Yiddish with an Aleph

פֿאַר וואָס גייען חסידים מיט אַ לאַנגער באָרד און פּאות?

Why Do Hasidim Have Such Long Beards and Peyos?

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

עס איז נישט קיין נייעס היינט צו טאג צו זען טויזענטער חסידים אויף די גאסן אין ברוקלין מיט דעם פולן חסידישן טראכט, מיט א פולער בארד, צומאל אפילו לאנג און גרויס. 2 לאנגע פיאות הענגען ביי די זייטן.

מיט א 70 – 80 יאהר צוריק איז דאס געווען א חידוש אין ניו יורק, יא עס זענען אייביג געווען חסידישע אידן אין ניו יורק, אבער נאר א קליינער צאל. זיי זענען זיך צעוואקסען און זיך געמערט, היינט צו טאג זענען זיי נישט קיין מיעוט; צענדליגער און אפשר הונדערטער חסידישע קהילות קליינע און גרויסע אין די לענג און ברייט פון ברוקלין. כמעט אלע פון זיי קענען און רעדן מאמע לשון, יידיש, אין זייער טאג טעגליכן לעבן.

מיין זיידע פארציילט מיר, למשל, ווען ער איז אהער געקומען פון די די. פי. לאגערן פון דייטשלאנד אין יאר 1949 אבער 1950, ווען ער האט די ערשטע מאל געמאכט פאר זיינס א קינד פיאות דא הי, האט ער געגעבן יענעם שבת ״א קידוש אין שול״. ער האט געמאכט פאר זיין קינד לאנגע פאות, זיי האבן געוואוינט אין די איסט סייד, און געדאווענט אין אן ארטאדאקסישער שול. דער ראביי פונעם שול, האט זיך זייער געפרייט אז א איד מאכט פאות פאר זיין קינד, ביים קידוש שבת נאכמיטאג האט ער געזאגט לכבוד די שמחה עטליכע ווערטער, אבער האט צוגעלייגט: „אויב די ׳גרינע׳ אידן מיינען אז זיי וועלן האבן הצלחה און אויפשטעלן דא אידישקייט ווי אמאל, מיט די עכטע חסידישע אויסזען, איז עס א טעות…‟ דער עולם האט זיך צעלאכט, אבער מיין זיידע האט עס געגעבן א שטאך.

2 יאר נאכדעם האט ער געמאכט פאות פאר נאך א קינד אין זעלבען שול, און נאכאמאל געגעבן א קידוש לכבוד די שמחה. דער זעלבער ראבינער האט געזאגט לכבוד די שמחה עטליכע ווערטער, און צוגעגעבן דעם פריערדיגן זאץ: „אויב די ׳גרינע׳ אידן מיינען אז זיי וועלן האבן הצלחה און אויפשטעלן דא אידישקייט ווי אמאל, איז עס א טעות…‟

דרײַ יאר נאכדעם האט פאסירט די זעלבע, דער זיידע האט אפגעשוירן נאך א קינד, געגעבן א קידוש אין דעם זעלבן שול, אבער דאסמאל האט שוין דער ראבינער נישט צוגעלייגט דעם זאץ…. ער האט אים אנגעוואונטשן ער זאל האבן גוטע פיינע ערליכע יידישע דורות! און טאקע דא אין אמעריקא.

די חסידישע אידן האבן דערמיט געהאט א הצלחה וואס קיינער האט עס נישט פאראויסגעזען.

*

פארוואס גייען די חסידים טאקע מיט בארד און פאות? שעמען זיי זיך נישט? פארוואס לערנען זיי אויס זייערע קינדער זאלן אויך אזוי גייען? פארוואס זענען זיי שטאלץ דערמיט?

צו אלעם ערשטן וויל איך קיינער זאל מיך נישט חושד זיין אז איך וויל דא משפיע זיין אז אנדערע זאלן נאכטוען די חסידים. דאס איז נישט דער ציל, און זיכער איז דא נישט דאס פלאץ פאר דעם אין דער סעקולערער פרייער צייטונג פארווערטס, דער ציל איז בלויז צו געבן צו פארשטיין דעם געדאנקען גאנג פון א דורכשניטליכן חסיד אויף דער גאס, ווען איר זעט אים גיין, מיט א לאנגע בארד און פאות, זאלט איר וויסן וואס ליגט ״אונטערן בארד״, אונטער די לאנגע פאות, און אונטער דעם גרויסן שווארצן הוט.

