Yiddish with an Aleph

אַ וואָרט פֿון גאָט צו ר׳ מענדל

A Message From God to Reb Mendl

פֿון בן ציון אדלער

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

איך וויל זיך דא אפרופן אויפן ארטיקל פון מרים שמולעוויטש-האפמאן, „מײַן מענדל‟.

„מיין״ טייערער מענדל, דיינע פראגעס זענען זייער שטארק, איך פארשטיי דיין ווייטאג, עס איז שרעקליך וואס איך האב געטוען צו מיין באליבטע פאלק, קיין שום פאלק האט דאס נישט מיטגעמאכט.

קודם וועל איך קלאר שטעלן וואס איך שרייב אין מיין תורה: יידן זענען מיין פאלק, איך האב אייך ליב ווי א טאטע זיין קינד, איך וועל אייך קיינמאל נישט פארגעסן, איך היט אייך, איך בין דער „שומר ישראל״ ביזן סוף פונעם גלות ווען עס וועט קומען די גאולה. דאן וועט זיין „לתקן עולם במלכות שד-י״, די וועלט וועט באקומען איר תיקון, יעדער וועט איינזען: „כי לה׳ המלוכה״, גאט איז דער מלך ישראל וגואלו [דער יידישער קעניג און איהר אויסלייזער].

„מיין מענדל״, די טירן פון גן עדן איז אפן פאר דיר, ביסט א צדיק גמור, פאר אלע וואס האבן מיטגעמאכט דעם ביטערן קריג, איז נישטא קיין גזר דין, איר זענט ריין ווי שניי. די בת קול שרייט: פתחו שערים ויבוא גוי צדיק שומר אמונים.

אבער אז דו פרעגסט וועל איך דיר יא זאגן.

אלס א חסיד ווייסטו אז דער תכלית פון אלע יידן איז זיך צו דערנענטערן צו גאט, היטען זיין תורה, מקיים זיין די תרי״ג מצות. פאר דעם האב איך באשאפען די וועלט, פאר דעם האבן איך אייך געשענקט די תורה, פאר דעם האלט איך אויף די וועלט.

איך האב אייך געגעבן מיין חכמה, די יידישע תורה, איך האב דארט באשריבן פינקטליך אלעס וואס איך וויל פון מיין פאלק, וויאזוי איך פיר די וועלט, וויאזוי יידן קענען ניצול ווערן פון אלדאס שלעכט.

מיין ערשטע ווארט צו אייך איז געווען: „אנכי״, איך בין אייער גאט, די גמרא גיט צו פארשטיין דאס ווארט א׳נ׳כ׳י׳ מיינט: א׳נא נ׳פשי כ׳תבית י׳הבית, גאט זאגט, איך האב אפגעשריבן מיין שכל אין די תורה.

דער „עם נבון וחכם״ האט געכאפט די תורה מיט צוויי הענט, געשריגן „נעשה ונשמע״, זיי זענען דערמיט געווארן באהאפטען צו מיר, איך האב אויפגעמאכט מיין מעיינות החכמה [קוואלן פון קלוגשאפט], עס געגאסן ווי א קוואל וואסער, איך האב אייך געגעבן א „תורה שבכתב״ פיר און צוואנציג ספרי תנ״ך, און „א תורה שבעל פה״, זעכציג בענדער ש״ס, ווי אויך וואונדערליכע מדרשים אן א שיעור. ספרים און ביכער וואס פילן אן טויזנעטער פאליצעס, אויך חכמים אויסערגעווייליכע, אנגעהויבן פון די פערציג מקבלי התורה פון משה רבינו ביז הלל הנשיא, דערנאך רבי עקיבא, רבן שמעון בן יוחאי, דער רמב„ם, דער האר״י, דער בעל שם טוב, און נאך צענדליגער טויזענטער.

„מיין טייערער מענדל״, ווען איך וואלט ווען נישט אין דעם תורה באשריבן פינקטליך פארוואס איך האב געטון אזא שרעקליכע זאך פאר מיין פאלק, ווען איך זאל ווען דאס טון פלוצלונג אן קיין שום מעלדונג פריער אז איך גיי עס טוען, פון איין מינוט אויף די צווייטע, ווען איך זאל ווען נישט שרייבן הונדערטער יארן פאר דעם, פינקטקליך מיט אלע דעטאלן, וואס עס גייט פאסירן מיטן עם הנבחר, דאן ביסטו גערעכט, וואלטן דיינע טענות געדארפט א תירוץ, איך וואלט ווען זיך נאכמאל באוויזען אויפן בארג סיני אבער אנדערש וואו און געגעבן צו פארשטיין פארוואס איך האב עס געטון.

אבער עס וואונדערט מיך, איך פארשטיי אפילו נישט פארוואס איך מוז דיך ענטפערן יעצט, ווען איך האב עס דיר געשריבן זייער קלאר. עפעס מאכסט זיך ווי די פארשטייסט נישט וואס מען רעדט צו דיר שוין טויזענטער יארן? איך האב דאך געשריבן פינקטליך „שווארץ אויף ווייס״, אלע פאסירונגען מיטן יידישן פאלק, פון ווען איר זענט אריין אין ארץ ישראל ביז איך וועל אייך שיקען משיח.

„מיין טייערער מענדל״, די תורה איז א „וועלט מאפע״, עס איז דאך מקוים געווארן אלעס וואס עס שטייט דארט, עס שטייט דארט אז דער בית המקדש וועט חרוב ווערן, איר וועט גיין אין גלות און וואס עס וועט געשען מיט אייך אין גלות, זעסטו דען נישט אז אלעס איז מקוים געווארן וואס איך האב געשריבן? זעסטו דען נישט אז די חכמים אין גמרא האבן פינקטליך געזאגט וואס עס וועט געשען מיט אידן אין די צייטן פון „עקבתא דמשיחא״. נו, וואס פאר א פראגעס האסטו? מאך אויף די ספרים, לערן די תורה.

דו ווילסט פארשטיין? ווייסטו זיכער אז צו פארשטיין געטליכקייט דארף מען לערנען זיין תורה הונדערט און איין מאל, צו פארשטיין עפעס פון גאט דארף מען כאטש איינמאל אין לעבן לערנען גאנץ תנ„ך מיט די מפורשים, איינמאל אין לעבן לערנען דורך די זעכציג מסכתות מיט רש״י תוספות און אלע ראשונים, איינמאל אין לעבן דורך לערנען מוסר ספרים, חסידישע ספרים, וואס גיבן צו פארשטיין מיין חכמה און וויאזוי איך פיר די וועלט.

ביטע לערן די תורה, וועסטו פארשטיין וואס איך וויל, וועט דיר ליכטיג ווערן אויף אלע דיינע פראגעס!