Yiddish with an Aleph

תּשעה־באָבֿ: אַ טאָג פֿון רעליגיעזער בענקשאַפֿט

Tisha B'Av: A Day of Religious Longing

פֿון יפתח הגלילי

  • Print
  • Share Share
Getty Images

תשעה באב. ס’פאלט צו די נאכט אויף דער אמעריקאנער ערד. איך טו מיר אן די תשעה-באב שיך און לאז זיך ארויס פון שטוב. איך האב געטראכט פון די קינות וואס איך וועל דארפן זאגן אין א חסידישן שולכל, פון די אידן וואס וועלן אפקרעכצן ביים זאגן איכה, און ס’איז מיר דורך א סקרוך אין די ביינער. איך האב עפעס נישט געפילט ווי איך בין א טייל פון דעם… איך האב זיך קוים געקענט דערווארטן אז דער תשעה באב זאל שוין דורכגיין. דא האט מיך גענומען ציפן א שולד-געפיל הייתכן אז איך פיל אזוי. וואס קומט פאר מיט מיין נשמה אז אנשטאט טרויערן אין שול מיט אלע אידן ווילט זיך מיר נאר הייבן פיס און אנטלויפן?

פארטראכט אין מיין ווייטאג, האב איך באקומען אויפ’ן סמארטפאן, זאל נישט אויסגערעדט זיין, א ווידעא-קליפ פון תשעה באב ביינאכט ביים כותל אין ארץ ישראל. איך האב געזען ווי אידן זיצן אויף דער ערד, פארשידענע מינים אידן, אלע שאקלען זיך לאנגזאם אהין און צוריק און זינגען לידער וועגן דער גאולה אויפ’ן נוסח פון שיר השירים. זיצנדיג אין א רינג האבן זיי געזונגען א פסוק פון שיר השירים (“מה תגידו לו שחולת אהבה אני”), א פסוק איבער ירושלים (“אם אשכחך ירושלים”), און א תפילה וועגן כלל ישראל (“אחינו כל בית ישראל”), און צום סוף, ווען אלע האבן זיך געשטעלט אויף די פיס, האבן זיי געזונגען דאס ליד “אני מאמין בביאת המשיח”.

איך האב בשום אופן נישט געקענט צוזאמשטעלן די סצענע פונעם כותל מיט דער סצענע וואס ווארט מיך אפ אין בית מדרש ביי אונז. דאס זענען צוויי אנדערע תשעה באב’ס. פון איין זייט שטייט א געמאכטער תשעה באב אין א ניו יארקער שול, וואו דער רב לאזט ארויס קרעכצן אויף יוצא צו זיין, און דער עולם, וואס איז זיך מחיה א גאנץ יאר מיט די אמעריקאנער פיצא-געשעפטן, לייגט צו א קרעכץ פאר גאט’ס וועגן. זאלסט זיי הרג’ענען וועלן זיי קיין ארץ ישראל נישט פארן… דאס ווארט “ציון” איז העכסטנס א נאמען פון א קאר-סערוויס פירמע.

אין אט דעם ניו יארקער תשעה באב איז עס נישט קיין טאג פון בענקשאפט, און אויך נישט קיין טאג פון טרויער, נאר א טאג פון פאלשן טרויער. פון אפזאגן די קינות ווערט נאכנישט קיין טרויער. קיין זכר ווערט נישט דערמאנט פון די צרות וועלכע האבן באטראפן דאס אידישע פאלק נאך די גזירות פון די קרייץ-ציגלער, כאטש מיר האבן זיך גענוג אנגעטרונקען מיט צרות צרורות במשך די הונדערטער יארן. ס’קען זיין אז די רבנים במשך די דורות האבן געוואלט אז מיר זאלן דאס משלים זיין מיט לידער אויף מאמע-לשון, אבער דאס פאסירט נישט אין אונזערע בתי מדרשים אפילו בטעות.

ווען אייניקלעך פון חורבן-געליטענע זאגן קינות אויף צרות פון די קרייץ-ציגלער וועלכע האבן פאסירט באלד טויזנט יאר צוריק, און דערמאנען נישט מיט קיין ווארט דעם חורבן אייראפע, איז נישט מעגליך אז ס’זאל זיך נישט פילן ווי א געקינצלטער און פאלשער ריטואל וואס האט פארלוירן יעדן אמת’ן פנימיות. אין אזא אטמאספער ווילט זיך נאר אויסטון די תשעה באב שיך, פארקלאפן דעם קינות’ל, און אויסשרייען אז איך האב אין דעם אלעמען נישט קיין חלק. איך האב ליב מיין פאלק מיט אן אמת, אבער איך קען נישט אנטיילנעמען אין אזא פאלשן צערעמאניאליזם.

