Yiddish with an Aleph

דער באַזונדערער חן פֿון האָלץ

The Special Allure of Wood

פֿון יהושע כהנא

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

האלץ, סיי זיין אויסזען, סיי זיין ריח, פארמאגן א באזונדערן חן. עס פארמאגט א ספעציעלער צויבער וואס איז אודאי נישטא אין פלאסטיק, אבער אויכעט נישט אין אזעלעכע נאטירליכער מאטעריאלן ווי שטיינער, מעטאלן, לעדער אדער סחורה. האלץ פארמאגט א זעלטענעם געשמאק וואס איז מהנה דעם הארץ און נשמה.

ווען מען קומט אריין אין אן אפרו־סטאנציע אינמיטן וועג און די סטאנציע איז געבויט פון האלץ איז דער אפרו אן איינגענעמער איבערלעבעניש. דאס זעלבע מיט א טעאטער, שיל אדער טעמפל. א שיל געבויט פון האלץ האט אן אנדערער טעם. האט איר שוין געפרואווט גיין אין א פארצייטישע קרעטשמע אדער בודקע געמאכט פון האלץ? מען קען זיך צעגיין פון בלויז דעם ריח פונעם האלץ, עפעס א ווארימקייט און מלא טעם נעמט ארום. אפילו הילצערנע טעלערס און לעפל גיבן עפעס א היימליכע ווארימקייט. אן אויווען געהייצט דורך האלץ איז א סך בעסער ווי אן אויווען פון קוילן אדער גאז. וויין געהאלטן אין הילצענע פעסער פארמאגט דעם „האלץ טעם”. צי עס רעדט זיך פון הילצערנע כלים, פון פשוט’ע געפעס צו טייערע אויסשניצונגען, אז עס איז פון האלץ איז עס עפעס וואס גייט אריין אין די ביינער.

אפילו ביים נגינה קלאנג קומט דער האלץ־חשיבות אריין. ס׳איז א גאנצער עסק צי דער פלייט און קלארינעט איז געמאכט פון „האלץ” אדער בלויז פון פלאסטיק אדער אייזן. ווער רעדט פון א פידל, דא איז האלץ דער אתרוג אליין! אויך א רעקארדירונג סטודיא פון „עכטע האלץ” האט עפעס א ספעציעלער חשיבות.

הכלל, האלץ איז שוין גארנישט דער „קלאץ” ווי די פויערן און ארבעטערס מאלן אים אויס. האלץ איז א גאר איידעלער און אינספערירנדער מאטעריאל. פארשטייט זיך אז עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן האלץ און האלץ אבער דער צד השווה איז די איינגענעמקייט און חן וואס עס פארמאגט (כל זמן עס ווערט נישט גענוצט צום שלעכטן).

לאמיר כאפן א בליק אין דער אידישער און אלגעמיינער ליטעראטור און קולטורן ווי מען זעט אז האלץ האט פארדינט איר ריכטיגע אפשאצונג.

דער משכן פון משה רבינו אין מדבר האט געדארפט פארמאגן פארשידענע מיני לעדער, פיינע מעטאל און — האלץ. האלץ דארף מען וויסן איז נישט גרינג צו געפינען אין א מדבר, האט זיך אבער געפאדערט האלץ פאר די ברעטער, טאקע געפארבט מיט גאלד — אבער פארט האלץ.   פארצייטישע קעניגליכע פאלאצן, אפילו אין שטיינערדיגע קלימאטן, זענען געבויט געווארן פון האלץ, דאס זעלבע מיט טעמפלען. די אור אלטע עגיפטער האבן געשיקט זייערע קנעכט צו מרחקים צו לבנון דער לאנד פונעם „ארז” האלץ, די עגיפטער האבן געטון אלעס כדי צו קענען בויען זייערע טעמפלען און פאלאצן פון דעם גוטן קוואליטעט האלץ, מיטל מזרח לענדער האבן זיך געשלאגן איבער דעם האלץ אין לאנד אדער געצאלט שווערע שטייערן צו קריגן די לעבאנעזער האלצן שניידערס. אויך די פארצייטישע יאפאנעזער האבן געבויט זייערע טעמפלען דווקא פון האלץ.

