Yiddish with an Aleph

אָנגעזעענער רבֿ, יעקבֿ מאיר שעכטער, קומט קיין אומאַן

Prominent Rabbi, Yaakov Meir Shechter, Comes to Uman

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
יעקבֿ מאיר שעכטער

רבי יעקב מאיר שעכטער, אן 88־יאריקער אנערקענטער צדיק איבער דער וועלט, וואס וואוינט אין די געסעלעך פון מאה שערים, איז צום ערשטן מאל געפארן קיין אומאן אויף ראש־השנה.

רבי יעקב מאיר איז באקאנט ווי דער נשיא פון מוסדות „קרן אור‟, א צדקה ארגאניזאציע וואס גיט געלט פאר פרומע מאה שערים אידן, העלפט זיי חתונה מאכן און העלפט די תורה אידן צו לערנען תורה, העלפט זיי ארויס מיט זייער לעבן. טויזענטער בראסלעווער חסידים און אויך סתם עמך אידן, קלאפן אויף זיין טיהר במשך פון יאר, און ער גיט זיי א ברכה, אן עצה, מען קען זיך מיט אים דורכשמועסן, ער איז זייער א פראקטישער מענטש, און איז מחזק צובראכענע אידן. במשך פון זיין לעבן איז ער אן אדרעס פאר יעדן איד וואס זוכט א גוט ווארט.

ער איז פון די גרויסע קנאים אין ישראל און געהערט צו די ״עדה החרדית״, וואס זענען זייער אויסגעשפראכן אין זייער וועג אין אידישקייט, און אויך קעגן די אידישע מדינה אין ישראל.

ער איז באקאנט ווי א גרויסער בעל מקובל, איינער וואס איז וואויל באקאנט אין די רייד פון זוהר און קבלה, די רייד פון האר״י הקדוש. ער איז פון די ראשי ישיבות פון ישיבה ״שער השמים״ און פלעגט זאגן א שיעור יעדן טאג פאר א חבורה בעל מקובלים. ער האט שוין מחבר געווען גאר א סך ספרים לויט די לערע פון דעם צדיק רבי נחמן פון בראסלעוו. אויך זענען דא פון אים הונדערטער קאסעטעס און דרשות וואס ער האט במשך פון אלע זיינע יארן געזאגט.

אין פערזענליכן לעבן איז ער א גרויסער בעל יסורים, און האט מיטגעמאכט א סך שוועריקייטן, אבער דאס איז אפשר די סיבה פארוואס ער קען שטארקן און מחזק זיין אזויפיל מענטשן וואס קומען צו אים, וויבאלד ער פארשטייט יענעס מצב זייער גוט.

ר׳ יעקב מאיר איז איינער פון די פירער פון בראסלעוו׳ער חסידות, ער אליין דאווענט יעדען ראש השנה אין דער גרויסער שיל אין מאה שערים, פאר טויזענטער ירושלימער אידן וואס ווילן הערן זיינע תקיעות און זיין שרייען ״מן המצר״ פאר די תקיעות וואס איז א ״שם דבר״ אין דער גאנצער וועלט.

היייאר אבער איז ער אויף ראש השנה געפארן קיין אוקראינע אין דעם שטעטל אומאן, צו וויילן ביים ציון פון דעם געטליכן מאן רבי נחמן דער צדיק פון די בראסלעווער חסידות, צוזאמען מיט צענדליגער טויזענטער אידן. אייגענטליך וועט זיך דוכטן אז דאס איז אפשר נישט קיין נייעס, ווייל וועלכער בראסלעווער חסיד פארט דען נישט קיין אומאן אויף ראש השנה? איז אבער די מעשה, אז כאטש יעדער איינער וואס רופט זיך ״בראסלעוו״ וועט זיין אין אומאן, אבער דווקא רבי יעקב מאיר איז נאך קיינמאל נישט געווען אויף ראש השנה אין אומאן.

