Yiddish with an Aleph

ווען חסידים זעצן זיך צו דער שבת־סעודה

When Hasidim Sit Down to Shabbos Dinner

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

עס איז וואויל באקאנט די גוטע עסן פון יידן ביים שבת-טיש. סתם יידן וועלן עסן אלעס וואס איז גוטס, וואס עס לאזט זיך. ביי חסידים איז מען אבער מקפיד צו עסן די זעלבע מאכלים וואס ביי יעדער אנדערער חסידישער שבת־סעודה. אויב וויל מען געבן עפעס אנדערש, קען אן עקסטרעמער חסיד ווערן בייז. דערפאר וועל איך פארציילן אין קורצען ווי חסידים אין ברוקלין הייבן אָן דאָס עסן ביים שבת טיש.

1. שמעקן בשמים

דער שבת־טיש פרייטאג צו נאכט הייבט זיך אן ביים שמעקן בשמים. נאכן זינגען זמירות „שלום עליכם” און „אשת חיל” פאר קידוש, נעמט מען ארויס א בשמים־ביקסל, א סך וועלן האבן שיינע הערליכע זילבערנע שאכטלעך, צו באשיינעם דעם שבת טיש. אנדערע נעמען אויך צוויי ריטלעך הדסים, און מאכן דערויף א ברכה ״בורא עצי בשמים״, און עס שמעקן.

2. קידוש אויף וויין

חסידים אין ברוקלין האבן אלעמאל גענוצט די באקאנטע „קדם” וויין. היינט צו טאג איז אנדערש, גוטע כשר׳ע וויינען פון אלערליי פירמעס, איז נישט קיין חידוש ביים חסידישן עולם, ספעציעל אין די לעצטע יארן ווען די וויין שענקער האבן זיך צעשפרייט אין די לענג און אין די ברייט. אין וויליאמסבורג אליין איז דא 4 כשר׳ע וויין און ליקער געשעפטן, מען קען טרעפען הונדערטער ערליי וויינען, ביליגע און טייערע פון שענסטען און בעסטן, טרוקענע און פייכטע, יידן לאזן זיך אויסגעבן א סך געלד. צומאל אפילו איבער הונדערט דאלער פאר א גוט פלעשל וויין.

רוב וויינען זענען רויט, ווייל לויט דער הלכה איז א גרעסערע מצוה צו נעמען „רויטע” וויין, אויסער אויב מען גלייכט בעסער ווייסע וויין. א סך חסידים וועלן מאכן קידוש אויף א היימישן „מאסט” — זאפט פון אויסגעקוועטשטע טרויבן. די גאנץ פרומע חסידים וועלן מאכן קידוש אויף וויין איידער אויף טרויבן זאפט. אויך וועט אזא סארט חסיד נישט מאכן קידוש אויף א וויין וואס איז „מבושל”, געקאכט בשעתן מאכן עס.

דער בעכער וועט זיין פונעם שענסטן וואס מען קען זיך ערלויבן, זיכער נישט א פאפיר און פלעסטיק פאום גלעזעל. כמעט יעדער חסיד האט א זילבערנם בעכער אין זיין שראנק וואס ער נוצט שבת, מען וועט אונטערן בעכער שטעלן א טאץ אדער א טעלער.

3. צוויי שבת־חלות = לחם משנה

דאן קומט די שבת׳דיגע חלה, וויבאלד עס איז א חיוב סיי פאר מענער סיי פאר פרויען און מיידלעך צו האבן לחם משנה, דאס הייסט מאכן א ברכה אויף צוויי גאנצע חלות, און צעשניידן איין חלה דערפון, דערפאר וועט זיין אנגעגרייט 2 שיינע שבת׳דיגע חלות פארן ראש המשפחה, ער זאל מאכן א הויכע ברכה און דערמיט וועלן אלע מקיים זיין די מצוה פון האבן צוויי חלות.

די 2 שבת־חלות וועלן זיין צוגעדעקט מיט א חלה־דעקעל, צוליב עטליכע טעמים. עס זענען דא מענטשן וואס ווילן אז די חלה דעקעל זאל זיין א ווייסע קאליר דווקא. א סך וועלן נאכן שניידן די חלה צוזאמען נעמען די ברעקלעך וואס פאלן אויפן טיש פונעם שניידן, און זיי עסן.

4. פיש לכבוד שבת

דאן קומט די פיש, דאס איז א זאך וואס ווערט דערמאנט שוין אין גמרא: עסן פיש אין שבת. מען וועט דאס עסן די ערשטע, גלייך ביים אנהייב סעודה. עס זענען דא רביים וואס וועלן עסן פאר אלעס די אויגן פון די פיש. עס איז א מנהג ביי טייל חסידים צו עסן די פיש מיט די הענט, נישט מיט א גאפל. אנדערע שמייכלן זיך אונטער ווען מען הערט אזא אינטערסאנטן קאמישן מנהג. עס זענען דא חסידים וואס וועלן עסן דווקא לאקס פיש, דאס האט א סימן טהרה, וויבאלד לאקס פיש האבן מער פליספעדערן ווי אנדערע פיש.

און זיכער ווייסט יעדער אז שבת עסט מען געפילטע פיש, וואס איז דאך די מערסטע באקאנטע יידישע מאכל. אבער ווייניג ווייסן דעם טעם פארוואס האבן יידן אנגעהויבן צו עסן געפילטע פיש, דאס איז צוליב דעם וואס די פיש האבן נישט קיין ביינער, און מען איז נישט עובר די איסור פון אויסקלויבן ביינער פון פיש אין שבת.

5. חריף = טאמאטע זאפט

א „נייער עסן” איז אין די לעצטע צוויי צענדליג יאר צוגעקומען ווי א פארשפייז: די טאמאטן־סאלאט, אנדערע וועלן עס רופן: חריף, אדער „אראבישער סאלאט”, וויבאלד עס קומט פון ארץ ישראל און שטאמט פון די ספרדישע יידן וואס האבן עס ווארשיינדליך גענומען פון די אראבער. עס איז אביסל שארף און גיט צו א געשמאקן טעם צו די פיש.

אבער זייט געהיט ווייל עס זענען דא עקסטרעמע חסידים וואס האלטן אז ווער עס עסט טאמאטן־סאלאט ביי די שבת סעודה גייט אוועק פון גלייכן וועג, וויבאלד מען האט עס נישט געזען ביי אונזערע זיידעס.

6. מאכן א „לחיים”

נאך די פיש וועט מען טרינקען בראנפן אדער וויין און מען ווינטשט אלעמען א לחיים.