אין די ראשונים ווערט אנגעוויזען דעם טעם פארוואס מיר זאלן גיין מיט דעם איז כדי מיר זאלן זיך דערווייטערן פון יעדער זאך וואס האט צו טוען מיט דינען עבודה זרה. זיי שרייבן, אז השם האט אונז באפוילן נישט אפשניידן די האר וואס איז ביי די עקן פון קאפ כדי מיר זאלן זיין פונאנדערגעשייט פון אלע אנדערע פעלקער.

לויט די הלכה דארף מען איבערלאזן אביסל האר אויפן פלאץ פון די עק קאפ, כדי מען זאל זען און זיין זיכער אז מען האט עס נישט געגאלט, און עס ווערט געברענגט אז עס זאלן בלייבן כאטש פערציג האר.

און אזוי האבן זיך געפירט נישט נאר חסידים, נאר די ספרדים און אידן פון תימן, וואס פירן זיך ווי די מקובלים וואס האבן אלע געהאט לאנגע פאות.

געווען אמאל ווען כמעט אלע אידן זענען געגאנגען מיט בארד און פאות, אפילו די פשוטע המון עם. נאך פריער זענען אפילו די גוים געגאנגען מיט לאנגע בערד, ביז די וועלט איז געווארן מער פארגעשריטן און מען האט אפגעשניטן די בערד. ביי אידן האבן די משכילים דאס אריינגעברענגט, מיטן ציל אז זייער אויסזען זאל זיין ווי דער נישט־איד, אבער א סך פרומע אידן האבן נאכדעם אויך אפגעשוירן די בארד, ווייל אידן האבן געליטן א סך פון אנטיסעמיטן. ספעציעל אונטער דעם רוסישן צאר איז געווען א גזירה אז מען טאר נישט האבן קיין בארד און פאות, און ווען א שלעכטער גוי, און א פאליציאנט האט באגעגענט א איד איז געווען גאנץ נאטירלעך ער זאל אים אפשניידן די בארד און פאות מיט גרויס אכזריות, צומאל האט ער פרובירט אראפרייסן א שטיק אויער אויך….. און דערפאר האבן אפילו א סך פרומע אידן אנגעהויבן צו גיין מיט קורצע קליינע פאות און קורצע בערד.

דאס גיין מיט בארד און פאות מאכט מיר זאלן זיין דירעקט אנדערש ווי א נישט־איד, עס מאכט מיר זאלן זיין אפגעשיידט פון זיי, און דאס וויל השם פון דעם איד. דורך די פאות, ברענגען מיר אראפ א הייליגע גייסט אויף אונז, ווייל די האר פון די פאות זענען וועגן אראפברענגען דערמיט גוטע השפעות.

עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט קיין בארד און פאות, דאן דערקענט זיך נישט אויף זיי אז זיי זענען אידן. אויב מען גלייבט זיי נישט אז זיי זענען אידן, וועלן זיי מוזען זאגן: זיכער בין איך א איד, איך בין דאך גע׳מל׳ט. ווייל נאר אזוי וועט ער קענען איבערצייגן ער איז א איד. אבער איינער וואס האט א בארד און פאות דערקענט מען אויף אים גלייך, ער איז א איד.

ביי פרומע אידן פירט מען זיך אז דעם ערשטן טאג וואס מען מאכט פאות פאר א יינגעלע איז עס ווען ער ווערט אלט 3 יאר, דאן מאכט מען א גאנצע יום טוב פאר די משפחה. אין ארץ ישראל רופט מען עס אן ״חלאקע״, מען איז מכבד דעם זיידען אדער א חשובן מענטש ער זאל שניידן די האר און מאכן די פאות, מען טיילט אויס גוטע קוכען פאר יעדן און מען טרינקט א ״לחיים״, מען טראגט דאם יינגעל אין חדר, ער טיילט פעקלעך פאר אלע זיינע חברים, דאס קינד לעקט האניג וואס מען גיסט ארויף אויפן אל״ף. מען זאגט מיט אים ספעציעלע פסוקים ווי „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב‟, משה רבינו האט געגעבן א ירושה די תורה פאר גאנץ כלל ישראל, און „שמע בני מוסר אביך ואל תטוש תורת אמך‟, הער זיך צו מיין קינד צו די מוסר רייד פון דיין טאטן און פארלאז נישט וואס דיין מאמע לערנט דיך.

