Yiddish with an Aleph

16 אופֿנים ווי חסידים פּראַווען דעם יום־טובֿ חנוכּה

16 Ways that Hasidim Celebrate Hanukkah

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ווען עס קומט צו חנוכה איז אין דער אמת׳ן נישט דא קיין גרויסער אונטערשייד צווישן חסידים ביז נישט חסידים. עס איז דאך א ״וועלטליכע יום טוב״. אפילו מענטשן וואס זענען גאנץ ווייט פון יידישקייט וועלן זיך אינדענטעפיצירן דערמיט. מען מעג ארבעטן, זיך אויפפירן פונקט ווי אינדערוואכן, מען דארף בלויז צינדען די ליכטלעך, גיין צו א חנוכה פארטי, שפילן דריידל, עסן לאטקעס אדער גוטע מילכיגע געבעקס, זיין גוט אויפגעלייגט, עס איז חנוכה! טא, וואס איז דער אונטערשייד פון ״חנוכה ביי חסידים״ ווי ערגעץ אנדערש?

1. קודם, וועט יעדער אין שטוב צינדן א חנוכה מנורה, נישט בלויז דער טאטע. ווען עס קומט מקיים זיין א מיצוה וועלן חסידים צינדן מהדרין מן המהדרין, „נאך בעסער ווי גוט‟. יעדעס קינד, אפילו די קינדערלעך פון דריי יאר, וועט צינדן אן עקסטערע מנורה.

2. דער חסיד זעט אין דעם וואכן טאג, עפעס מער ווי א געהעריגע יום טוב, ווייל יעדער יום טוב טאר ער דאך נישט מאכן קיין שום ארבעט, אפילו זיין טעלעפאן טאר ער נישט אנרירן, חוץ חנוכה [און פורים], דאס ווייזט אים אז ער קען איבערדרייען אמאל א וואכענדיגער טאג פאר אן עכטן יום טוב. א טייל חסידים גייען אנגעטון מיט שבת׳דיגע קליידער ווען מען צינדט די ליכט, אפילו דעם שטריימעל און בעקיטשע.

3. מען צינדט די ליכט, דער טאטע וועט העלפן דערנאך אלע קליינע אויך אנצינדען, מען פארברענגט, צום ווייניגסטען, א האלבע שעה ביי די ליכט. אלע אין שטוב, פון גרויס ביז קליין, מאמע, ברודער שוועסטער וועלן שטיין און קוקען אויף די ליכט א האלבע שעה, דאס רופט מען ״ליכט פון אור הגנוז״, [וואס שטאמט פון די ליכטיקייט וואס גאט האט באהאלטען ווען די וועלט איז באשאפען געווארן]. קוקן אויף די ליכט ברענגט ״יראת שמים״, מורא פאר גאט. עס שיינט אריין די ליכט פון די תורה אויפן נפש פון א ייד.

וואס טוט מען אין דער האלבער שעה? מען זינגט באקאנטע חנוכה לידער ווי ״מעוז צור ישועתי״ און יעדע חסידות האט זיך זיינע לידער, זיינע פזמונים. דער טאטע קען אינמיטן אונטערזונגען מיט די קינדער פון גרויס בענקעניש דאס באקאנטע יידישע ליד: 

ברענט ליכטעלעך ברענט, ברענט ווי ווייט איר קענט
ווייל אייער פייער איז הייליג און טייער —
באלייכט די גאנצע וועלט.

4. א סך וועלן דאן צוזאמעננעמען די קינדער, מען וועט זיך אנכאפען ביי די הענט און מאכן א טענצעל, מען וועט זינגען און שפרינגען, ווייל ווי אלע ימים טובים, וועט דער חסיד ארויסברענגען אז די מיצוה איז נישט בלויז די אויסערליכע געשטעל פון די מצוה, א שיינע מנורה און שיינע ליכט, קויפן שיינע געשאנקען פאר די קינדער. דער חסיד וועט אויך זוכען אינעם יום טוב מער שפייז פאר זיין נשמה.

וואס האט פאסירט דא? מען האט געטראפען אביסל אויל וואס איז געווען ריין, מען האט געצינדען די מנורה, און מען מאכט דערפון א גאנצן יום טוב אויף אייביג? ווי קען זיין אז א קליינע שאכטל בוימל, וואס איז ארויס געקומען דערפון א נס, זאלן יידען האבן דערפון טויזענטער יארן שפעטער אזא חיות און לעבן? 

