Yiddish with an Aleph

אַן אָוונט אין אַ חסידישער שטוב אין ברוקלין

A Typical Evening in a Hasidic Home in Brooklyn‬‎

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
yehuda blum

נאכדעם וואס די מאמע האט אפגעקאכט די נאכט מאל, צוגעגרייט א טישטעך אויפן טיש, אפגעשמועסט אויפן טעלעפאן מיט דער משפחה און גוטע פריינדינעס, יעצט איז פונקט האלבער פיר נאכמיטאג. איר פיצעלע פון 2 יאר איז אנגעטון ווארים, נעמט זי אים אויף די הענט און לויפט ארויס צום באס, אפווארטן איהר פיר יעריג יונגעל.

אויפן גאס טרעפט זי זיך מיט א טוץ אנדערע מאמעס וואס ווארטן אויף זייערע קינדער. אויך נאכדעם וואס מען האט אפגענומען די קינדער, פארפירט מען א גוטען שמועס. דאס זענען די 15 רואיגע מינוטן וואס א חסידישע מאמע האט, מען רעדט פון אלעס אין דער וועלט, מען טוישט אינפארמאציע איינע מיט די צווייטע, וואס מען קאכט פאר נאכט מאל, א נייע סארט וועג וויאזוי צו מאכן א געוויסע עסן [א רעסעפי], וועלכע געשעפטען האבן די שענסטע נייע קליידער, וועלכע געשעפטן זענען די ביליגסטע, וועלכע קאמפאני שיך איז יעצט די סטייל ביי חסידים, וואו זענען די גרויסע מציאות, ווען גייט זיין די חתונה אין דער משפחה, ווער מאכט די קומענדיגע בר מצוה, ביי וועם איז די נאכט געבוירן א קינד, א מיידל אדער א יונגעל [דאס מיינט א קידוש אין שוהל אדער א ברית], מען פארציילט וויצען פון די קליינע קינדער און אייניקלעך, יעדע מאמע מיט איהר מעשה׳לע.

נישט איינמאל קומט ארויס פון אזא שמועס א הערליכע זאך, א צדקה פארטי אדער א גמילות חסד פאר איינעם אין ברוקלין אדער פאר אן ארץ ישראל יוד.

צוריק אריין אין שטוב, די ערשטע זאך וועט דאס קינד עסן וואס די מאמע האט געקאכט פאר איהר, דאס קינד איז אבער בלויז דער ערשטער אין די ריי. 5:00 קומט נאך א קינד, 5:15 מארשירן אריין דריי גרויסע מיידלעך. 6:00 בערך קומט דער בר מצוה בחור און 7:00 קומען די 2 בחורים פון ישיבה.

די מאמע האט שוין געטראכט וואס צו קאכן גאנץ פרי, אנגעהויבן צו קאכן אינמיטן טאג, און עס איז ב״ה געלונגען מיט א געשמאק.

בשעת מען גיט עסן, גייט נישט אלעס דורך אזוי גלאטיג, ווען די קינדער שמעקט נישט די מאמעס עסן, שעמען זיי זיך נישט עס צו לאזען הערן. א קינד וועט זאגן: „מאמע נאכאמאל פלייש? יעדן טאג די זעלבע עסן !‟ וויפיל די מאמע גיט צו פארשטיין אז נישט אלע סארט פלייש איז די זעלבע, האלט זיך א קינד ביי דאס זייניגע: „יעדן טאג האבן מיר פלייש, אמאל הינדל, איינמאל אינדיק (טורקי), איינמאל ״שניצעל״, אמאל א ״גולאש״ אדער גאר לעבער, אבער עס איז אלץ פלייש! (די איינציגע מאל וואס די קליינע קינדער זענען שטיל און באלעקן זיך די פינגער, איז, יעדן מיטוואך ווען די מאמע גיט א ווארימע זופ, א פיצע און אייז קרים!)

