Yiddish with an Aleph

דער זינגער מיכאל שניצלער — באַליבט בײַ דער חסידישער יוגנט

Singer Michael Schnitzler, A Favorite Among Young Hasidim

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share

די לעצטע וואכן איז די חסידישע וועלט בארייכערט געווארן מיט נאך אן אלבום, „מימיני מיכאל”, געזונגען דורכן וועלט בארימטן חסידישן זינגער, „מיכאל שניצלער”.

מיכאל האט שוין ארויסגעגעבן פילע אלבומען וואס ווערן געהערט און געזינגען ביי אלע חסידישע און יידישע שמחות. ער האָט א סך פארברענטע „חסידים”, גרויסע פארערער, בפרט ביי דער יונגווארג וואס האבן ליב זיין שניט פון זינגען. ער האט אויף זיי א גרויסע השפעה צום גוטען, ער שטארקט זיי. מען קען אים אנרופען „דער חסידישער שטערן” אין דער וועלט פון נגינה.

מיכאל איז געבוירן אין די תש״כ יארן צו זיין טאטן, אן אמאליגער טיפ פרומער איד, א פייערדיגער סאטמאר חסיד, ר׳ זושא שניצלער ע״ה, וועלכער איז געווען א מלמד אין דער סאטמארער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג און נאכדעם אין מאנרא, ניו יארק. ער איז געווען זייער צוגעבונדען צו דעם סאטמאר׳ער רבין, רבי יואל טייטלבוים.

מיכאל איז פאר׳יתומט געווארן יונגערהייט פון זיין טאטען. ווי א בחור האט ער שוין געשפילט אין די חסידישע שפילן ווי, צום ביישפיל, די ראלע פֿון „טאטע” אויפ׳ן באקאנטן חסידישן שפיל „דער העלדישער סאלדאט”.

ער איז א מענטש מיט גרויס כאריזמע, זיין שיינער געשטעל און לעבעדיגער געזיכט גיט א סך צו צו זיינע לידער. ער געהערט צו די באקאנטע משפחה שניצלער וואס זענען געבענטשט מיט א סך מעלות. פון די משפחה איז אויך וואול באקאנט דער ניקלשבורגער רבי פון מאנסי, רבי יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש שליט״א, און אויך דער לעבעדיגער בדחן — דער ווישניצער חסיד, הרב החסיד רבי יעקב מיללער, יארמור רב, זאל ער זיין געזונט און שטארק.

אנגעהויבן האט מיכאל זיין קאריערע ווען ער האט געוואוינט אין סאטמאר׳ע שטעטעל מאנרא, שוין די היינטיגע „פאלם טרי”. עס איז געווען יום טוב סוכות ביי שמחת בית השואבה אין יאר תש״נ פאר 37 יאר צוריק, ווען איינער האט אים דערלאנגט א מיקראפאן און פארבעטן אים צו זינגען. ער האט זיך געשעמט אבער פון יענעם מאל האט מען אים אנגעהויבן אנצושטעלן צו זינגען אויף שמחות.

אויף זיינע סי־דיס זינגט ער אמאל טרויעריגע לידער, פון א טראגעדיע וואס איז אריבער אויף א מענטש, אדער פון די שווערע מלחמה יארן, וואס קריכט אריין ביזן אינעווייניגסטען ווינקעל פון א אידיש נפש, און עס קומט ארויס פון דארט הייסע טרערן. אבער ער זינגט אויך גאר לעבעדיגע און עכט חסידישע לידער וואס דערהייבן דעם מענטש, ציט אים ארויס פון די אטמספערע פון די נאר׳ישע מגושם׳דיגע וועלט צו א וועלט פון געטליכקייט.

זיין קול איז זיס, ציענדיג, און מיטן גאנצען קנאק, פול מיט ליבע פאר אלעס אין דער וועלט, ספעציעל פאר גאט און זיין תורה, פארן אידישן פאלק.

ער האט אן אייגענארטיגן מיטל פון גראמען. מען דערקענט זיי אפילו ווען מע ווייסט נישט גענוי ווער עס זינגט. ער איז באקאנט דערמיט ווייל ער באנוצט זיך זייער מיטן „לע” ביים סוף פון וואָרט. צום ביישפיל:

נאר מיט פחד שטייט דארט יעדער אידע׳לע
ביי דער זיסער שבת סעודה׳לע
דער בעל שם טוב זינגט זיך א לידעל׳ע
מען טאנצט דארט א רקידה׳לע

זייער א סך פון די היינטיגע באקאנטע זינגער ביי חסידים האבן געארבעט צוזאמען מיט אים אין זייערע ערשטע יארן, ווי דער באקאנטער זינגער ליפא שמעלצער און הרב ר׳ פינחס וועבער שליט״א.

זיין די־ווי־די „דער טאטע הערט” קען מען אפילו הערן אין עראפלאן ווי א טייל פון דער פארוויילונג וואס מע גיט צו באפרידיגן די רייזנדיקע מיט היימישע לידער.

ער טוט אויך א סך צדקה וחסד. ווען עס געפינט זיך א איד אין שפיטאל, ספעציעל א קינד וואס איז שטערבלעך קראנק, וועט ער פארן אהין צו זינגען פאר אים לידער און דערפרייען זיין הארץ.

אין איינע פון די לעצטע סי־דיס פארציילט ער אליין ווי וואונדערליך האבן זיינע לידער געהאלפען אידישע משפחות מיט געזונט, פרנסה, נחת און אלעס גיטס. אין יעדער מצב וואס א איד געפינט זיך טרעפט ער טרייסט אין „זיין נקודה׳לע”. עס הייסט „יא די קענסט”, ער אליין זאגט אז דאס ליד אינספירירט אים צום מערסטן.

אויסער די אלע סי־דיס וואס ער גיט ארויס, זינגט ער אויך ביי א סך חסידישע הויפן, און ביי פריוואטע שמחות.

אין אן אינטערוויו אין די אידישע אויסגאבע די וואך ווערט פארציילט אז ער האט שוין פארפאסט איבער הונדערט לידער, געזונגען אויף פיר טויזענט חתונות, 14 נייע אלבומען שוין ארויסגעגעבן, און זינגט שוין גאנצע דרייסיג יאר.

כלל ישראל ווינטשט אים פול הצלחה אין זיין ארבעט. זאל ער ווייטער דערפרייען אידן, כה לחי!