ווי נאר מען איז געוואויר געווארן דערפון, איז די חסידישע גאס געגאנגען כאדעראם, יעדער האט געפרעגט, וואס האט פאסירט? מה היום מימיים? פארוואס האט ער אפגעמאכט דאס יאר יא צו פארן? אויף די חסידישע גאס איז דא פארשידענע ״תירוצים״. מאנכע זאגן, ער האט א באהאלטענעם טעם וואס ער וויל נישט פארציילן, אנדערע זאגן אז דער פירער פון בראסלעווער חסידים אין לעצטער דור, הרב לוי יצחק בענדער, האט אים געבעטן ער זאל נישט פארן, נאר זאל פארבלייבן מיט די חסידים אין שיל אין מאה שערים. עס זענען דא אפילו די וואס זאגן אז די עכטע סיבה איז ווייל ער האט מורא צו פארן מיט אן עראפלאן. ער פלעגט יא הייסן אנדערע פארן, ער האט מחזק געווען און געזאגט דרשות פאר חסידים צו פארן, אבער ער אליין איז נישט געפארן.

דעריבער ווען עס האט זיך פארשפרייט די נייעס אז היייאר וועט ער קומען קיין אומאן איז געווען ״ששון ושמחה״ אויף די חסידישע גאס. אויב ס׳איז דא א סך אידן וואס פארן קיין אומאן, זענען היייאר געפארן נאך מער צוליב די בשורה, און נישט סתם אידן, נאר נגידים עשירים האבן אויסגעגעבן א סך געלט צו זיין מיט רבי יעקב מאיר אין אומאן. 

רבי יעקב מאיר איז ארויסגעפארן מיט א פריוואטן פליגער פון ישראל קיין אוקראינע נאך פאר שבת סליחות, און האט דארט געוויילט אויף שבת. דער שבת איז געווען ווי מען זאגט ביי חסידים ״מעין עולם הבא״.

רבי יעקב מאיר׳ס פלאץ צו דאווענען איז געווען צווישען זיינע געטרייע חסידים, דאס פלאץ וואס מען רופט ״קריה נאמנה״, דאס איז אן עקסטער אפטיילונג פונעם אלגעמיינעם קיבוץ, אבער דאס יאר האט עס געטראגן א ספעציעלע חשיבות, ווייל ווען מען האט געהערט אז רבי יעקב מאיר איז געקומען קיין אומאן, האבן זיך איינגעשריבן פרישע הונדערטער פרומע אידן וואס זאלן דאווענען אין די בנינים פון ״קריה נאמנה״. אויב יעדעס יאר דאווענען דארט עטליכע הונדערט, איז עס דאס יאר געווען קרוב צו 2,000 אידן.

מען האט ווייניג געקענט זען רבי יעקב מאיר אין דער עפענטליכקייט; ער איז שוין היינט שוואך, און קומט ווייניג ארויס צום ברייטן ציבור, אבער דאך האבן אידן געשפירט פאר א זכיה צו דאווענען אין דעם זעלבען בנין פון ״קריה נאמנה״, וואו מען האט יא דארט געקענט זען פון מאל צו מאל דעם פנים פון דעם הייליגן צדיק.

איינמאל במשך פון דעם לאנגען ראש השנה וואך, האט מען יא געהאט די געלעגענהייט צו הערן די שטימע פון דעם צדיק. געווען איז עס ערב ראש השנה, ווען עס זאגן צוזאמען אלע אידן פון אלע שיכטן און קרייזען דעם תיקון הכללי ביים ציון. דאס ווערט מיטגעהאלטען לעבעדיג אין דער גאנצער וועלט, די התעוררות דארט איז זייער גרויס, יעדער האט די זכיה צוזאמען, כאיש אחד בלב אחד, בעטן פון גאט א גוט געבענטשט יאר צוזאמען מיט תשובה. דאן האט רבי יעקב מאיר געענדיגט די גרויסע תיקון הכללי צערעמאניע ווען ער האט געזאגט אויפן מיקראפאן מיט גרויס התעוררות די פסוקי היחוד „שמע ישראל ה׳ אלהינו ה׳ אחד‟.

