Yiddish with an Aleph

קענען מענטשן זײַן טאָלעראַנט פֿון יענע וואָס גלייבן אַנדערש?

Can People Tolerate Those With Opposing Ideologies?

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

איך גיי אויף דער גאס און קוק זיך איין אין די צענדליגער מענטשן וואס גייען מיך פארביי, און ס׳נעמט מיך ארום אן אומעטיגער געדאנק. יעדער מענטש איז א וועלט וואס איז אויסגעבויט געווארן אין זיין באשטימטער סביבה, און איך קען זיי גארנישט פארשטיין. יעדער מענטש טראכט דאס זעלבע ווי אנדערע מענטשן אין „זיין גרופע”, און דער וואס געהערט נישט צו יענער גרופע וועט אים נישט קענען פארשטיין. באטראכטנדיג דאס, זע איך נישט וויאזוי די מענטשהייט זאל זיך קענען אמאל אינעם עתיד פארשטיין איינער דעם אנדערן.

די צרה איז וואס מענטשן טראכטן צו פיל וועגן דעם וואס אנדערע „קלערן”. יעדער איז גרייט צו ממית׳ן דעם יעניגן וואס טראכט אנדערש ווי ער. אט נעמט למשל די ליבעראלע אמעריקאנער וועלכע האבן טאלעראנץ צו יעדן איינעם אין דער וועלט, אפגעזען פון יענעמ’ס קאליר, פאלק, ראסע, מין, אא״וו, אבער פאר דעם וואס „קלערט” אנדערש איז נישטא קיין טאלעראנץ. די פראבלעם איז אזוי אין דער גאנצער וועלט ביי אלע מענטשן, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער.

די מיינונגען פון דער גרופע ווערט אויסגעבויט פון דעם וואס די גאנצע גרופע איז אויסגעשטעלט צו די זעלבע השפעות (מאסן פראפאגאנדע, נייעס־סטאנציעס, צייטונגען, שולעס, אד״ג), און אזוי ווערט ארגאניזירט א גרופע פון מאסן מענטשן קעגן אנדערע גרופעס פון מאסן, און ס׳צעוואקסט זיך א שׂינאה צווישן פארשידענע גרופעס. אויב טראכט עמיצער אנדערש ווי זיין אייגענע גרופע איז ער שוין אפגעריסן פון אלע וועלטן, וויבאלד דער וואס טראכט זעלבסטשטענדיג קען נישט אויסדריקן זיינע מיינונגען פאר קיינעם.

ובכן, קוקנדיג אויף די מאסן מענטשן וואס גייען פארביי, האב איך פרובירט צו דערגיין צו וועלכער קאטעגאריע זיי געהערן. ווער פון די מענטשן איז א זעלבסטשטענדיגער דענקער און ער איז איינזאם אין זיין וועלט, און ווער איז נישט מער ווי א שרייפל אין דער מאסן־מעדיא, א פראדוקט פון א מאסן פראפאגאנדע? ס׳איז גענוג צו כאפן א בליק אויף דער סאציאלער מעדיא, ווי למשל פייסבוק, צו זען ווי ווייט מענטשן טראכטן אייניג. ס’כאפט אזש א שרעק צו זען ווי אלע ניצן די זעלבע אויסדרוקן, די זעלבע לשונות, און די זעלבע בא׳טעמ׳ט־מאכעריי, אבער למען השם קריגט מען זיך, ווי גלייך מ’וואלט בכלל געהאט א „זעלבסטשענדיגע מיינונג”.

צוריקגעשמועסט איז מיין אייגענער געדאנקענגאנג אויך א רעזולטאט פון א באשטימטן צאל פאקטארן וואס האבן אוועקגעשטעלט די פערזאן וואס איך בין, קיין איין אנדער מענטש איז נישט אריבער דאס זעלבע וואס איך, און ממילא איז נישטא קיין מעגליכקייט אז מיר זאלן זען די וועלט אינעם זעלבן בליק. אויב זאל איך באזירן מיינע באציאונגען מיט דער מענטשהייט אויף דעם סמך פון געמיינזאמקייט אין אידעאלאגיע, צו שעצן נאר דעם מענטש וואס טראכט אזוי ווי איך, וועל איך זייער שנעל פארוואנדלט ווערן אין א שׂונא פאר דער גאנצער מענטשהייט.

