Yiddish with an Aleph

קריגן חסידישע שולקינדער היימאַרבעט?

Do Hasidic Schoolchildren Get Homework?

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

צו זיין א „מאמע” פון א קינד איז נישט קיין גרינגע זאך, צו זיין א „חסידישע מאמע” איז א סך שווערער, און צו זיין א חסידישע אידישע מאמע פון צען — צוועלף קינדער, און זיי לערנען וויאזוי א חסידישע מאמע וויל אירע קינדער זאלן זיין, ווען דער יונגסטער איז אן עופה׳לע פון איין יאר און די עלטסטע איז אכצען אבער צוואנציג, איז די שווערסטע זאך וואס מען קען זיך פארשטעלן.

אויב זאל מען זיך אינטערסירן ווען איז די שווערסטע שעה׳ן פון זיין א אידישע חסידישע מאמע וואס האט א שטוב מיט קינדער, וועט מען גראד באקומען דעם ענטפער דאס איז אין די צייט ווען זי גיט נאכטמאל פאר די קינדער, צווישן 5 און 7 אומגעפער.

און דווקא דעמאלטס צווישען איין שיפט קינדער און דאס צווייטע, איז די מאמע אויך פארנומען צו העלפן מיט היים ארבייט איר טאכטער, זאל זיין געזונט און שטארק.

היים ארבייט ביי חסידים איז ווי אין די אלגעמיינע וועלט, עס איז א גרויסע דיסקוסיע צי זאל מען אהיים שיקען היים ארבייט פארן קינד, די זעלבע זייטן וואס איר הערט אין די אלגעמיינע וועלט וועט איר הערן ביי חסידים אויך. אבער דאך האט עס א צווייטע דערהער ביי חסידים ווייל חסידים זענען זייער סענסעטיוו און איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער און משפחה פיר און צוואנציג שעה א טאג זיבן טעג א וואך, אן אויפהער. די סיסטעם ביי חסידישע היימען איז אויך אז די גרויסע מיידלעך העלפן א סך, זיי העלפן די מאמע מיט די קלענערע קינדער, און מיטן אויפרוימן, און צוגרייטן אלעס אין שטוב, און אויב עס זענען דא 2 אבער 3 גרויסע מיידלעך וועט יעדער האבן איר טייל וואס זי מאכט יענע נאכט אין שטוב, איינע וועט וואשען די געשיר פון נאכטמאל און די צווייטע וועט העלפן לייגן די קליינע קינדער שלאפן, און די דריטע וועט וואשען אדער אוועק לייגן די געפרעסטע קליידער. דערפאר וועט יעדעס מיידל מוזען טרעפן צייט פאר איהר ״היים ארבייט״, בשעת אירע פארנומענע שעהען.

דאס איז זיכער אז די מאמעס וועלן זיך נישט פרייען עקסטער צו די היים ארבייט. די פראגע איז נאר צי זיי האלטן אז עס איז וויכטיג, זייער וויכטיג, אבער אומוויכטיג.

קודם כל, איז די יונגעליך. יונגעליך ברענגען כמעט נישט אהיים קיין היים ארבייט, דאס איז צוליב דעם געשטעל וויאזוי מען לערנט אין חדר. ביי קינדער אין חדר אין עלטער פון זעקס ביז דרייצען יאר הייבט זיך אן זייער לערנען פון אכט צופרי ביז פיר — זעקס נאכמיטאג, געוואנדען לויט די עלטער. ווי איר ווייסט איז די דיסיפלין און דרך ארץ ביי חסידישע חדרים, ביים מלמד אין חדר, א סך שטארקער ווי אין די אלגעמיינע וועלט, דאס הייסט דאס קינד איז פארנומען אין חדר מיט א שטיקעל עול. יא, מען גיט אן איבעררייס א שעה מיטאג, און צוויי מאל קליינע הפסקות, אינמיטן, אבער חוץ דעם לערנט דאס קינד עברי, חומש, גמרא, מוסר, שרייבן אידיש, ענגליש און נאך. מען שפירט אז מען לערנט דאס קינד די מאקסימום וואס עס איז נאר מעגליך, דערפאר ווען ער קומט אהיים וועלן א טאטע און מחנך פארשטיין אז מען וועט אים לאזן זיך שפילן, און זיך אויסלופטערן רואיגערהייט, פארברענגען מיט חברים, שכנים. און אויב וויל א קינד דווקא יא מער לערנען, צי ווייל ער איז מער פלייסיג, צי ווייל ער האט א גוט קעפעל און קען זיך לערנען מער, איז דא היינט עטליכע ארגאניזאציס, וואו א קינד קען מיטהאלטען זאכן אויסער די ראמען וואס מען לערנט אין חדר, מען שטעלט צו פאר יעדן קינד פארשידענע סארט פראגראמען פון תורה. יעדער קען זיך וועלן לויט זיין ווילן און באגער. עס איז א שמועס פאר זיך די אינטערעסאנטע תורה פראגראמען וואס א קינד קען זיך וועלן נאכן סדר הלימוד פון זיין חדר.

