Yiddish with an Aleph

אין דער חסידישער וועלט איז בעסער צו זײַן אַ מאַן אָדער אַ פֿרוי?

In the Hasidic World, Is It Better to Be Male or Female?

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ס׳איז דא א באקאנט ווערטל, „דאס גראז איז תּמיד גרינער בײ יענעם”. דער באגריף איז מיר לעצטנס געקומען אין זינען, וויסנדיק אַז פרויען באקלאגן זיך אָפט אויף די מענער און די מענער — אויף די פרויען. האָב איך באשלאסן אנצושרײבן אן עסיי, ווי וואלטן ביידע מינים רעאַגירט אויף דער קשיא: בײ וועמען איז בעסער — בײ מענער אדער בײ פרויען?

אָט אַזוי וואָלט א פרוי מסתמא געענטפערט:

„זיכער איז בעסער צו זײן אַ זכר. ער האט גארנישט קיין אחריות אין שטוב, צופרי לויפט ער אין בית המדרש, ביינאכט ווען עס איז די מערסטע פארנומען אין שטוב, לויפט ער ארויס פון שטוב צו דאווענען מנחה־מעריב…

און דו ווייסט וויאזוי עס זעט אויס די שול?

א הויכער הערליכער בנין, געמאכט מיט שיינע מארמאר שטיינער, שטיבלעך אין אלע ווינקלעך, מיט אלע באקוועמליכקייטן, זומער מיט געשמאקע לופט־קילונג. קאווע און קוכען איז דא צו באקומען א גאנצן טאג, חברים און שמועסער פעלן נישט, אלע נייעסן פון דער גאנצע וועלט הערט מען זיך איין אין א רגע.

אויב דארף מען א טובה פון א חבר, אויב זוכט איינער אינפארמאציע איז די ערשטע אדרעס דאס צו טרעפען אין שול. און אויב דער מענטש פערזענדליך האט אמאל א שווערן טאג, וועט ער גלייך לויפן אין שול, צו לערנען אבער הערן א גוט ווארט, „זיך אויסלופטערן”.

און די מקוה ? מענטשן מאכן זיך ריין, מען ווייקט זיך אין ווארים וואסער, און מען שמועסט פון אלעם, א מחיה.

תורה שבעל פה, די קלוגע גמרא מיט אירע קאמאנטערן, וואס איז דער יסוד פון אידישן פאלק, טארן מיר נישט לערנען. פון וואנען זאלן מיר שעפען חיות און נאנטקייט צו געטליכקייט? ווען איך מעג וואלט איך געלערנט די גמרא און דעם שולחן ערוך אכצן שעה א טאג, די תורה האט דאך אזא רייכן אינהאלט !

און אפשר קען איך וויסן פארוואס האבן מענער אזויפיל מיצוות, און פרויען נישט? איז עס נישט קיין דיסקראמינאציע? פארוואס לייגן מענער טלית און תפילין אלע טאג, שיינע הערליכע מיצוות ווי שאקלען לולב, זיצען אין סוכה, דאווענען דריי מאל א טאג? אייביג זאגט מען פאר פרויען: עס איז נישט פאר אייך. עס זעט עפעס אויס ווי די מענער זענען אייביג צו ערשט, און מיר זענען בלויז די באדינערס.

מענער פירן אויטאס און פרויען נישט, מיר מוזן אייביג צוקומען צו זייערע טובות ווען עס קומט צו פירן. זיי גייען ארויס ארבייטן, טרעפן זיך מיט אזויפיל מענטשן, בשעת די פרוי זיצט איינגעמויערט אין שטוב, פארנומען מיטן קאכן, באקען, רוימען, אויסרושען די קינדער, טעגליכע זאכן וואס איז גאר לאנגווייליג.

אונזערע קליידער, ווייסטו דאך אליין, מען מוז גיין אינגאנצען צוגעדעקט, גארנישט פון מיר טאר זיך נישט ארויסזען, אלעס מוז זיין צניעות׳דיג. זיך אנטון דויערט א לאנגע צייט, אלעס מוז קלאפען, מיין קלייד, מיין טיכל, מיין שייטל, אזוי ווי מען איז געגאנגען פאר טויזנט יאר צוריק, יעדע זאך מוז אויסזען ביי מיר ווי איך וואלט געווען די טאכטער פון א פרעזידענט. די מענער טוען זיך אן אין א רגע, זיי כאפן בלויז אן דאס רעקל און הוט.

