Yiddish with an Aleph

ווער האָט די זכיה צו זײַן א ייִד?

What's the Criteria For Being Jewish?

פֿון בן ציון אדלער

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין אזיע ווי א „רב המכשיר”, געגעבן א הכשר אויף א געוויסן פראדוקט.

ויהי היום, איך האב געדארפט איינער זאל מיך העלפן ביים הכשר געבן. דאס מוז זיין איינער וואס האט א הלכה ווי א „ייד”, האב איך איינעם אויסגעקליבן. שפעטער ביינאכט אין שול ביי מנחה־מעריב, קומט צו מיר א ייד מיט א זאק טענות, הלמאי, איך האב גענומען יענעם צו העלפן געבן א הכשר, ער גייט דאך אן א קאפל, אן ציצית, קוים וואס ער היט פסח אדער יום טוב, מען דערקענט נישט אויף אים אויסערליך ער איז א ייד, ווען נעבן אים איז געשטאנען א ייד מיט „אלע שמונה בגדים”, מיט א יידישע פאמיליע, פירט זיך שטארק יידיש. נו, פארוואס פארלאז איך זיך מער אויף א „שוואכן ייד”?, טאקע א שטארקע פראגע. איך האב אים נישט געוואלט ענטפערן, אבער איך וועל ענטפערן אין „פארווערטס”, מיט א דערקלערוננג.

די גרויסע פראגע איז: ווער איז אַ ייד?

אין דער חסידישער וועלט וועט מען זאגן: אויב ער היט אלע מצות פון דער תורה איז ער א ייד. אין דער יידישער מדינה וועט מען זאגן: אויב מען איז א פייערדיגער ציוניסט, איז ער קוואליפיצירט צו זיין א ייד. אין דיר אלגעמיינער וועלט וועט איר הערן, אויב איינע פון זיינע זיידעס־באבעס איז א ייד, אפילו לויטן דין ווערט ער נישט פאררעכנט ווי א ייד, באלאנגט ער צום יידישן פאלק. ביי יידישיסטן וועט מען אפשר זאגן, איינער וואס רעדט א פליסיגן יידיש איז א ייד. אבער אזוי ווי איך גיב א הכשר, איך בין א פרומער ייד, וועל איך אננעמען א ייד איז, וואס דער דין און הלכה מאכט איינעם א ייד, איך וועל נאכקוקען אין גמרא, רמב״ם, און שולחן ערוך, וואס זיי האלטן ווער עס איז א ייד, און לויט דעם וועל איך באגרינדען איינעם׳ס יידישקייט.

יעדעס פאלק, נאציאן, גלויבן, גרופע, האט „א רויטע ליניע” וואס מאכט אפ, ווער עס געהערט צו איר און ווער נישט, קאמוניזם צו דעמאקראטיע, א קריסט צו א מוסלעמענער, א פרידליכער גרופע אדער אן אייסוס׳ניק. עס איז דא עפעס וואס צייכנט אפ ווער איז פאסיג צו געהערן צו דער גרופע. די זעלבע מיט יידן, די תורה מאכט אפ ווער עס איז א ייד און ווער נישט. אפגעזען ווי שטארק מען וויל איינער זאל זיין א ייד.

די תורה איז אן „עץ חיים היא למחזיקים בה” (משלי ג, יח), עס איז א בוים פון לעבן פאר די וואס כאפן עס אן. פונקט ווי א בוים האט א הויפט־שטאם, א הויפט ווארצל, דערנאך עטליכע ווארצלען, עס האט אויך צווייגן, בלעטער, פרוכט, און א צוים ארום דעם בוים, צווישן די צווייגן זענען פאראנען דיקע און שטארקע, שוואכע און גאנץ שוואכע. די זעלבע איז די תורה, עס האט זאכן וואס זענען א שטאם־ווארצל, דאס איז אמונה, גלויבן אין גאט, דערנאך האט עס ווארצלען, דערנאך צווייגן, בלעטער, דערנאך בלויז תקנות וואס חז״ל האבן מתקן געווען, באשיצען אז די תורה אליין זאל נישט בארירט ווערן. וואס כאטש אין היטען די תורה איז אלץ וויכטיג, אבער עס ווערט פאררעכנט ווי א קליינע צווייג.

ווען א מענטש איז עובר אויף דער תורה, אפילו אויף די גרעסטע הארבסטע זינד, צוליב זיין אומבאקאנטשאפט פון דעם יידישן געזעץ, אדער ער ווייסט יא, דאך צוליב זיינע גלוסטונגען צו זאכן וואס די תורה האט פארווערט, אפילו ער ווערט אנגערופען „פושע ישראל”, מיט דעם אלעם פארלירט ער נישט דעם נאמן „ייד”, ער האט א חלק אינעם יידישן פאלק, אין גן עדן און אין עולם הבא, רוב מאל איז ער לויט דער הלכה א פולשטענדיגער ייד.

ווען דער מענטש אבער גלייבט נישט אין גאט, ער גלייבט נישט וואס „א ייד מוז גלייבן”, דאן ווערט ער אויסגעשלאסן פון כלל ישראל אינגאנצען, ער ווערט נישט פאררעכענט ווי א איד, לויטן געזעץ פון גמרא, רמב״ם, שולחן ערוך, איז ער פונקט ווי א נישט־איד.

וואס זענען די זאכן וואס „א ייד מוז גלייבן?”

דאס זענען די דרייצן עיקרים „אני מאמין׳ס”, וואס דער רמב״ם שרייבט אין זיינע ספרים, אויב גלייבט מען דערין — אפילו ער טוט נישט קיין שום מצוה, אפילו ער גייט אן א קאפעל, האט נישט קיין ציצית, די פרוי פירט זיך נישט יידיש — איז „ער־זי” א הונדערט פראצענטיגער ייד. אבער אויב ער גלייבט נישט אין גאט און אין די דרייצן עקרים, אפילו ער טוט אלע מצות, איז ער נישט ווערט מען זאל אים ארייננעמען אין כלל ישראל.