Yiddish with an Aleph

דער פּחד פֿון הינט און ביימער

This Phobia of Dogs and Trees

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

לאזט מיך אייך דערציילן א סוד; איך בעט איר זאלט דאס קיינעם נישט דערציילן. נישט איינמאל האב איך געזען ווי מענטשן דרייען זיך מיט קליינטשיגע הינטעלעך, קליינע באשעפענישן וועלכע קוקן ארויס מיט אומשולדיגע אויגן אויף די מענטשן ארום, און מיר דאכט זיך אויס ווי ס’וואלט געשטעקט אין די אויגן א געוויסע פילאזאפיע. אויף ווי ווייט איך קען ארויסבאקומען דערפון, פרעגט עס מיך: “פארוואס האבן חסידישע אידן נישט ליב קיין בעלי חיים?”

איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן פאר די הינטעלעך. אמאל האט מיין מאמע געזען א בילד ווי מיין טאכטער גלעט א קליינטשיג הינטעלע אויף דער גאס (איך בין ווייזט אויס גענוג קאליע געווארן צו לאזן מיין קינד טון אזא זאך) און דאס פנים איז איר פארקרומט געווארן. זי האט געוואלט וויסן צי מיין טאכטער האט געוואשן די הענט נאכדעם מיט זייף, און צי זי פארשטייט אז ס’איז א מיאוס’ע זאך אנצורירן בעלי חיים, א.א.וו. איך האב מורא געהאט אז דאס קומענדיגע מאל וואס מיין טאכטער וועט זען אן אומשולדיג הינטל, נישט קיין נפקא מינה ווי קליין, וועט זי אנטלויפן העט ווייט.

איך האב מיין מאמען גוט פארשטאנען. פערזענליך האט זי נישט קיין מלחמה מיט קיינעם, נאר די סביבה ארום אונז בכלליות האט זיך אזוי אויסגעשטעלט. איז וואס זאל איך ענטפערן פאר די קליינע פילאזאפישע אויגעלעך פון דעם הינטל וואס פרעגן מיך פארוואס מיר האבן זיי נישט ליב, נישט וויסנדיג וואס פארא דינאמיט ס’שטעקט אין אט דער תמימות’דיגער פראגע? איך קוק זיך צוריק איין אין די אויגן פונעם קליינטשיגן באשעפעניש און איך זאג: “דו ווילסט וויסן פארוואס מיר האבן אייך נישט ליב? פרעג פריער פארוואס מיר האבן נישט ליב קיין ביימער.”

מיר האבן ליב צו וואוינען אין שטעט וואו ס’איז נישטא קיין סך נאטור. און אויב ווערט שוין אויפגעשטעלט א יישוב פאר אונזערע אידן אינדרויסן פון שטאט האקט מען באלד די ביימער, מ’אקערט אויף דאס גראז, מ’לאזט נישט איבער קיין טראפעלע שטח ליידיג, און אויפ’ן פלאץ פון קליינע הייזקעלעך ציט מען ארויף הויכע הייזער. צווישן איין הויז און דאס אנדערע לאזט מען איבער קוים א כזית פלאץ, און אפילו פריוואטקייט דארפן מיר נישט האבן. אונז שאדט נישט אז מ’זאל אריינבליקן פון איין טעראסע צו דער אנדערער, פון איין קאך צו דעם אנדערן.

אונזערע גאסן האבן נישט קיין עסטעטישן אויסזען, די שטראזן זענען פול מיט אנגעלייגטע אויטאס וואס יאגן זיך און פייפן נאכאנאנד, עלעהיי א רוח וואלט אונז געטריבן, און מיר ליבן עס דוקא אזוי. פאר די גראסעריס איז נישטא וואו צו פארקירן, און ביים גיין דאווענען האבן מיר ליב דוקא ווען מ’ווערט צעדרוקט צווישן די שכנים, און אז מ’קומט שפעט צום דאווענען דארף מען זיך באנוגענען מיטן אראפשטעלן דעם סידור אויפ’ן רוקן פון א בענקל. קיין סך פרייע מחשבה בלייבט נישט אין דעם כסדר’דיגן טאראראם פון פייפערייען, פארקער, א דוחק אין פלאץ, דוחק אין פריוואטקייט, אנעם טרעפן א רואיגע מינוט.

