Yiddish with an Aleph

ייִדן רופֿן ר׳ נחמנס שטעטל ברעסלאָוו, נישט בראָסלעוו

Jews Call Reb Nachman's Town Breslov, Not Broslev

פֿון בן־ציון אָדלער


  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

איך וויל זיך אפרופן אויף הערשל גלעזערס ארטיקל: ״ר׳ נחמן האָט קיין מאָל נישט גערופֿן זײַן היים ברעסלאָוו״.

יידיש אלס א שפראך איז באשאפען געווארן ״אינטערנאציאנאל״. יעדע מדינה האט זיך דערין זיינע אויסדרוקן. מען קען נישט אפמאכן א כלל אויף יעדן ווארט אין דער יידישער שפראך. כאטש מען וויל זייער שטארק דאס טאן איז עס ווערטלאז. אין אונגארן האט מען גערופען דאס שטעטל ״בראסלוב״ און אזוי רופט עס אן דער ערשטער סאטמאר רבי יואל טייטלבוים אין זיין ספר ״ויואל משה״ (ח״ב סי׳ ק״נ).


איך קען נישט זיין קיין פוסק ביי וועלכן נאמען עס אנצורופען. וואס וועט שוין זיין אז איך וועל יא ארויסזאגן דעם פסק, וועט מען מיך דען הערן? דער פאקט מיט אונזער יידישער שפראך, איז: דער שפראך-רעדער פארעמט אויס די שפראך. עס קענען קומען פראפעסארן, יידיש-שפראך געלערנטע, זאלן זיי אויפצייגן פון שכל, פון קבלה, פון מסורה, פון די תורה, אז דאס ווארט איז נישט אויטענטיש, אויב דער המון עם רעדט עס ארויס אזוי, וועט עס אזוי בלייבן.

אויב גייט מען נישט לויט דעם חסידישן ארויסרייד, נאר לויט די וועלטליכע ארויסרייד, דאן קוועטשט אויף גוגל דאס ווארט: בראָסלעוו אדער בראַצלאַוו אדער ברסלב -Breslov. וועט איר זען וויאזוי די וועלט רופט עס.


מיר דארפן הערן און קוקען וויאזוי די יידן פון אוקראינע האבן עס גערופן. ווייל צו זיי געהערט דאס שטעטל, צו זיי געהערט אוקראינער יידיש, צו זיי געהערט דאס חסידות. דערפאר וויבאלד ברסלבער חסידים אין די גאנצע וועלט, זייט איר אויפקום פון איבער צוויי הונדערט יאר צוריק רופען עס ברסלב, דאן זענען זיי גערעכט!


יא, איר קענט טרעפען איינצעלנע יידיש שרייבענדיקע מענטשן פון פארן וועלט קריג וואס וועלן עס רופען מיט אנדערע נעמען, אבער וואס פאר א פנים האט צו רופען זייער נאמען בראַצלאַוו, בראָסלעוו, אויף אן אייגען באשטימטן נאמען?


איך וועל נישט זיין ווי סתם אידן וואס: ״מע מאַכט זיך כּלומרשט גרויס דורך אַוועקמאַכן יענעם מיט דער האַנט״. איך וועל זיכער נישט אוועקמאכן א סברא פון א באגאבטער געלערנטער מאן וואס זאגט א דבר חכמה. אבער, וויבאלד דער טיטל פונעם ארטיקעל באציט זיך דאך וויאזוי רבי נחמן האט גערופען זיין היים איז: נייתי ספר ונחזה [לאמיר נעמען א ספר און אריינקוקען], וויאזוי האט רבי נחמן גערופען זיין באליבטע שטעטעלע ״ברסלב״.

אַ בריוו פֿון ר׳ נחמן צו זײַנע חסידים, געדרוקט אין ספֿר עלים לתרופה (מכתבי מוהר״ן מברסלב, סי׳ א׳)


אין זיינע ספרים וואס זענען א סך געשריבן אויף יידיש דווקא, שטייט געשריבן אז רבי נחמן פלעגט רופען זיין שטעטל אויסדרוקליך: ״ברסלב״. ווי למשל ווען ער האט געזאגט: מיר האבן איינגעפלאנצט דעם נאמען ״ברסלב״, מיינע חסידים וועלן הייסן ״ברסלב׳ער חסידים״. אבער ווען ער האט געזאגט: זייט איך בין ארויס פון ״ברסלב״ ביז אהער ווייס איך גאר נישט. גאר מערקווירדיג איז אז ער האט אפילו געזאגט רמזים פארוואס עס הייסט ״ברסלב״ מיט די אותיות פון ב׳ר׳ס׳ל׳ב, דאס איז אותיות ״בש״ר ל״ב״ [אויב מען טוישט אויף דעם ס׳ צו א שי״ן]. און לב בשר. צו די באקאנטע מעשה ווען רבי נתן האט געשריגן א גאנצע נאכט אויף די אידישע שפראך ביים טייך בוג: אין ״ברסלב״ ברענט א פייער, פייער מיר עס אריין אין הארצן. פון דעם אלעם איז צו פארשטיין אז דאס הייסט ברסלב דווקא. נישט קיין אנדערע נאמען.


אין די ערשטע בריוו פון זיינע שריפטן (עלים לתרופה מכתבי מוהר״ן סי׳ א׳) וואס רבי נחמן אליין האט געשריבן רופט ער אן זיין שטאט ״ברסלב״. דאס זעלבע זיין הויפט תלמיד רבי נתן און זיינע פילע ספרים און אין זיינע הונדערטער בריוו, שרייבט ער זיך אונטער ״נתן מברסלב״.


מען דארף נעמען אין באטראכט, אז פון צווישן אלע חסידישע ביכער, ספרים, היסטאריע, פון יענע צייט [שנת תק״ן - ת״ר], זענען די ברסלב׳ער ספרים די מערסטע פיקנטליך, און זענען געשריבן אויף יידיש דווקא, פון רבי נתן פון ברסלב, וואס אדאנק אים איז געבליבן די ברסלב׳ער חסידות אזוי אקוראט.


דערמיט וואס עס זענען דא די וואס מיינען אז ״דער אוקראַיִניש־געבוירענער ר׳ נחמן בראָסלעווער האָט גאָר געשטאַמט פֿונעם דײַטשיש־פּוילישן ברעסלע (Breslau, אין שלעזיע; הײַנט ווראָצלאַוו, פּוילן) צי אַפֿילו פֿונעם סלאָוואַקישן Bratislava (אויף ייִדיש: פּרעשבאָריק)״, דאס אלעס הייסט נישט אז דער נאמען זאל זיין בראַצלאַוו אדער בראָסלעוו. עס איז אפשר מער פראקטיש כדי צו זיין ״קלאָרער, און שווערער צו פּלאָנטערן״, אבער דאס איז פשוט נישט דער ריכטיגער נאמען, נישט מיט א קמ״ץ און נישט מיט א פתח, און אויך נישט מיט א וו צום סוף.


פשוט — ״ברסלב״.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.