די מאמע וועט צומאל איבערחזרן וואס איהר מאמע - די באבע, אדער די אלטע עלטער באבע -  פלעגט זאגן: „קינדער, איהר פארשטייט אפילו נישט ווי גליקליך איך שפיר אז איך קען אייך געבן צו עסן, איך לויב גאט פאר וואס איך האב, עס פעלט אונז גארנישט. ביי אונז אין לאגער ביי די דייטשע רשעים וואלטן מיר זיך מחיה געווען מיט די איבערגעבליבענע שיירים פון אונזער טיש….‟

ווען די דריי גרויסע מיידלעך קומען אהיים, יעדער מיט איהר מעשה, עס טרעפט זיך אפילו אז אלע פארציילן אויף איינמאל, אין הויז איז לעבעדיג און די מאמע מיט געדולד הערט יעדעם אויס.

ווען עס איז זיבן אזייגער איז שוין אביסעל רואיגער - אויב עס לאזט זיך אויסדרוקן אזא ווארט אין א חסידישע שטוב - ווייל די דריי גרויסע מיידלעך זענען צושפרייט אין הויז, יעדער האט איהר ארבייט, איינע העלפט פאר די מאמע אין קיך, איינע וואשט ארום די קינדער און שפילט מיט זיי, און איינע איז פארנומען מיט אנגרייטן די וועש וואס מען וועט מארגן אי״ה אנטון.

אזוי ווי קיין טעלעוויזיע און ראדיא איז נישט דא ביי חסידים, קיין אינטערנעט און סמארטפאונס האבן זיי אויך נישט, זענען זיי מער אריגינעל מיט שפילצייג, פונקט ווי אין אמאליגע צייטן. עס איז דא א סך מער צייט פארן ״לעבעדיג״ רעדן מיט שכנים, חברים, די קינדער גייען ארויס זיך שפילן, זומער מיט די ביציקלעך און כשרע וואגאנען, און ווינטער אין שניי, איז ששון ושמחה ליהודים [לעבעדיג ביי יודען]. צומאל וועלן זיי שפילן אויף די היימישע שפילן וואס עס איז דא אין שטוב. אויב וויל מען וויסן וועלטליכע נייעס אדער סתם אידישע נייעס צו חסידישע נייעס, איז דא עטליכע טעלעפאן ליניעס אזוי ווי די באקאנטע ״קול מבשר״ ליניע, וואו מען קען זיך אנהערן פון אינטערוויוען מיט אינטערעסאנטע מענטשן אויף יעדן געביט.

אויב א בחור׳ל וויל לערנען מער ווי ער מוז אין חדר, קען ער זיך צוהערן צו ״תורה פראגראמען״ דורכן טעלעפאן.

און ביי די דריי גרויסע מיידלעך, אינמיטן זייער ארבייט שמועסן זיי מיט די חבר׳טעס אויפן טעלעפאן. כמעט אלע מיידלעך פאר דער חתונה האבן נישט קיין סעלפאון, נאר באנוצען זיך מיט די הויז ליניע. אין הויז איז אבער בלויז דא, צום מערסטען, צוויי ליניעס, בלייבט די דריטע מיידל אן קיין ליניע. אבער מען גיט זיך אן עצה, זי באנוצט זיך מיט די מאמעס סעלפאון. אזוי איז שטיל, יעדער ביי זיין ארבייט אדער פארנומען מיט שמועסן אויפן טעלעפאן, ווען פלוצלונג אינמיטן רעדן מיט איהר חברט׳ע, אן קיין שום ווארענונג, שרייט אויס דאס גרויסע מיידל: „איך גלייב נישט וואס איך הער !‟

„וואס האט פאסירט?‟ פרעגט יעדער.

„מיין חברטע הינדע איז געווארן א כלה !!!‟

יעדער וויל וויסן אלע פרטים: ווער איז דער חתן? יעדער האט עפעס א באקאנטשאפט מיט די משפחות, ווייל ביי חסידים אין ברוקלין זענען כמעט אלע משפחות געקניפט און געבונדען. אויב נישט ווערט מען געווויר אין איין מינוט מיט וועמען האט זיך די משפחה משדך געווען, איז עס טאקע פאסיק ? און נאך אזעכלע פראגעס.

אבער אט די נייעס מיינט אז די עלטסטע מיידל קען שוין מער נישט טוען איר ארבייט. זי מוז זיך שוין אנטון שיין און לויפן צו דעם ״ווארט״ (דער לחיים פארן שידוך), ווערט איר ארבייט איבערגענומען פון דער מאמע אדער פון אן אנדער גרויס מיידל.