נו, ווילט זיך דעם הינטל מיר זאלן נאך פארשטיין די שטילע פראגעס וואס שטעקן אין זיינע אויגן? ווען מיר זעען א מייזל, אדער אפילו ווען א קליין שפינעכל מארשירט אריין צו אונז אין שטוב, דערשרעקן מיר זיך ווי ס’וואלט געווען א מאנסטער. מיר קלערן נישט צוויי מאל צי די כאפערס וועלן טייטן די מייזלעך מיט יסורים אדער אן דעם, כל זמן דער ציל ווערט דערגרייכט אז מיר ווערן פטור פון די מייז. נו שוין, צו רעדן וועגן צער בעלי חיים שמעקט שוין מיט אמת’ער גוישקייט. האב איך גארנישט געזאגט. זייט מיר מוחל די פליטת פה. מירטשעם ביי די כפרות שלאגן וועל איך תשובה טון אויף דעם…

קען זיין אז מיינע ווערטער קלינגען עטוואס ציניש, אבער מיין כוונה איז נישט דאס. איך קלער אז דא איז באמת פאראן אן ענין וואס מיר דארפן איבערטראכטן. מיר האבן פארלוירן דאס געפיל צו בעלי חיים, בשעת די “טריפה’נע” וועלט אינדרויסן פארמאגט א נאטירליכע רחמנות וואס יעדער פרומער איד וואלט געמעגט האבן. ס’האט טאקע א שייכות מיט די סטאנדארטן פון אונזער לעבן וואס לאזן נישט רואיג באטראכטן די וועלט פון א מענטשליכן קוק. מוסר, אדער מענטשליכקייט, פארמאגט א געוויסע עסטעטיק, און מיר זענען נישט געוואוינט זיך אפצוגעבן מיט עולם־הזה’דיגע עסטעטישע קליינליכקייטן.

קיינער פארלאנגט נישט מ’זאל ארייננעמען א הונט אין שטוב, אבער דאס בארעכטיגט נישט דעם עקל און מיגל וואס מיר פילן צו דער סביבה. איך האב אמאל באזוכט אין א פארם און געזען ווי א גאנז האט זיך פארהאנקערט אין א צוים. דארט איז געשטאנען א נישט-פרומע אידיש מיידל און פרובירט צו באפרייען דעם גאנז, און איך האב פאקטיש געזען טרערן ביי איר אין די אויגן. איך האב בייגעוואוינט אזעלכע פאלן מער ווי איין מאל, און דערנאך האב איך זיך דערמאנט פון אונזער כפרות שלאגן, פון די צעדרוקטע הינער וועלכע באקומען נישט קיין טרינקען, א.א.וו. און דאס הארץ האט זיך מיר איינגעקורטשעט. נו שוין, איך בין ווידער פארקראכן צו דיבורים וואס פאסן נישט פאר א אידיש קינד.

לאמיר ארויספארן פונעם הו־הא אויף אונזערע גאסן, כאטש אויף א קורצער צייט, און קוקנדיג אויפ’ן הימל לאמיר טראכטן רואיג וועגן גאט, איד און מענטש, וועגן פרומע און פרייע, וועגן הינט און מייז, ביימער און גראזן, וועלדער און פעלדער. לאמיר אויסלעשן די לעמפלעך, די פייפערייען, לאמיר זיך אנטשולדיגן פאר די גוטע פריינט וואס מאכן פונקט יעצט א וואך-נאכט, א שלום־זכר, א ברית, א.א.וו. און לאמיר בלייבן כאטש אויף א קורצער צייט מיט זיך אליין, מיט דער וועלט, און מיט גאט. לאמיר קוקן די סביבה אין די אויגן און זיך איבערבעטן מיט איר. לאמיר צוריק אנטוויקלען א סענסיטיוויטעט צו מוסר, ריינקייט, און עסטעטיק.

אנשטאט צו ווערן צעטרעטן אונטער די רעדער פונעם רוח הזמן, לאמיר זיך אפשטעלן און צוריק געווינען קאנטראל אויף אונזער לעבן, אויף אונזער וועזן, און אויף אונזער נשמה. לאמיר אויסארבעטן א מהלך וויאזוי צו האבן א שפראך מיט דער וועלט, מיט די מענטשן וואס לעבן ארום אונז, און מיט די בעלי חיים וואס דרייען זיך צווישן די פיס. דאס דארפן מיר טון פאר זיך אליין, כדי צו פארשטיין בעסער אונזער ציל אין לעבן, און געווינען א דערפרישטן, אינספירירנדן קוק אויף דער בריאה.