ווען עס קומט א שמחה, וועט מען אונז נישט הערן זינגען. מיר מעגן נאר טאנצען, און אויך טאר מען אונז נישט אנקוקען. די מענער זענען די וואס זינגען, די פרויען קוקען פון ווייבער שול, וואס די מענער טוען.

נו, פארוואס זאל איך זיין פארשקלאפט ווי א בירגער פון צווייטן קלאס? ווען איך האב א ברירה וואלט איך זיכער אויסגעוויילט צו זיין א מאן!

און וואס וואלט א מאן געענטפערט? מסתמא אזוי: „ס׳איז גוט צו זײן אַ פֿרוי. לויט דער הלכה איז א פרוי כמעט נישט מחויב צו טון מיצוות, נאר קאכן, באקן און אנגרייטן פאר אירע קינדער אלעס גוטס. אויב א מיידל לערנט נישט איז עס נישט קיין עבירה, קיין ראש ישיבה אדער מלמד אין חדר שטייט איר נישט אויפן קאפ צו פארטיגן אירע לימודים. אמת, זיי דארפן באקומען גוטע צייכנס אין שול, אבער וואס וועט זיין אז נישט? גארנישט.

אנדערש איז דער בחור, אויב וויל ער נישט לערנען אדער די ישיבה געפעלט אים נישט, איז יעדען איינציגן טאג אים ביטער. פארוואס מיינסטו פאלן בחורים אוועק פון די פרומע קרייזן? ווייל זיי זענען געצוואונגען צו זיצן אין ישיבה.

הלוואי וואלט איך געווען א מיידל! א מיידל דארף נישט אויפשטיין פארטאגס לויפן אין בית המדרש, זי קען שלאפן ביז 7:30. זי דארף נישט לויפן אין בית המדרש דאווענען דריי מאל א טאג. ווען זי וויל יא דאווענען כאפט זי א תהלים׳ל, א סידור און זאגט ווערטער פאר גאט.

פארוואס מיינסטו דאווענען נישט אזויפיל מענער אין שול? זיי טוען נישט אן קיין תפילין, ווייל זיי באטראכטן עס פאר אן עול.

הלוואי וואלט איך געווען א מיידל! א מיידל האט א טעלעפאן, זי רעדט מיט אירע חברט׳עס רוב טאג, מען שמועסט פון אלעס און פון אלעם. זי טראגט נישט קיין אחריות צו ברענגען געלט, צאלן די חשבונות. א חסידישע פרוי דארף זיך גארנישט זארגן פון ווי צו באצאלן דאס עסן, טרינקען, דירה־געלט, ווייל דער מאן האט זיך מחייב געווען אין זיין כתובה: „איך וועל דיך שפייזען און געבן קליידער דיין גאנץ לעבן”, דאס איז א מיצווה פארן מאן, דער מאן זאגט איר צו, אז אייביג וועט ער שטיין ביי איר זייט. אפילו ווען ער האט נישט קיין פרוטה ביי זיין נשמה, איז ער מחויב אפילו זי אויסלייזען פון תפיסה. אפילו נאכן טויט מוז ער זיך זארגן פאר איר צו טרעפן א רואיג פלאץ און א מקום מנוחה.

[זיכער וועט יעדער מאן דאס אויך טון אין דער סעקולערער וועלט דאס טאן פֿאר זיין ווייב אבער ער „מוז” עס נישט טון. אויב ער זאגט: „איך האב נישט קיין געלט”, איז ער פטור. ביי פרומע אידן איז עס א חוב. ז. ח.]

איך בין מקנא די פרויען — וואלט דער מאן געזאגט — ווייל זיי מוזען נישט טון די מיצוות אזוי שווער ווי א מאן, אויב האבן זיי נישט קיין סוכה, לולב, מוזן זיי נישט. זיי מוזען נישט לייגן תפילין יעדן טאג, זיי זענען פטור פון דאווענען מיט א ציבור אידן.

די גמרא באשטייט נישט פון א פאר שיינע פראזען און גוטע לערנוגנען, זי איז א גאר טיפע ווערק, וואס פארלאנגט זיך דערויף א סך טיפע פארשטאנד. די קלוגסטע לייט פון די מענטשהייט האבן עס קוים פארשטאנען, און איך מוז קוועטשן די באנק לאנגע שעהן, יעדן טאג בין איך מחויב צו לערנען והגית בו יומם ולילה: איהר זאלט לערנען די תורה בייטאג און ביינאכט.