דער הויכפונקט איז געווען מוצאי שבת נאך ראש השנה, ווען עס זענען זיך צוזאמען געקומען אלע חסידים רביים און משפיעים פון חסידות בראסלעוו, פון גרויס ביז קליין, ביי די בנינים פון ״קריה נאמנה״ בראש פון רבי יעקב מאיר שליט״א, וואו מען האט פארלייגט דעם אבן הפנה, דעם גרונטשטיין פון א שיינעם גרויסן בית המדרש פאר דער גרופע פון רבי יעקב מאיר שליט״א.

נאך ראש השנה במשך די טעג פון צום גדליה און מאנטיג האבן אלע גרויסע עשירים, ווי אויך סתם עמך אידן, רבנים און צדיקים געשטראמט צום הויז וואו דער צדיק איז איינגעשטאנען. זיי האָבן געוואלט די זכיה ער זאל פאר זיי מתפלל זיין פאר א גוט געבענטשט יאר.

אין אנדערע נייעס: היייאר איז געשען א היסטארישע טיילונג וואס וועט האבן ווייטגרייכעדיגע קאנסקעווענצען, און מען קען זאגן אז אזאנס האט נאך נישט פאסירט אין די היסטאריע פון בראסלעווער חסידות.

דער נייעס איז אז דער צענטראלער בראצלעווער קיבוץ, וואס ווערט אנגערופען ״דער קלויז״, איז געווארן צעטיילט אויף צוויי און עס זעט נישט אויס ווי דאס וועט אמאל צוזאמען קומען.

ווער עס ווייסט א ביסל פון בראסלעוו, ווייסט אויך אז ביי די בראסלעווער איז דאס דאווענען צוזאמען ראש השנה ממש א חוב. אלע דארפן דאווענען צוזאמען, מאכט נישט אויס צי מען איז גוט אדער שלעכט, צי מען איז א צדיק, א רשע, א בינוני, די בראסלעווער זאגן אז יעדער איינער האט א תיקון ביים רבין, און יעדער דארף זיין צוזאמען.

דאס איז היייאר געקומען צו א שלוס. מען האט זיך צעטיילט, און דער קיבוץ וועט פון היינט זיין אין אומאן אבער אויף מערערע פלעצער.

אייגענטליך זענען שוין לאנג דא א סך מנינים און קיבוצים אין דער גאנצער שטאט אומאן אבער די גרויסע צענטראלע קלויז איז געווען ביז היינט בלויז איינע.

די פרשה דרייט זיך ארום הרב אליעזר בערלאנד, דער פירער פון די מוסדות שובו בנים. די לעצטע יארן איז ער אנגעקלאגט געווארן אין מדינת ישראל און מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה. ער איז נישט געווען אין אומאן שוין עטליכע יאר, אבער דאס יאר האבן זיינע חסידים זיך איינגעבעטן ביי די רעגירונג, אז מען זאל אים לאזן פארן קיין אומאן. און אזוי איז טאקע געווען. ער האט באקומען רשות צו פארן.

ווי די נייעס איז באקאנט געווארן האט זיך א גרויסער פרומער ציבור אידן אפגעטיילט און אויפגעשטעלט אן אייגענעם ״קיבוץ״ ווייל זיי האבן נישט געוואלט דאווענען צוזאמען מיט איינעם וואס איז אנגעקלאגט געווארן אין א געריכט אין ישראל, און אויך טענה׳ן זיי אז זיינע חסידים מאכן גרויסע גערודער און דרייען איבער דעם קיבוץ.

בקיצור, דער פרומער מאה שערים ציבור האט זיך אפגעטיילט און געדאווענט עקסטער. דער נייער קיבוץ איז באשטאנען אויך פון קרוב צוויי טויזענט אידן.

דער עיקר — ווי אידען דאווענען זאל השם מקבל זיין זייערע תפילות.