Yiddish with an Aleph

מײַן זיידע גיט זיך נישט אונטער

My Zeyde Doesn't Give In

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

פאריגע וואך איז מיר אויסגעקומען צו פארברענגען מיט מיין זיידע, זאל זיין געזונט און שטארק. זיכער איז עס נישט די ערשטע מאל ווען איך בין געווען ביי אים מיט מיין משפחה, אבער דאס מאל האב איך איינגעזען עפעס מער.

מיין זיידע איז אלט איבער די 90 יאר, נו אז מען לעבט דערלעבט מען. ער שטאמט פון א שטעטעל אין אונגארן, געלערנט אין ישיבה ביי רבי יהושע בוקסבוים, דער גאלאנטער רב, ער רעדט פון זיין רבי ווי איינער רעדט פון א מלאך פון הימל, אלעס ביי אים איז ״דער רבי״, ווי גלייך ער האט אים נעכטען געזען און צו אים נעכטן גערעדט.

ווען ער הייבט אן צו זאגן: „מיין רבי”, רינען ביי אים צוויי טרערן אויף די באקען. ער איז אזא טיפ ייד וואס איז אפילו צווישן חסידים, היינט צוטאג, א חידוש, אבער יעדער וואס איז אויפגעוואקסן צווישן חסידים ווייסט פון אזעלכע סארט יידן.

ווען מען שמועסט מיט אים איבער די בליק פון די וועלט, שאפט זיך א בילד ווי ער געהערט צו די פשרה׳לאזע מענטשן. ווען איינער היט נישט די געזעצען פון די תורה, אדער ער גלויבט נישט אין גאט, עקסיסטירט נישט ביי אים אזא זאך ווי א פּשרה, א דילאג, אדער כאטש ווייזען עפעס „מעסיקייט” אדער „טאלעראנץ”. ניין.

ביי אים זענען די שרעקליכסטע זינד, זאכן וואס ביי חסידים איז עס היינט ווי שוין מותר, ווי צום ביישפיל, כאפן א פאטאגראפיע פון אים, רעדן העבראיש, גיין אנגעטוען מיט א האנט זייגער. אויב איך וועל אים זאגן אז עס געפעלט מיר וואס די אידישע מדינה טוט און אז זי האט הצלחה מיט איר וועג, וועט ער עס רעכענען א גרעסערע עבירה ווי עסן חמץ אין פסח. רעדן עברית איז א גרעסערע עבירה ווי עסן טריפה. נאר אידיש דארף מען רעדן, ענגליש איז אסור. ווען אן אייניקעל טוט זיך אן א שייטל אנשטאט א טיכל אויפן קאפ, וועט זי זיך שעמען פאר אים די קומענדיגע האלב יאר, ביז ער געוויינט זיך דערצו.

בכלל איז ער קיינמאל נישט צופרידן, ער וועט אייביג מאנען מער, זעלטן וועט מען הערן פון אים א קאמפלימענט. אים איז ליבער זיצען אלײן פארטיפט אין א ספר, ווי פארברענגען מיט מענטשן. דאס איז געזאגט געווארן אפילו אויף רוחניות, אפילו ביי מצות און תורה, וואס א חסיד מוז דאך זיין פרייליך מיט זיין תורה, אבער ביי אזא טיפ מענטשן זעט מען עס נישט ארויס, עס איז ווי דער מאמר החכם איז: דער טרויער איז אויף זיין פנים, און די פרייד איז אין הארץ.

דאס מיינט נישט ער האט נישט ליב זיינע קינדער, אדער ער האט נישט קיין געפילן, דאס מיינט נישט אז ער פרייט זיך נישט מיט זיין לעבן. ער וועט קומען צו שמחות, זיך מיטפרייען מיט אלעמען, וועט זיך נאכפרעגן אויף יעדן איינעם, און אפילו באגילדן מיט שיינע געלטער פאר וועם עס פעלט אויס. אבער עס איז זייער שווער צו פארברענגען מיט אים. עס זעט אויס ווי ער איז פארנומען מיט „זיך” און שפירט נישט קיין עקסטאז מיט גארנישט, נאר מיט זיין לערנען און דאווענען.

זיין אפשיי פון די סעקולערע לעבן איז זייער עקסטערם, ער וויל פשוט נישט הערן פון וואס דער גוי טוט. ווען עס קומט צו די דרויסענדיגע וועלט איז ער איזאלירט, מיט א הארץ פון שטיין, פאנאטישקייט אן קיין פשרה.

ווען איך פלעג אים זאגן: זיידע, עס שטייט אין דער גמרא: יש חכמה בגוים תאמין, אויב מען זאגט דיר אז עס איז דא קלוגשאפט ביי די גוים, זאלסטו גלייבן דערין, איז דאך דאס אן איבערצייג אז מען קען עפעס הערן פון א נישט־איד. ער ווערט פון אזעלכע רייד רויט פאר כעס, ביז זיך צום דערשרעקען.

נו, אז מען האט אזא זיידע, פרובירט מען די בעסטע וואס מען קען. איך רעספעקטיר אים זייער פאר זיינע מעלות; פאר דעם וואס איך שטאם פון אים, פאר דעם וואס ער האט זיין גאנץ לעבן אויפגעצויגן זיין דור, איך האב אבער אייביג געקוקט מיט פארוואונדערונג אויף דעם, ווייל היינט צו טאג זענען מיר נישט אזוי עקסטרעם, חסידים פארגינען זיך שוין היינט א סך מער ווי זייערע עלטערן, איז פארוואס איז ער יא אזוי? ווייס איך נישט.

אבער דאס מאל האב איך עפעס געפונען א תירוץ פאר זיין עקסטרעמיזם.