און די פרויען? גארנישט! זיי קענען נאר זיצען אויף דער סאפע, שמעוסן אויפן טעלעפאן, לאכן און ווארטן ביז די מענער קומען אהיים!

איך קוק מיט קנאה פאר די דריי הערליכע מצות, ווי צינדען ליכט יעדען ערב שבת און יום טוב. די ליכטלעך ברענגען אריין דעם שבת אין שטוב, דאן האבן די פרויען אזא עת רצון, קענען זיך אויסבעטען פון גאט וואס זיי ווילן. די צווייטע הערליכע מצוה איז נעמען חלה פון א טייג וואס מען באקט. די דריטע מצוה צו גיין אין מקוה און זיך רייניגען אייננמאל א חודש צו זיין ״טהור״, דאן שיינען זיי און זענען הייליג, און אויך סעקסי פאר זייערע מענער, די מענער שפרינגען צו זיי ווי זיי וואלטן זיך געטראפען צום ערשטן מאל!

איך בין פארחלש׳ט, הלוואי וואלט איך געווען א פרוי, זיך אנגעטוען שיין, מיט אן איידעלן ריח, אז מענער זאלן מיך נאכקוקען און מיך גלייכן, עס איז אזא גוט געפיל.

פרויען זעען אויס אייביג שיין, צוזאם גענומען, מיט די טייערסטע קליידער, די בעסטע מאטעריאל, זי איז ווערט עטליכע טויזענט דאלער סתם איהרע קליינער, און מענער גייט קיינער נישט אהן ווי אזוי זיין גייען. עס איז בלויז א שווארצעr אנצוג און א שווארצע הוט.

ווי א מאן און א טאטע פון קינדער מוז איך לויפן ארבייטן שוין גאנץ פרי נאכן דאווענען און לערנען אין שול עטליכע שעה, איך בין פארנומען מיט מיין ארבעט, מיט די פילע עגמת נפש. מיין ווייב מוז טאקע קאכן און רוימען, אבער דאס קומט אויף איר אייגענע צייט, זי האט א גרויסע שיינע קיך און קאכט און באקט, גוטע געשמאקע עסן פונקט ווי עס שמעקט איר. קיינער טיילט איר נישט איין וואס צו מאכן, אלעס מאכט זיך לויט איר געשמאק פאר אירע טייערע עופה׳לעך. ווען עס גלוסט זיך איר וועט זי עפעס קויפן אין גראסערי צו אין א רעסטאראן.

איך בין איינגעשטעלט אין א ביזנעס ווי א שרייפל אין א מאשין, איך מוז נאכקומען און טון פונקטליך וואס מיין בעל הבית וועט מיר הייסן, אדער פינקטליך וואס איך מוז טון, צו פארדינען.

אזוי ווי מיין ווייב האט נישט קיין קאר, בין איך איר שאפער, איך פיר זי ארום ווי זי וויל, איך ווארט אויף איר נעבן דעם געשעפט, איך פיר זי אהיים, עס קען זיך מאכן, צום ביישפיל, א זונטאג וואס איך וועל איר ארומדרייווען 4 אדער 5 שעה, זי לייגט נישט אריין קיין פינגער אין קאלט וואסער, איך בין דער דרייווער און זי שפאצריט רואיג ארום אינעם געשעפט.

עס זעט עפעס אויס ווי אלעס פון די מענער דרייעט זיך ארום דער פרוי, זי איז דער עיקר, און דער מאן דארף זי באדינען, איך פיל זיך ווי איך בין דער קנעכט, מיין ווייב איז די פרינצעסן. נו, פארוואס זאל איך זיין פארשקלאפט ווי א בירגער פון צווייטן קלאס? ווען איך האב א ברירה וואלט איך ווען זיכער אויסגעוויילט צו זיין א פרוי.

מיין איינציגער ענטפער פאר ביידע מענטשן איז איבערזאגן א פסוק פון תורה: הוא אביך קנך, גאט איז דיין טאטע ער האט דיך באשאפען, הוא עשך ויכוננך, ער האט דיך געמאכט ווי די ביסט. דער מדרש דערקלערט: ווען אן ארכיטעקט בויט א הויז וועט אים א פראסטער מענטש נישט פרעגן פארוואס האסטו דא געמאכט גראד און דא שיף? דער ארכיטעקט ווייסט בעסער וויאזוי צו בויען, דאס זעלבע קען מען נישט פרעגן גאט פארוואס האט ער אייך באשאפען אזוי. ער ווייסט בעסער.