גאט האט געוואלט אונז ווייזן עפעס מיט דעם נס. די גריכן האבן געוואלט אויסלעשען דעם פארשטאנד פון דעם ייד, דער ייד מיטן גוי זאלן טראכטן די זעלבע; דאס יידישע פאלק קען ווייטער בלייבן א פאלק, אבער אן זייער תורה, אן גלויבן אין גאט, נאר ״א פאלק צווישען אלע פעלקער״. פריער האבן די גריכן געלאזט לעבן דעם ייד, פארקערט גאר, א סך יידן זענען געווארן גרויס און אנגענומען ביי זיי. דער עיקר — די גריכן האבן געוואלט איז דער ייד זאל פארגעסן אז ער איז א טייל פונעם ״אתה בחרתנו״.

יידן האבן דאס שטארק באקעמפט. ווען גאט האט געוויזן דעם נס מיט א קריגל אויל, וואס האט געברענט פאר גאנצע אכט טעג, איז דער אויל געווען ווי חכמה, די קלוגשפאט פונעם ייד, דווקא דאן ווען עס דוכט זיך אים אז די גאנצע יידישע חכמה גייט אונטער, ווייזט השם אז מיט איין איינציגן קליינעם ביסל חכמה פון א ייד, וועט געשען א נס און עס וועט זיך צעשפרייטן די חכמה אויף די גאנצע וועלט אויף טויזענטער יארן.

אט דאס איז א סימן פארן ייד, אז ווען די צייט וועט קומען, וועט די יידישע קלוגשאפט ווערן אנגענומען און עס וועט מקיים ווערן דעם פסוק: כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, די גאנצע וועלט וועט ווערן אנגעפולט מיט קלוגשאפט און געטליכקייט פון גאט.

5. די מצוה איז מען זאל עס צינדען ווען עס איז שוין נאכט, די ליכט זאל זיין אויף א נידריגע פלאץ נאנט צו דער ערד. דאס לערנט אונדז אז די ליכט וואס שאפט זיך פון די מנורה, איז אזוי שטארק אז עס פארטרייבט די פינצטערניש, עס שיינט א ליכט אין די סאמע נידרריגסטע ערטער.

6. אויב עס וועט אמאל ארויסשפריצן אויף די ווענט צי אויף דער ערד, בוימל אדער פייער, און לאזט איבער א שווארצן פלעק, וועלן די חסידים זאגן: איי דאס איז א מחיה, עס וועט בלייבן א צייכן פון די הייליגע ליכט אויף א גאנץ יאר!

7. נאכן חנוכה צינדן וועלן זיך די קינדער ארומזעצען ארום טיש. יעדן טאג מאכט די מאמע ספעציעלע חנוכה מאכלים, געקעכטס וואס מען באלעקט זיך די פינגער דערמיט. ספעציעל וועט די מאמע מאכן מילכיגס פון קעז, דאס איז א מינהג שוין זייער אלט, אז חנוכה עסט מען קעז, וויבאלד דער נס איז צושטאנד געקומען דורך קעז, וואס יהודת האט געגעבן צו עסן פארן פיינט.

8. עס קען זיך מאכן אז דער עלטסטער בחור, אדער אפילו די טאטע וועט זאגן א תירוץ אויף ״בית יוסף׳ס קשיא״, וואס פארנעמעט א גרויס פלאץ ביי חסידים.

די קשיא וואס אלע פרעגן איז: פארוואס איז דא אכט טעג חנוכה בעת דער נס האט זיך געצויגן נישט מער ווי זיבן טאג? ווייל אין דעם ערשטען טאג האט דאך די אויל געברענט נאטירלעך, עס איז דאך געווען פאר איין טאג אויל?

אלע ספרים, רביס, צדיקים, דרשנים, לומדים, און סתם יידן, וועלן דאס איבערזאגן און פרעגן, ביי יעדן טיש און חסידישער פארטי וועט מען שמועסן פון דער קשיא, ֿמען וועט פרובירן צו ענטפערן א תירוץ דערויף.

9. דאן וועט מען שפילן דריידל. דאס איז נישט קיין שפיל בלויז פאר קליינע, נאר אפילו פאר דערוואקסענע, טאטעס און מאמעס. גרויסע רביים און צדיקים שפילן דריידעל, פאר דעם צוועק האבן די חסידים געקויפט דעם רבין אפילו א גאלדענעם דריידל. ביי חסידים זאגט מען: דריידל ברענגט אראפ גוטע השפעות און א סך גוטס, ״ווען מען דרייט פון הינטן דרייט זיך עפעס אויבן״.