ער איז א שארית הפליטה איד, ער האט איבערגעלעבט דעם נאצי׳שן גיהנום, און האט באוויזען וואס ווייניג האבן פאראויסגעזאגט עס וועט געשען!

דער סארט יידן, די לעבן געבליבענע, האבן געלעבט אין א מצב וואס מיר קענען בכלל נישט פארשטיין. די שארית הפליטה יידן זענען אייגענארטיג, מענער און פרויען וואס ביי זיי האט נישט עקסזיטירט דאס ווארט: „מיין טאטע, מיין מאמע”, קיינער פון זייערע קינדער האבן נישט געזען קיין באבע־זיידע, א סך האבן פארגעסן וואס עס מיינט א מומע — פעטער אדער סתם א נאנטער קרוב.

מענטשן וואס זענען אמאל געווען מענטשן־סקעלעטן און זענען דערנאך צוריק געווארן מענטשן, געקומען אין א פרעמד לאנד אן גארנישט, אן א היים, אן א שפראך, אן ברויט צו עסן, נישטא ביי זיי קיין ווייב, קינדער, ברידער־שוועסטער, נישט קיין מדריך, נישט קיין רב אדער רבי. דאס ערגסטע איז װאס מע האט אוועקגענומען זייער זעלבסט ווירדע, געווען אפילו א סך אידן וואס האבן אפגעשפעט פון זיי. אין „מדינת ישראל” האט מען זיי גערופן מיט א שפעט ווארט: „סבון”־זייף, וויבאלד זיי האבן צוגעלאזט זייערע נאנטע זאלן די דייטשען מאכן פון זיי זייף רח״ל [דאס אליין איז ווערט צו באשרייבן, ווי געמיין מען האט זיך באנומען מיט זיי].

מיט דעם אלעם האבן זיי מיט בלוט און שווייס צוריק אויפגעבויט אזא סארט פאמיליע וואס ער האט געהאט אין זיין שטעטל אין אונגארן, און דערפאר איז ער אזוי.

מיט א שטארקע עקשנות האבן זיי אנגעהויבען פון דאס ניי בויען משפחות, פרנסות און זיך מאכן א נייע אינדיטיטעט, און אין די זעלבע צייט פול מיט אינערליכע צעמישעניש ווי אזוי קען מען צוריקבויען זייער פארלוירענע וועלט. זיי האבן נישט געקענט ביי זיך אין קאפ אויסארבעטן וואס האט פאסירט, עס איז געווען אומפארשטענדלעך ווי א מענטש האט געקענט שלום מאכן מיט אזא מצב.

ווען איך האב געפרעגט מיין זיידע: פארוואס קוקסטו גארנישט אויף א נישט־איד? פארוואס זאגסטו אז ביי זיי איז בלויז דא נאר „געוואלדן און מארדן”. האט ער מיר גאנץ פשוט געענטפערט: פארוואס זאל איך יא האבן צוטרוי צו א גוי, דעם אמעריקאנער לעבן, דאס גליק וואס די סעקולערע גאס גיט פארן ייד, ווען איך האב געזען ווי דער געלערנטער דייטש האט פאר מיינע אויגן געשאסן מיין טאטע־מאמע, ברודער־שוועסטער קאלט בלוטיגערהייט, אזוי ווי מען שלינגט אראפ א גלעזעל קאלט וואסער!

פארוואס זאל איך גלייבן אז דער קלוגער געלערנטער גוי האט מיך שוין היינט נישט פיינט, ווען איך האב זיך איבערצייגט אז דער זעלבער גוי וואס איז אמאל געווען מיין נאנטער שכן איז געווארן אין איין מינוט א ווילדע חיה?

מיין זיידע האט פאקטיש באוויזען אויפשטעלן א „לגיון של מלך” ווי מען רופט עס ביי חסידים [א מיליטער פונעם קעניג], ער האט איבערגעפלאנצט יידישקייט פון אש און שטויב, פון די קאלך אויווענס, צו צענדליגער אידישע שטיבער, און ווען מען וויל אויפבויען אדער אנהאלטן יידישקייט, אויב וועט מען נאכגיין וואס אלע מענטשן טוען, דאן וועט מען זיין פונקט ווי אלע מענטשן.

די וואס האבן נישט געהאט אזא עקשנות, עקסטרעמיזם און שטארקן ווילן אויפצושטעלן א פרום לעבן, די וואס האבן געהערט די טענה: פשרות, נארמאלקייט, זיי ווייסן אלע, האבן עס טאקע נישט באוויזן, בלויז די שטארקע גבורי חיל, וואס זענען „ווילד עקסטרעם”, זיי האבן אויפגעבויט יידישקייט ווי אמאל.

עס איז אמת אז די סארט יידן זענען א פארגאנגענהייט, חסידים דערלויבן זיך היינט צו זיין מער נאכגיביג, מיט זאכן וואס די תורה דערלויבט. אבער איך האב אנגעהויבן צו פארשטיין, אז טאקע צוליב דעם וואס מיין זיידע איז עקסטרעם רעכט, האט ער באוויזען איבערפלאנצען א חסידישן דור פונקט ווי ער האט געוואלט. ווען נישט וואלטן זיינע קינדער געווען מער מאדערן, און אפשר אפילו א סך פון זיינע אייניקלעך אדער אור אייניקלעך, וואלטן חתונה געהאט מיט קריסטן.

א דאנק זיין עקסטרעמיזם בין איך א פרומער חסיד, און איבער אלעם רעדט די גאנצע פאמיליע א געשמאקן אידיש מאמע־לשון. איך דאנק אים דערפאר.