ווען דאס קינד ווערט עלטער פון 13 יאהר און העכער, האבן די בחורים בדרך כלל „מתמידים” שעה׳ן, ווי זיי האבן א ביינאכט סדר, און לערנען ווייטער ביז מעריב, צו ביז 9 אזייגער ביינאכט. דערפאר וועלן די יונגעלעך און בחורים בכלל נישט האבן קיין היים ארבייט, פארוואס „היים ארבייט” אויב ער קען אין די זעלבע צייט לערנען!. חוץ אויב דאס קינד דארף ספעציעל הילף, מען דארף זיך מיט איהם עקסטער אפגעבן לערנען אל״ף בי״ת, לייענען, שרייבן, וועט ער האבן א ספעצילער לערער אין חדר, דארט לערנט מען עקסטער צו, און מען וועט איהם געבן היים ארבייט וואס עס זאל לערנען אינדערהיים אין פרייע צייט.

ביי די מיידלעך איז א צווייטע פרשה, זיי האבן יא „היים ארבייט”, אין דעם חינוך שניט פון די פרומע שולעס איז אויסגענומען און מען זאגט אהן די לערערנס אהיים שיקען היים ארבייט, די לערערנס וועלן אהיים שיקען וואס צו טועהן כאטש 2 מאל א וואך, און די מיידלעך וועלן שפירן אז זיי מוזען עס מאכן.

די שולעס און לערענס וועלן אויפווייזען פונעם אויפענער פאקט, אז ווען מען שיקט אהיים ״היים ארבייט״ מיט א מיידל, אפילו בלויז 5 פראגעס פון רעכענען און ווערטער אויסלייג, וועלן די תלמידות אט די זאכן פון ״היים ארבייט״ צום בעסטען קענען ביי די עקזאמענען, זיי וועלן באקומען דערויף גוטע מארקס. ווי א צייכן אז „היים ארבייט” איז זייער וויכטיג.

ווי פארשטענדליך זענען דא קינדער וואס זענען פלייסיג און וועלן טועהן אלעס מיט איבערגעגעבנקייט און באקומען די בעסטע מארקע, און עס זענען דא קינדער פארקערט, וואס האלטן נישט מיט אין שולע, און מען וועט זיי געבן א טעסט היים ארבייט וואס זיי וועלן מוזען נעבעך לערנען, און איבער לערנען, און נאכאמאל לערנען, צו איז עס יידיש לערנען, צו איז עס ענגליש לערנען, ענגליש שרייבן, ווערטער אויסלייג, היסטאריע, און נאך.

עס זענען דא מאמעס וואס וועלן האבן די געדולד און זיך אראפזעצען אינמיטען דעם גאנצען הו הא, מיט זייער יונגע מיידל, און צוהעלפן, ווייל עס אינטערסירט זיי זייערע קינדער זאלן קענען גיט, און באקומען גוטע מארקעס, עס זענען דא אסאך פון די מאמעס וואס ווילן טאקע יא אז די מיידלעך זאלן זיין גוטע און ספעציעל תלמידות, און זאלן קענען אלעס 100 פראצנעט.

און עס זענען דא וואס האבן נישט קיין צייט דערצו, זיי זענען פארנומען מיט די אנדערע קינדער אז זיי קומען נישט אהן צו די עטליכע מינוט פון זיצען מיט זייערע קינדער, וועלן זיי פארזארגן אז די מיידלעך זאל אריבער גיין צו א שכן, צו א פריינדינע און לערנן מיט זיי, אסאך מאל וועט די עלטערע מיידל צוהעלפן איהר שוועסטערל די יונגערע, און עס זענען אויך דא מאמעס וואס וועלן זיך גארנישט זארגן אויף די היים ארבייט… זיי זאגן עס איז גיט אזוי, זאל דאס מיידל קענען וואס זי קען, זאל זי לערנען אין סקול, נישט אינדערהיים, וואס איז דאס בכלל לערנען אינדעהיים נאכדעם וואס מען האט געלערנט א גאנצען טאג אין סקול? עס איז פאר מיר פונקט גענוג אין סקול.