אין תנ״ך זעט מען אז דוד המלך מיט זיין זון שלמה האבן זיך געבויט פאלאצן פון האלץ, מען זעט דארט די באגריפן ווי „בית ארזים” און „בית יער הלבנון”, א הויז וואס האט געגעבן דעם איינדרוק פון אן ארזים וואלד צוליב אזויפיל הילצערנע זיילן. אויך דער בית המקדש איז געבויט געווארן אויפן מוסטער, שטיינער פון אינדרויסן און פון אינווייניג אינגאנצן האלץ, אויך דא איז עס געווען געפארבט מיט גאלד אבער האלץ בלייבט האלץ מיט איר וואונדערליכן עפעקט. 

ווי עס שטייט געשריבן: „און שלמה המלך האט זיך גענומען בויען די אינווייניגסטע ווענט פונעם בית המקדש, מיט ברעטער פון צעדער האלץ פון די ערד פונעם הויז ביז די ווענט ביים באלקן האט ער באדעקט מיט האלץ. און ער האט באדעקט דעם ערד פונעם הויז מיט ברעטער פון ברושים האלץ. און צעדער האלץ אינווייניג אינעם הויז א געשניץ פון קנעפ און געעפענטע בלומען, אלעס פון צעדער האלץ קיין שטיין האט זיך נישט „אנגעזען”.

אויך דער מזבח, די כרובים און די טירן זענען געווען געמאכט פון פארשידענע מיני האלץ. 

צו וואס ניצן האלץ אז מען קען ניצן שטיינער און אנדערע מאטעריאל וואס איז מער בנמצא אין די געגנטן ווי האלץ? האט עס געדינט אינסולאציע צוועקן? מעגליך דאס אויכעט! אבער עס איז מסתבר אז מען האט געוואלט עפעס מער פון האלץ און טאקע דוקא דאס וואס האלץ איז אומשטאנד צו אינספירירן דעם מענטשן.

אויכעט ביי כלי זמר איז שוין גאנץ אנערקענט געווען די שיינקייט פון א כלי געמאכט פון ריין האלץ. די משנה דערציילט אז די פלייט פון משה רבינו האט געמאכט א גאר שיינעם קלאנג. ווען מע האט זי איינמאל באדעקט מיט גאלד איז איר קלאנג שוין נישט געווען אזוי שיין.

אויך ביי געבעקס ווייסן אלע אז מצות און בייגל זענען די געשמאקסטע ווען עס איז געבאקן אין אן אויוון מיט האלץ.

די ספעציעלקייט פון האלץ האט נישט איבערגעהיפט די וועלט פון מיסטיק. א שטארקער קשר איז דא צווישן טייל שאמאנען־דינעריי מיט האלץ, ווי למשל טייל אמעריקאנער און סיבירישע שאמאנען זענען מקפיד צו ניצן בלויז האלץ פאר די פויקן וואס מע ניצט אין די צערעמאניעס פאר מיסטישע סיבות. 

איבערהויפט ביי פייער און ברענשטאף זענען טייל שאמאנען מקפיד אויף האלץ, ספעציעלע סארטן לויט דער טראדיציע, כדי צו פארטרייבן שלעכטע כוחות, ווי די שלעכטע ווינטן און שלעכטע לופט. אנדערע ניצן פארשידענע סארטן האלץ פאר סגולות, יעדער סארט האלץ פאר אן אנדערער סגולה. זיי גלויבן אז עס איז פאראן האלץ מיט מענערישער ענערגיע און פאראן האלץ מיט פרויערישער ענערגיע.

צום שלוס וועלן מיר ציטירן א שיין לידל איבערגעזעצט פון שפאניש, וואס ברענגט ארויס די פילפארביקייט און פאעטישע אויסדרוקבארקייט פון האלץ. דאס לידל פארגלייכט האלץ צו קערפערליכע ארגאנען און געפילן. (לכתחילה — א ליבע ליד).

פאראן האלץ טונקל און טיף גלייך צו אויגן און האר

פאראן האלץ ווייכע און ליכטיגע גלייך צו הויט און א שמייכל

פאראנען האלץ הארטע און שטיקישע  גלייך צו פיס און די פולקעס

פאראנען האלץ נאסליך און רויטליך גלייך צו די ליפן און צונג

פאראנען האלץ דופטיגע און לעבעדיגע גלייך צו דער גערוך פון א לעבעדיגן קערפער

פאראנען האלץ מיט הערליכע קלאנגען גלייך צו די קלאנגען פון א ראמאנטיש פארל

פאראנען האלץ קלאגעדיגע אין א שטורעמדיגער נאכט ווי א יאָמערדיג ווייבל וואס זיצט אין טרויער

פאראנען האלץ מיט אן אומפארגעסליכן גערוך  ווי א געליבטע פרוי וואס לאזט זיך נישט פארגעסן אויף אייביג