דאך, ווי נאר איך האב דערזען דעם ווידעא-קליפ פון ארץ ישראל האט זיך מיר אומדערווארט געעפנט דאס הארץ. מיטאמאל האב איך זיך געכאפט אז תשעה באב פארמאגט נאך א דימענסיע וועגן וועלכער איך האב אינגאנצן פארגעסן, אדער גאר קיינמאל נישט געוואוסט. דאס איז נישט בלויז א טרויער טאג אויף צרות פונעם פאלק, נאר אויך א טאג פון רעליעגיעזער בענקשאפט. ס’איז נישט בלויז א טאג פון קרעכצן, נאר אויך א טאג פון זינגען, א טאג פון ארויסקוקן מיט ערווארטונג. הלואי וואלטן מיר געקענט אריבערפירן דעם גייסט צו אונזערע ברוקלינער בתי מדרשים, אבער אויב מיר קענען נישט ערווארטן קיין נאציאנאלן טרויער צווישן אונז, קען מען צום באדויערן נאך ווייניגער ערווארטן א רעליגיעזן אויסדרוק…

דארט ביים כותל ווערן ביידע מאמענטן פאראייניגט, דאס אידיש-פאלקסטימליכע און דאס געטליכע. די פארלוסט פונעם בית המקדש, די גלות השכינה, די בענקשאפט צו גאולה, זענען אלע אויסדרוקן פון דער מענטשליכער בענקשאפט נאך גאט. וויאזוי האב איך וועגן דעם נישט געטראכט? איך בין געשטאנען און איבערגעקוקט דעם ווידעא-קליפ איין מאל און נאכאמאל, און דאס הארץ האט מיר געפלאצט פון קנאה אויף די וואס זענען דארט אין ארץ ישראל. ס’האט מיך געוואונדערט פון וואנעט זיי האבן דערטאפט דעם סוד אינעם תשעה באב, אז מ’קען אים פארוואנדלען אין א ריין-רעליגיעזן טאג. א מין וואכעדיגער יום כיפור.

די קראקאדיל-טרערן זענען דארט נישט וויכטיג. אויך פעלט דארט נישט אויס די געצוואונגענע קרעכצערייען פון די קינות-פארזאגערס, וועלכע שאפן ביי אונז א קאלטבלוטיגן דיסטאנץ צווישן די ווערטער פון “איכה ישבה בדד” און די אידן וועלכע לעבן אינעם ניו יארקער מאטעריאליסטישן מציאות. דארט אין ארץ ישראל האבן טויזנטער אידן, פון אלע שיכטן פונעם פאלק, געשפאנט אויף די גאסן תשעה באב ביינאכט, גייענדיג צו דער אלט-שטאט ירושלים, צום פלאץ וואו אלעס האט זיך אנגעהויבן, דארט וואו ס’איז אראפגעבונדן געווארן דער אידישער קשר צו גאט אויפ’ן מקום המקדש, און דאס פלאץ וואו די אידישע בענקשאפט האט שטענדיג געטראפן איר ציל, וואו ס’ווערן געוואנדן די הייסטע בקשות אויף גאולה און משיח.

זייענדיג פונדערווייטנס, האב איך זיי מקנא געווען. די נאטירליכקייט מיט וועלכער דאס רעליגיעזער אויסגוס קומט צום אויסדרוק, די ספאנטאנישקייט מיט וועלכער די ברייטע מאסן צעזינגען זיך און וויגן זיך דערביי אהין און צוריק פארנט פונעם כותל, האט מיך פאר’כישופ’ט. ס’האט זיך מיר געשאפן א ווידערגעפיל צו דער ערד אויף וועלכער איך שטיי, צו דער לופט וועלכע איך צי אריין, און די גאסן אויף וועלכע איך שפאן. איך ווייס אז די טראפיק-ליכט אויף דער גאס האט גארנישט געזינדיגט, אבער אין יענער מאמענט האט זיך מיר געוואלט דוקא אן ארץ-ישראל’דיגער טראפיק-ליכט, ארץ-ישראל’דיגע הייזער, און ארץ-ישראל’דיגע אידן.

מיין פראבלעם וויאזוי צו פראווען דעם טאג האט עס נישט אוועקגענומען, אבער איך האב געפילט ווי ס’ווערט מיר גרינגער. איך האב זיך מער נישט געקלאפט על-חטא אויף דעם וואס איך פיל נישט קיין טעם אין דעם חסידישן תשעה באב אין וויליאמסבורג והגלילות, און איך האב זיך מער נישט געשלאגן מיט זיך אליין. אנשטאט דעם האב איך געבענקט, פשוט ווי א קינד, צו זיין אין ארץ ישראל און אנרירן די שטיינער פונעם כותל.