10. בשעת די סעודות הערט נישט אויף די טיר צו קלאפן, די גלאק קלונגט יעדער דריי מינוט, יידן קומען נאך צדקה. נישט נאר גרויסע, נאר אפילו גאנץ קליינע קינדער, מיידעלעך און יינגעלעך, שטעלן צוזאם גאר א סך ״חנוכה געלט״ פאר צדקה צוועקן. זיי קומען יעדעס יאר, און יעדע נאכט חנוכה. יעדע יידישע שטוב וועט אויסטיילן א סך געלט, אפילו מען זאל געבן פאר יעדן איינעם בלויז פופציק סענט וועט עס אנקומען צו צענדליגער דאלערן א נאכט, א סך געבן פאר יעדן איין דאלער אדער אפילו פינעף דאלער.

11. זייער א סך מאל איילט זיך שוין דאן די טאטע און די גרויסע בחורים צום רבינ׳ס טיש, מען זאגט דרשות, מען זינגט לידער, מען שפירט א חיות אין דעם יום טוב.

12. און די פרויען? נישט געזארגט, זיי האבן פארטיס און צוזאמענקומען יעדען איינציגער נאכט, אמאל וועלן זיי האבן צוויי חנוכה פארטיס, איינס בייטאג און איינס ביינאכט.

13. א סך פרויען און מיידעלעך פירן נישט קיין שום ארבעט ווילאנג די חנוכה ליכט ברענען, וויבאלד דער נס איז צושטאנד געקומען דורך א פרוי, יהודית די טאכטער פון יוחנן כהן גדול.

14. יעדע משפחה האט א חנוכה מסיבה, וואו די משפחה קומט זיך צוזאמען, אזוי ווי די חסידים זענען געבענטשט מיט קינדער, וועט אויסקומען אז יעדע פאמיליע קומט זיך צוזאמען יעדער איינציגע נאכט, דאס הייסט אזוי: איינמאל וועט די זיידע-באבע מאכן א פארטי פאר די גאנצע פאמיליע פון אנהייבן ביזן סוף, און רוב מאל האט דאך א משפחה 2 זיידעס, דאס הייסט 2 נעכט חנוכה איז מען פארנומען מיט די פארטי פון באבע זיידע. די דריטע מאל איז עס די חנוכה פארטי פון די קינדער וואס האבן שוין חתונה געהאט וואס זענען ארויס פון שטוב, צוזאמען מיט די קינדער וואס זענען נאך געבליבן אין שטוב. די פערטע מאל איז עס די חנוכה פארטי פון די קינדער אין שטוב אליין.

יעדער פארטי האט זיך איר פראגראם, וואס קינדער לייגן אריין דערין זייער הארץ און נשמה.

אינמיטן קומט אן ״שבת חנוכה״ וואס איז אליין א געהויבענער שבת.

15. חסידים זאגן אז די איבערגעבליבענע אויל און די אפגעברענטע קנייטן וואס מען האט פארנוצט צו צינדן חנוכה ליכט, איז א סגולה, א סך וועלן דערמיט אנשמירן א רויז אויף די פיס, און זאגן אז דורך די זכות פון דער מצוה וועט דער רויז אינגאנצען אוועק גיין.

16. דער לעצטער טאג חנוכה הייסט ״זאת חנוכה״, גרעסער ווי אלע אנדערע חנוכה טעג. א סך רביים פירן דאן א ספעציעלן טיש, זיי וועלן מאכן א פייער און פארברענען די איבערגעבליבענע אויל, און מען וועט מאכן א טאנץ און זינגען ארום דעם פייער. אנדערע וועלן ווארטן מיט די איבערגעבליבע זאכן פון חנוכה, ביז ערב פסח, און עס פארברענען אין ״שריפת חמץ״.

איך בין געווען ביי א פריינד מיינעם, זינגט ער דאס ליד פון דעם באקאנטן חסידישן קאמפאזיטאר ״יום טוב עהרליך״ ביי זיין ליד ״חנוכה״, ער חזר׳ט איבער זיינע לעצטע ווערטער:

דאס איז די פייער פון חסידות — וואס ווארימט די הערצער אן
און עס איידעלט אויס די מידות — לאזט קיין שלעכטס ניט טאן

זאל השם געבן א פרייליכן לעבעדיגן חנוכה פאר גאנץ כלל ישראל.