[א מאל ווען עס ווערט פארנאכט, מעלדט די מאמע אז זי מוז היינט אוונט אוועקגיין פאר א שעה צוויי. עס איז נאטירלעך אז די פארנומענע חסידישע מאמע ווערט איינמאל א חודש נעלם עטליכע שעה ביינאכט, קיינער פרעגט נישט וווהין זי גייט, זי קומט הערשט אהיים שפעט ביינאכט, זי זיצט אויפן סאפע און רוט].

דער טאטע עסט דערווייל נאכטמאל. די בחורים און די מיידלעך זיצען ארום טיש און דערציילן אלע נייעסן במשך פונעם טאג. דער טאטע פרעגט אויס די קינדער, וואס איז געווען אין ישיבה, וואס איז געווען אין מיידל שולע, האבן זיי מיטגעהאלטן דאס לערנען, צי האבן זיי געהאט פראבלעמען?

דעמאלטס וועט דער טאטע הערן ערשטהאנטיג פון יעדעם קינד באזונדער וואס עס קוועטשט איהם. די קינדער האבן דאן די געלגענהייט ארויס זאגן זייער מיינונג און דער טאטע וועט זיי אויסלערנען גוטע און איידעלע באנעמונגען. אויב א קינד פירט זיך נישט גיט אויף אינדערהיים, די מאמע האט שווערקייטן מיט אים, וועט מען דאס דאן אויסשמועסן און פרובירן צו לערנען דאס קינד זיך צוצוהערן צו דער מאמע.

א שמועס פון א 14 יעריגע מיידל ביילא מיט איהר טאטע קען גיין אזוי:

ביילא וועט פרעגן איהר טאטע: מיין פריינדינע בערקאוויטש האט מיך איינגעלאדן שלאפען ביי איהר עטליכע נעכט, ווייל אירע עלטערן פארן אוועק, זאל איך גיין ?

דער טאטע וועט ענטפערן: דער אמת איז, איך האב געהערט אז זייער שטוב איז נישט ווי אונזערס, זיי האבן א קאמפיוטער אין שטוב, וואס האט נישט קיין הכשר פון רבנים, עס איז נישט געסקרינט, מען קען דארט זעהן זאכן קעגן די תורה, קעגן גלויבן אין יידישער גאט, בכלל ווערט יענער שטוב געפירט נאנט צו די נישט אידישע גאס, מען רעדט דארט נישט קיין אידיש, נאר ענגליש, מיין איך אז זאלסט נישט גיין.

אויב די מיידל וועט זיך יא שטארק איינבעטען, קען זיין דער טאטע וועט זאגן: גוט קענסט גיין, אבער גיב זיך אכט לערן זיך נישט אלעס פון זיי, נאר גוטע זאכן.

אין א זייטיקער בעמערקונג פאר די אידיש ליבהאבער פונעם פארוועטס: וויפיל משפחות קענט איר אזוינע, וואס מען זיצט יעדע נאכט צוזאמען, טאטע, מאמע, קינד און קייט, און מען שמועסט וועגן אלעס אין דער וועלט אויף א פליסיגן אידיש ?

אין דער צייט איז אויך זייער נארמאל אז א איד קומט נאך צדקה, איינער וואס האט נישט גענוג צו שפייזן זיין פאמיליע. דער טאטע וועט אים אויפנעמען ווי עס פאסט, פארפירן א שמועס, אויסהערן זיין שווער הארץ, און איהם העלפן וואס ער קען.

דאן לויפט דער טאטע שנעל דאווענען מעריב און לערנען זיין שיעור אין בית המדרש. די מיידלעך וועלן פרובירן צו טון זייער היים-ארבייט, מאכן ריין די שטוב. דער בחור וועט ווייטער לערנען, אדער לייענען א שיינע מוסר ספר, צו אפשר לייענען די נייעס פון די אידישע צייטונגען, און זיך לייגן שלאפען.ֿ

ווען עס ווערט עכט שטיל אין הויז, יעדער שלאפט שוין, וועלן טאטע־מאמע גיין אין זייער שלאף צימער, וואו זיי זענען מקיים די הייליגע מצוה, ווייל די נאכט איז די מאמע געווען אין מקווה, אבער קיינער, קיינער אין שטוב האט עס נישט באמערקט.

שא, א גוטע נאכט!