דאס יינגל גייט אנגעטוען יום טוב׳דיג מיט זיינע שענסטע קליידער. א סך וועלן ארומוויקלען דאס קינד אין א טלית ווען ער גייט אויף די גאס, ער זאל זען נאר הייליגע זאכן אין דעם טאג.  

מען וועט טראגן דאס יינגעל צו א צדיק אדער אן ערליכן איד זאל אים וואונשטן ער זאל וואקסן פרום גיט און ערליך.

אויב פרומע ארטאדאקסישע אידן גייען מיט זייער בארד און פאות פארדעקט, זענען חסידים א סך מער אפגעהיט דערמיט, זיי זענען שטאלץ מיט זייערע בארד און פאות אויף אן אויסערליכען אויפן, דער חסיד ווערט געלערנט ער איז א זון פון השם, ווי דער פסוק זאגט אויף אידן: בנים אתם לה׳ אלהיכם, איר זענט קינדער, א פרינץ פון השם גייט אנדערש ווי סתם מענטשן, מען דערקענט אויף אים זיין רייכקייט און קעניגליכער קלייד, דאס איז זיין בארד און פאות. טאקע ווייל ער זעט אויס אנדערש ווי דער נישט־איד, טאקע דערפאר פרייעט ער זיך.

לאנגע פאות ביי דעם חסיד איז זיין וועג צו ווייזען יעדן: איך בין א איד, איך געהער צום אתה בחרתנו מכל העמים. עס שיידט אים אפ פון דעם גוי אויף א וועג אז דער גוי זאל אים אפילו נישט ליב האבן! דעם גוי כאפט אן אן עקל פון די לאנגע בארד, און דער חסיד פרייט זיך אז דער גוי אנטלויפט פון אים, דער גוי זאל אים באטראכטן ווי ער איז א צוריק געבליבענער מענטש פון 300 יאר צוריק, און דאס איז די גרעסטע מעלה פארן חסיד.

עס איז א פשוטע אנגענעומענע זאך אז די פאות דארפן אויסזען שיין און הערליך, געקרייזעלט, און שמעקן גיט, דאס איז אין כלל וואס אידן האבן: זה אלי ואנוהו, דאס איז מיין גאט איך וועל אים באשיינען, וואס די גמרא זאגט דאס אויף יעדע מצוה מען זאל עס מאכן שיין. די זעלבע מיט די בארד און פאות. אזוי האט מען געזען ביי גרויסע רביים אז זיי האבן געזאגט פאר די חסידים וואס האבן בארד און פאות, זיי זאלן עס מאכן שיין און הערליך. דער סאטמאר רב רבי יואל טייטלבוים האט שטענדיג געלערנט אז די פאות זאלן זיין שיין, און אויב ער האט געזען איינעם וואס זיינע פאות זענען נישט געמאכט אויף א סדר, האט ער אים אנגעזאגט עס מאכן שיין, עס זאל נישט ארויסקומען א חילול השם. מע פארשוועכט דאס נאמען פון השם אז פרומע אידן גייען נישט שיין.

דעריבער, ווען איר זעט דעם חסיד אויף די גאס, מיט זיין חסידישע מלבושים, מיט זיין לאנגער בארד און פאות, לאכט נישט פון אים, נאר טראכט אריין וואס עס מיינט ביי דעם חסיד, עס איז טייל פון זיין אידישקייט וואס ער וויל אנהאלטן מיט אלע כוחות!

זייט צופרידן אז אין ברוקלין געפינט זיך אזא סארט איד, וואס האלט אן די אידישע מסורה, וואס רעדט א געשמאקן אידיש אייביג און אלעמאל!