Yiddish with an Aleph

ווי צו ברענגען חסידים צו ייִדישע פֿילמען און פּיעסעס

How to Bring Hasidim to Jewish Films and Plays

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

איך האב א סך געהערט פונעם חסידישן ערשטען דור אין אמעריקע, ווען זיי זענען געקומען אַהער, זענען חסידישע מיידלעך און פרויען געגאנגען זען יידישע מואוויס. עס האט זיך אפגעשטעלט אינגאנצן.

היינט צו טאג עקזיסטירט דא אן אייזערנע וואנט צווישן חסידים און די יידישע שפילן. ווי שיין און אינטערעסאנט זיי זענען, וועט מען פון צענדליגער טויזענטער חסידישע פאמיליעס, נישט טרעפען דארט נאר פינף אדער צען באהאלטענע, אדער עטליכע יונגע געוועזענע חסידים.

עס ווערט פארציילט אז אין בריסק האט מען אמאל געמאכט א מואווי וויאזוי סע דארף אויסזען מלחמה ביי יידן, באזירט אויף די הלכות און יידישע געזעצן.

אויפן שפיל האט מען געזען ווי עס שטייען פרומע יידעלעך סאלדאטען, דאן קומט דער הויפט פון מלחמה, דער: ״משוח מלחמה״, ער רופט אויס הויך:

״ווער איז א מענטש וואס האט אויפגעבויט א נייעם הויז און האט אים נאכנישט באנייט, זאל זיך אומקערן אהיים״. אלץ רעזולטאט פארלאזען א סך זעלנער דאס פלאץ.

״ווער איז א מענטש וואס האט איינגעפלאנצט א וויינגארטן און אים נאכנישט אפגעשניטען, זאל זיך אומקערן אהיים״, א פרישע גרופע פארלאזן דאס פלאץ.

״ווער איז א א מענטש א חתן, וואס האט נאנכישט חתונה געהאט מיט זיין כלה, זאל זיך אומקערן אהיים״, האט נאך א גרופע פארלאזט דאס פלאץ.

דאן האט ער אויסגערופען די לעצטע תקנה: ״ווער איז א מענטש וואס האט מורא, האט א ווייך הארץ, אדער ער האט מורא פון א זינד וואס ער איז באגאנגען, נישט א גרויסע זינד, אפילו א גאנץ קליינע ווי, צום ביישפיל, ער האט גערעדט אינמיטן לייגן תפילין, אזא איינער קען נישט דינען אין מיליטער״, האט זיך אויפגעשטעלט די לעצטע געבליבענע סאלדאטן און האבן פארלאזט די מלחמה.

צום סוף זענען פון אלע געבליבן נישט מער ווי צוויי אלטע יידן מיט לאנגע ווייסע בערד, איינער דער גאון ר׳ יחזקאל לאנדא, דער הויפט רב פון פראג, דער צווייטער — דער ווילנער גאון.

די צוויי תורה-ריזן שמועסן געמיטלעך אין לערנען. ווען דער שונא קומט שוין גאנץ נאנט, איז ר׳ יחזקאל לאנדא מכבד זיין חבר דעם ווילנער גאון צו געבן דעם ערשטן שאס, וויבאלד ער איז מער באקאנט מיט זיין בקיאות אין די גאנצע תורה, אבער דער גאון זאגט ניין! ער איז צוריק מכבד דער נודע ביהודה, ער דארף געבן דעם ערשטן שאס וויבאלד ער איז מער פוסק! ביז מען מאכט א פשרה, ביידע זאלן געבן צוזאמען דעם שאס, און בום בום בום, די צדיקים שיסן…. אזא שפיל האט מען געמאכט.

ווען מען האט פארציילט דעם שפיל פאר דעם חפץ חיים, האט ער געזאגט: עס איז ריכטיג, פונקט אזוי האט טאקע אויסגעזען א מלחמה ביי יידן, נאר די וואס האבן געשפילט האבן פארגעסן פארציילן דעם סוף פון אלעס, פאקטיש האבן די געציילטע גאונים וואס זענען יא געבליבן אויפן פראנט, באזיגט און געוואונען דעם קריג!

אט אזוי האבן פרומע יידן געענפטערט אויף דעם חוזק שפיל אויף יידן וואס פירן זיך לויטן יידישע געזעץ.

אז פרומע אידן זאלן קומען צו א שפיל ווילן זיי זיך שפירן ווי מען שטארקט זיי אין זייער טאג טעגליכן פרומען לעבן, ווייל זייער תורה וועג איז דער ריכטיגער וועג. אין דער אמתן טוען די אקטיארן פארקערט, מען מאכט חוזק פון דאס פרומע לעבן, ווי זיי זענען די ״צוריקגעבליבענע״, בלויז צוליב דעם ווייל זיי ווילן זיך פירן לויט די הלכה, לויט זייער מסורה פון אמאל.

אנדערש ווי די אמאליגע קלוגע געלערנטע יידישע לייט, פארשטייען היינט רוב אקטיארן נישט בכלל דאס לעבן פון א פרומען ערליכן חסיד, און אויב יא, ווערט עס געשילדערט ווי זיי זענען פאפערס און ליגנערס. אלע שוואכקייטן וואס מען טרעפט ביי דער מענטשהייט געפינט מען ביי חסידים. די רבי׳ס, רבנים און אחריות׳דיגע קהילה פירער טויגן נישט, אפילו דער פשוטע׳ר עמך חסיד, וואס ארבעט שווער צו פארדינען, ציט אויף א יידישע לעבעדיגע שטוב מיט קינדער אויפן ריכטיגען וועג, ווערט אויסגעמאלן פאלש, ווי אן אומוויסענדיגער מענטש, ווי א ״פרעמדער ייד״ אין די אמעריקאנער גאס, וואס האלט אן עקשנות זיין אופגעזונדערט פון דער אלגעמיינער מענטשהייט. דארף מען לאכן פון זיי.

איך וועל נישט חושד זיין די רעזשיסארן אין זיין אנטעסעמיטיש, א סך זענען דאך פיינע יידן, אבער עס איז טרויריק צו זען ווי די שפילן זענען אייביג א שלעכטער ספעקטאל פאר חסידים. וואס מער נאריש, אלץ מער וועט די ״אלגעמיינע״ סעקולערע וועלט לאכן פון דעם פרומען ייד, אן דעם מינדסטן געפיל פאר די יידישע תורה, די יידישע רעליגיע, און דאס יידישע פרומע קהילה.

נו, ווי איז מעגליך א חסיד זאל וועלן גיין זען וויאזוי מען לאכט אפ פון זיין לעבן שטייגער?

אפשר איז שוין צייט אז די יידישע שפילער זאלן פארשטיין אז זייער צוקונפט ליגט נאר ביי חסידים, נישט ביי די גוים וואס קענען קוים א ווארט יידיש. זאלן די ״סעקולערע״ רעזשיסארן געפינען א בעסערן וועג צוזאמענברענגען חסידים, אויב נישט גאנץ פרומע, כאטש רעליגיעזע מענטשן. דאן איז דא א מעגליכקייט אז אפשר וועט די שטארקע וואנט צווישן חסידים און יידישיסטען פאלן! און אפשר וועט זיך אנהייבן א בשותפות׳דיגער צוזאמענארבעט פאר א ליכטיגע צוקונפט!