Yiddish with an Aleph

ווער עס בעט עסן אויף שבת — באַקומט בחינם

Anyone Who Requests Food For Shabbos – Gets It Free

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ווי ביי אלע יידן, זענען חסידים מקיים די מצוה צו געבן עסן פאר א גאסט און פאר אן ארימאן. היינטיגע צייטן ווען אלעס אין דער וועלט האט זיך געביטן, האט זיך די מצוה אויך געביטן לויט די היינטיגע וועלט. נו, האבן די חסידים אויך איבערגעשלייערט די מצוה לויט די היינטיגע צייטן.

אמאל ווען א ייד איז אנגעקומען אין א שטעטעלע האט מען אים גלייך געגעבן טרינקען און עסן, אומזיסט אן קיין שום פראגע, נישט געקוקט צי ער איז געווען אן ״ארחי פרחי״ אן ארימער שלעפער, צו א בכבוד׳דיגער בן תורה, א סוחר, אן עושר, אן ארבייטער. געוואוסט האט מען אז דער ייד קומט פון א לאנגן וועג, ער האט נישט געגעסן צו דער זאט א לאנגע צייט.

אין שטאט אליין, איז געווען דער מנהג אז יעדער האט געגעבן פארן ארימאן פון זיין אייגענעם עסן וואס ער האט צוגעגרייט. רוב מאל איז געווען א ״גבאי צדקה״ וואס האט צוזאמענגענומען אלע סארט מאכלים וואס מען האט צוגעגרייט, עס צעטיילט פאר די ארימע און נויט באדערפטיגע משפחות, יעדן טאג אדער ערב שבת.

היינטיגע צייטן איז דאס נישט אזוי. איר באקומט פאר א דאלאר א סענדוויטש, אדער עפעס איבערצובייסן, יעדער קען צוקומען צו כשר׳ס איבעראל. מיט דעם אלעם איז דא אין יעדע אידישע געגענט ״צדקה ארגאניזאציעס״ וואס זארגן אז יעדער זאל האבן צו עסן צו דער זאט. ווי למשל די ״עזר למזון״, וואס חשובע יוגנעלייט פירן אן, וואס לייגט יעדע וואך אריין געלט אין דער גראסערי קאנטע פון אן ארימאן. אויב א ייד אין ברוקלין וועט באמערקען א גאסט אדער אן ארימאן וואס האט נישט וואו צו עסן, וועט ער זיך פרייען ביז גאר ארייננעמען אים פאר א סעודה אין זיין שטוב.

די באקאנטע ארגאניזאציע ״המשביע״ האט אויפגעמאכט טירן אין אלע עקן פון ברוקלין, ווי מען גיט יעדן טאג צו עסן פאר יעדען מענטש וואס קומט נאר אריין, פון אלעם גוטען, אין א בחינה פון ״כל דכפין ייתי וייכול״.

אין יידישע געגענטער אין ניו יארק, אינמיטן די וואך, וועט איר טרעפן אין יעדע געגענט שפייז געשעפטן, גראסעריס, בעקערייען, רעסטאראנען, וואס זענען שוין באקאנט פאר די ״ארץ ישראל יידן״, וואס מען קען דארט באקומען אומזיסט צו עסן א גאנצן טאג. אויך איז דא אין יעדן בית המדרש ביי חסידים איבער די לענג און ברייט קיכלעך און קאווע.

און אויף שבת? עס איז וואונדערליך צו זען ווי אין יעדע געגענט איז דא נישט בלויז איינס, נאר עטליכע ארגאניזאציעס, וואס טיילן גאנצע׳טע שאכטלען עסן, ווי חלות, וויין, פיש, פלייש, פרוכט, גרינצייג, קארטאפל — און נאשערייען פאר די קינדער.

נעמט א שטייגער די באקאנטע ארגאניזאציע ״תומכי שבת״ אין בארא פארק און פלעטבוש, וואס טיילט אויס יעדע וואך הונדערטער ״שפייז פעקלעך״ אויף שבת און עס בלייבט דערפון אויף א גאנצער וואך, אויפגעשטעלט דורך דעם לעגענדארן גרינדער און פירער הר״ר יהושע צבי הערשקאוויטש ז״ל. פון א גארנישט, אן געלט, אן קיין שום ״חסידות״ אונטער זיך, האט ער באוויזען אז א יחיד זאל טיילן יעדער וואך איבער פינעף הונדערט שבת פעקליך. חוץ דעם ווערט אויסגעטיילט ״וואטשערס״ פאר הונדערטער משפחות, וואס זיי קענען נעמען פאר ביליג, פיש–פלייש, אלע גראסערי זאכן, פון די ״כולל גראסעריס״ [ספעציעלע ביליגע שפייז געשעפטען].

איך געדענק איינמאל בין איך געזעצען מיט אים אין זיין ביורא, דארט איז אויך געזעסן א מיליאנער וואס גיט א סך געלט פאר ״תומכי שבת״. קומט אריין א פרוי, שטאמלט ארויס בלויז פיר ווערטער, ״איך דארף אויף שבת״, אן קיין שום שאלות האט מען איר איינגעשריבן צו באקומען א פעקל. פרעג איך דעם מיליאנער, אפשר דארף זי נישט? אפשר האט זי יא, זי זאגט נאר אז זי דארף? זאגט מיר דער מיליאנער, איך בין גרייט אז מען זאל שיקען פאר צוואנציג יידען וואס דארפן נישט, אבי צום סוף זאל אנקומען פאר דעם איינעם וואס דארף עס יא!

אין וויליאמסבורג איז געווען א באקאנטער ״צדקה–איד״ רבי אברהם מרדכי פאלאטשעק ז״ל וואס האט געווידמעט זיין גאנץ לעבן ארום גיין נאך געלט, בייטאג און ביינאכט, און דערפון צוזאמען געשטעלט ״שבת פעקלעך״. יעדן דאנערשטיג אינמיטן נאכט, האט מען געטראגען פאר צענדליגער משפחות ״שבת פעקליך״. זיינע קינדער טוען דאס זעלבע ביז היינט. אויך איז געווען דער איש החסד, דער סאטמארער חסיד ר׳ שלום לויפער ז״ל, וואס פלעגט טיילן פיש און וויין פאר יעדן ייד וואס איז געקומען בעטען. זיין הויז אויף ראדני סטריט נעבן סאטמאר בית המדרש, איז געווען און איז נאך היינט באקאנט ווי אן אדרעס פאר ״פיש לכבוד שבת״ אומזיסט. היינט טוען עס נאך א סך אנדערע. אין מאנסי און אויך אין קרית יואל-מאנרא איז דא די באקאנטע צדקה חסד ״עזר לשבת״.

יעדער איינער וואס קלינגט אריין און זאגט בלויז די ווערטער: איך דארף א פעקל אויף שבת, וועט ער גלייך באקומען א פעקל וואס זאל זיין גענוג אויף שבת און בלייבן דערפון אויף די קומענדיגע וואך. אפילו ווען ער אליין רופט נישט, נאר א צווייטער וועט זאגן: דעם איד אויף יענער גאס אויף יענעם אדרעס, פעלט צו עסן, וועט מען אים צושיקען צו עסן אויף שבת, אן קיין שום שאלות.

נו, זאָג מיר: מי כעמך ישראל — ווער איז געגליכן צום יידישן פאלק?


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.