איז אבער די מעשה דא פונקט ווי אין סטעמפארד היל, לאנדאן און בני ברק — עס איז נישט די שפראך פון פרויען און אין שטוב. בלויז שטרענג סאטמארער און וויליאמסבורג געשטימטע שטיבער וועלן זיך האלטן גענצליך צום יידיש.

אז מאה שערים איז דער מקור און צענטער פונעם ארץ ישראל’דיגער יידיש, דארף מען וויסן אז זי פארמאגט דעם חסידישן יידיש וואס ווערט גערעדט ביי די ר’ אהרלעך, ביי די דושינסקי חסידים, און די ליטווישער יידיש וואס איז דער באקאנטער ירושלימער יידיש און איז דער איינציגער צענטער פאר ליטווישער יידיש און גלייכצייטוג דער איינציגסטער פלאץ וואו ליטוואקעס רעדן יידיש אין שטוב און זעען אויס ווי חסידים מיט זייער לבוש. ירושלימער יידיש, אפילו די חסידישע, צייכענט זיך אויס מיט א סארט צעקוועטשקייט איינגעפלאכטן מיט שווערע לשון הקודש’דיגע אויסדרוקן, די געגנטן אינדרויסן פון מאה שערים זענען שוין כמעט ווי בני ברק, אדער רעדט מען דעם מאה שערים יידיש, אדער א לייכטערע אקצענט אבער על פי רוב נישט ביי די פרויען און אין שטוב.

מאה שערים איז אויך א צענטער פאר אידישע לייען מאטריאלן: דער וואכן־זשורנאל „דאס אידישע ליכט‟ און „אידישע שטראל‟ האבן אנגעהאלטן ביז לעצטנס. מען קען אבער זאגן אז רוב מאה שערימניקעס לייענען נישט קיין אידיש, צום לייענען ניצט מען לשון הקודש אדער עברית. דאס זעלבע מיט די אפשטאמיגע פון מאה שערים אזוי ווי אין בית שמש. אביסל יידישע פובלוקאציעס, אבער בעיקר לייענט מען עברית.

אנטווערפן איז א שטאט ווי מען אטעמט מיט יידיש, די לעצט פארבליבענע פלאץ ווי מאדערנע יונגעלייט קענען יידיש פונקט ווי חסידישע. עס וועט זיך דערקענען א חילוק צווישן די קרייזן, וואס מער מאדערן אלץ מער “אנטווערפעניש” איז דער יידיש. אנטווערפענישע אידיש פארמאגט שטארקע פלעמישע און פראנצויזישע עלעמענטן באזירט אויף א גאליציאנער יידיש. דער מאדערענער ייד וועט אבער געוויינדליך נישט לייענען קיין יידיש, בעיקר זענען די חסידישע אידן די וואס לייענען יידיש. וואס פאר א יידיש לייענען זיי? די זעלבע וואס יידיש רעדנדיקע יידן אין ענגלאנד און אמעריקע. דא קומען מיר צו צום חרידישן יידיש־קולטורעלן צענטער אין דער וועלט, וויליאמסבורג.

וויליאמסבורג, דורך דארטן און דורך אירע אפצווייגן, קומען כמעט אלע יידישע פובלוקאציעס ארויס, זיי זענען די רוב רובם פולע יידיש רעדנדיקע. דורך זיי ווערן געמאכט רוב פאפולערע אידישע פלעיס [שפילן], יידישע צייטונגען, דארטן ווערט אנגעפירט „קול מבשר‟ [דער טעלעפאנישער נייעס־צענטער].

וויאזוי איז דאס אז וויליאמסבורג איז געווארן דער צענטער פון יידיש איבער אלע אנדערע יידיש רעדנדיקע פלעצער, איבערשטייגנדיג אזעלעכע כאראקטעריסטישע אידישע צענטערן ווי מאה שערים און אנטווערפן?

דער ענטפער איז סאטמאר. נישטא נאך א מאכטפולער גרופע אין דער וועלט וואס שטייט אזוי אויפן יידיש אזוי ווי סאטמאר. אין סאטמאר איז יידיש די שפראך פון לעבן,  צייטונגען, הודעות, אדווערטייזמענטס, אויספילן פארמס, אלעס אלעס איז אין יידיש, דרשות פאר פרויען אין יידיש, יידיש ביי זיי אטעמט פרישע לופט. דאס איז בעיקר אין סאטמאר חוץ לארץ ווייל דער צענטער פון סאטמאר איז וויליאמסבורג.