Yiddish with an Aleph

בײַם טאַטנס סדר־טיש דאָס יאָר

At My Father's Seder Table This Year

פֿון האישה שרײַבנבערג

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

פסח איז שוין ענדליך דא,
נאך אזוי פיל ארבעט שעה נאך שעה,
מען האלט שוין איצט ביי מה נשתנה,
דער טאטע רופט זיך אן: רשע מה הוא אומר,
וואס זאגט דער רשע?

איך בין נייגעריג וואס גייט דער טאטע זאגן דא
ווייל אין זיינע אויגן בין איך דאך איינע פון זיי,
עס איז א בראך און א וויי געשריי,
אז ער האט ליידער א טאכטער פארכאפט פונקט ווי זיי.

איך טראכט צו מיר: איך האב נישט קיין כוח,
צו הערן וואס ער טראכט אויפן רשע אין זיין מוח,
איך וויל מיך אויפהייבן און ארויסגיין איידער ער הייבט אן,
ווייל געווענטליך זאגט ער נישט קיין שיינע זאכן, האט אן אויפגעברויזטן טאן.

אבער איך בין נייגעריג — וואס גייט ער זאגן דאס מאל,
אפשר דאך וועט דאס זיין אנדערש ווי אלעמאל,
געווענליך גייט עס אזוי:
מען דארף אויסהאקן די ציין פונעם רשע ער זאל נישט קענען רעדן א ווארט,
ער דארף ווערן פארשטיינערט גלייך אויפן ארט,
ער איז פארפאלן און ער האט נישט קיין האפענונג אין זיין לעבן,
ווייל צו זיין א רשע האט ער אלעס אויפגעגעבן,
דערפאר ברויך מען די ציין גלייך אויסהאקן,
ער זאל נישט קענען אויסרעדן מיט זיינע תירוצים וואס ער האלט אין איין באקן…

אבער צו מיין דערשטוינונג
איז דאס מאל גאר אנדערש,
דער טאטע פאנגט אן דרשנ’ען
אויסער דעם וואס די הגדה זאגט אויפן רשע.

ער רופט זיך אן הויך צו פארזיכערן
אז איך זאל הערן פונעם אנדערן עק טיש,
די הגדה צום נעקסטן בלעטל האב איך געמישט,
אוי איך האב נישט קיין כוח; וואס קומט יעצט?
די הגדה גלוסט זיך פארמאכן און געבן א הארציגן קוש…

דער טאטע פרעגט: „קינדערלעך,
צי ווייסט עץ וואס איז דער חילוק פון א רשע און א תם?
איין קינד זאגט „מיין רבי האט געזאגט דאס…‟
אין אן אנדערער קינד זאגט „מיין לערערין האט געזאגט יענץ…‟

דער טאטע זאגט: „ניין, איך וועל ענק זאגן,‟
יעדער איז שטיל
ווייל מסביר צו זיין פאר אזא גרויסן עולם
דארף זיך דער טאטע נישט דארפן צו פיל פלאגן.

„דער חילוק איז אזוי,‟ הייבט דער טאטע אן פארשטיין צו געבן,
„דער רשע האט נאך האפענונג,
ער קען זיך נאך צוריקכאפן,
ווייל שכל האט ער דאך,
ער נוצט נאר זיין קלוגשאפט אויף נישט־גוטע זאכן אין נישט־גוטע דרכים,
אבער דער תם קען זיך קיינמאל נישט צוריקכאפן אדער בכלל גיין אויפן ריכטיגן דרך,
ווייל ער האט דאך נישט קיין שכל,
קיינמאל געהאט און וועט קיינמאל נישט האבן.

וואס???
זייט ווען נעמט מיין טאטע דעם רשע’ס צד?
ס׳איז דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך הער אים רעדן אזוי,
ער האט דאס מאל נישט אוועקגעמאכט דעם רשע,
ער האט זיך נאך אנגענומען פארן רשע.

איך שפיר ווי ס׳ווילט זיך פארלאזן א טרער,
א טרער וואס איז פול מיט האפענונג,
אז אפשר האט מיין טאטע זיך געטוישט,
אפשר מיינט ער צו זאגן בלשון רמזים:
מיין טייערע טאכטער, איך פארשטיי דיך
איך נעם דיך אן וויאזוי די ביסט
נאך אלעם ביסטו דאך מיין טאכטער
מיין אייגענע בלוט און פלייש
דו האסט האפענונג אין דיין לעבן
איך ווייס אז דאס לעבן איז שווער
אבער איך גלייב אין דיר אז דו ביסט שטארק
און איך וועל קיינמאל זיך נישט אפלאזן פון דיר.

הלוואי, הלוואי…


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.