ביי די גאנץ עקסטרעמע פרומע קען זיך אמאל טרעפען צווישן זיי אז עס גייט עס נאך מיט א גאנצע סברא און א פרומע תורה, מיט א טענה פארוואס היים ארבייט איז נישט גיט. פון איין זייט האלטן זיי אז מען טאר נישט לערנען מיט קיין פרויען תורה נאר אידישע הלכות וואס געהער צו זיי נישט מער. אויב אזוי פארוואס פעלט אויס אהיים געבן היים ארבייט? פון די אנדערע זייט, אויב גיט מען אהיים היים ארבייט פון די עגלישע לימודים, וועלן זיי פרעגן, פארוואס פעלט אויס א מיידל זאל קענען מער, און זיך פלאגן צו קענען ענגליש. עס איז פונקט גענוג וואס מען לערענט מיט זיי אין סקול, וואס דארף א מיידל קענען אזויפיל ענגליש? דער עיקר איז זי זאל ווערן א מאמע פון קינדער, אויפציען איהערע קינדער אויפן ריכטיגן וועג, זיך פירן עהרליך פרום און יידיש, זאל זי האבן גוטע מדות, נישט זיך האלטן גרויס, גיין צניעות נישט אויפרייסעריש, נישט רעדן שלעכטץ אוף קיינעם, און זיין צופרידן און גליקלעך מיט איהר לעבן, זאל זי קענען לייענן א ביל פון א קאמפאני, א ענגליש בריוו ווען עס קומט אהן, רעדן צום א דאקטער אבער צו איינער וואס קען נישט אידיש, דאס קענען זיי ברוך השם, פארוואס פעלט אויס זיי זאלן נאך האבן היים ארבייט און קענען א „גוטען ענגליש”?

עס איז פארשטנדליך אז די הנהלה און די לערערינס זענען נישט צופרידן פון די דאזיגע עקסטרעמע טענות, זיי ענטפערן צוריק מיט פארשטענדליכע רייד, אבער גיי טענה זיך מיט א פרומע אידיענע…

די שולע און די לערערנס וועלן זיך רעכענען מיט די אומשטענדן פון די יאהר, און מיט די אומשטענדען פון א מיידל זעלבסט, צו ביישפיל מען זאגט אהן פאר די לערערענס מען זאל נישט געבן קיין היים ארבייט אין די חנוכה טעג, אבער פאר פורים צו פאר פסח, צי אין די ימים טובים צייט. און אויב שפירט א לערערן פאר וויכטיג יא אהיים צו שיקען מיט א מיידל היים ארבייט אין א יום טוב צייט, קען זי באקומען א צעטל פון א מאמע ווי זי שרייבט: איך האלט עס איז נישט וויכטיג אנשטרענגען די קינדער אין אזא צייט ווען זיי מוזען העלפן אין שטוב… אבער אין אנדערע צייטן ווען מען יא געבן, און ווער שמועסט נאך ביים סוף פון יאהר, נאך דעם יום טוב שבועות וואס דאן איז די שווערסטע צייטן פאר א מיידל צו פארטיגן אלע טעסטן און היים ארבייט.

אין א טאג וואס עס איז דא א טעסט אין שוהל וועט מען בדרך כלל נישט מער באמוטשען די קינדער און נישט אהיים שיקען קיין „היים ארבייט”.

עס איז אפשר ווייטאגלעך צו זעהן ווי א מאמע איז צופרידן אז איהר קינד וועט נישט קענען אזא גוטען ענגליש, סוף כל סוף איז דאס דער „שפת המדינה” די שפראך פון אונזער היימלאנד אמעריקא וואס יעדער דארף קענען, דאס וועט די מערסטע צוניץ קומען אין די שפעטערדיגע יאהרן, פון דעם וועט מען מאכן פרנסה אי״ה. אבער פון די אנדערע זייט דארף מען טראכטן אז צוליב דעם וואס די מאמע האלט אז איהר טאכטער זאל זיך אפגעבן מער אין שטוב, דאס האט געמאכט עס זאל אויסוואקסען א דור פון חסידים, וואס קענען נישט גיט ענגליש, נאר וויפיל עס פעלט אויס צו פארשטיין… די איבריגע צייט רעדן זיי „בלויז” אידיש, לייענן אידיש, שמועסן אידיש, שרייבן אידיש, מיט זיך און מיט אלע פריינד, און די גאנצע קהילה, אלעס ביי זיי איז בלויז די מאמע לשון, אידיש! און דאס איז פאר אונז „פארווערטס” לייענער א דערגרייכונג! ווייל עס איז פארשטענדליך אויב וואלטן די חסידים געקענט א גאר גוטער ענגליש, וואלט אידיש נישט געווען אזוי פאפולער ביי חסידים.