וואלט בעסער געווען ווען יעדער מענטש וואלט געטראכט זעלבסטשטענדיג? לאו דוקא, ווייל דעמאלט וואלט מען נישט געקענט ארגאניזירן בכלל קיין סאציאלע סטרוקטורן. די טבע פונעם מענטש צו „טראכטן פונקט ווי אלע” איז א ברכה פאר דער מענטשהייט, ווייל נאר אזוי קען מען אויפשטעלן מדינות און ארבעטן אינאיינעם, אבער אפשר איז עס פארט א קללה פאר’ן אינדיווידועל, וויבאלד ס׳נעמט אים צו די פרייע בחירה. יעדער יחיד וואס וויל צורירן צו זיין פערזענליכן עץ הדעת כדי צו דערגרייכן א פרייע בחירה, צו קענען אויסקלויבן צווישן גוטס און שלעכטס, פארלירט באלד זיין פלאץ אינעם גן־עדן פון זיין סביבה.

די אידעאלאגיעס פון א גרופע גיבן דעם מענטש זיכערקייט, זיי מאכן זיין לעבנסקוק פשוט און פארשטענדליך, אבער ווען ער רייסט זיך אפ פון זיי, פארלירט דאס לעבן דעם פריערדיגן גן-עדנ’דיגן פשטות, און ער דארף ארויסגיין באארבעטן א נייעם פעלד, בשעת ס’גיסט זיך אים שווייס פונעם פנים. דאס לעבן פון אזא מענטש איז קאמפליצירט, קיינמאל נישט פשוט. דאך מיך קימערט נישט מאמענטאל דער אינדיווידועל, נאר די מענטשהייט ווי א כלל. איז דא א רפואה פאר דער מענטשהייט אין אזא מצב, ווען די מיינונגען ווערן אויסגעשטעלט אזוי אנדערש איינער פונעם אנדערן, לויט דער סביבה אינעם לעבן?

כל זמן מענטשן וועלן לייגן דעם טראפ אויף דעם וואס אנדערע „קלערן” וועט קיין רפואה נישט זיין, ווייל די גמרא זאגט דאך שוין: „כשם שאין פרצופיהם שוין, כך אין דיעותיהם שוות” (אזוי ווי די פנימ’ער פון מענטשן זענען אנדערש איינער פונעם אנדערן, אזוי זענען אויך די מיינונגען פון מענטשן אנדערש). מיר וועלן קענען ליב האבן אנדערע נאר ווען מיר וועלן זיין גרייט אויפצוגעבן אויף דער האפנונג אז אנדערע וועלן איין טאג גלייבן אזוי ווי אונז. אינעם „מוח” זענען מיר אלע אנדערש, אבער אינעם „הארץ” זענען מיר אייניג. יעדער מענטש דארף ליבשאפט, און אט דאס קענען מיר אלע אייניג פילן.

דערפאר איז א ווייטאג וואס יעדע אידעאלאגיע, כמעט יעדע איינע, עקשנ׳ט זיך אויף דעם אז אנדערע זאלן עס אננעמען. יעדער אידעאלאג רעדט זיך איין אז ער האט געפונען דעם אבסאלוטן אמת, און דער וואס קלערט אנדערש טוט דאס מיט א בייזוויליגער כוונה. די אמת׳ע אידעאלאגיע איז אבער נאר יענע וואס קען צולייגן איין קליינעם סעיף [פאראגראף] צום סוף פון דער מאניפעסטא, און דארט זאל זיין אריינגעשריבן: „די וואס האלטן אנדערש וועלן מיר ליב האבן פונקט אזוי, כל זמן זיי גלייבן אין דעם אלגעמיינעם מענטשליכן קאנצענזוס אז מיר מוזן זיין גוט איינער צום אנדערן…”