Yiddish with an Aleph

חסידישע ייִדן בײַ אַ ספּאָרט־מאַטש

Hasidim at a Sports Match

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

איך וויל אייך דערציילן איבער א דערפארונג וואס איך האב געהאט אמאל, ווען א נאנטער ידיד, א חסידישער איד, האט מיך געלאדן איך זאל קומען מיט אים זען א מאטש פון „אייז־האקי” (ice hockey) וואו רוסישע סטודענטן וועלן שפילן קעגן אמעריקאנער. כאטש איך פארשטיי נישט די תקנות פון ספארטס גלייב איך אז נאך די הונדערט און צוואנציג וועט מען מיך פרעגן אין הימל צי איך האב כאטש געזען אמאל ווי די קינדער פון אדם און חווה שפילן זיך אויף דער וועלט, און צי איך האב בכלל פרובירט צו באקענען די פילפארביגקייט פון דער מענטשהייט, ובכן האב איך זיך ארויפגעכאפט אויף דער געלעגנהייט און איך בין ארויס צוזאמען מיט יענעם צו זען דעם מאטש.

וויבאלד ס’איז געווען פאר מיר דאס ערשטע מאל ביי אזא שפיל, האט מיר יענער דערקלערט די כללים כדי איך זאל פארשטיין וואס איך זע. יענער אליין איז געקומען צו פארן מיט דעם פולן חסידישן לבוש און ער האט באטראכט דעם ספארט מיט אן ערנסטקייט, זייענדיג א טייל פון דער מענטשליכער פילפארביגקייט. איך האב זיך מתחילה געפילט אביסל מאדנע, ווי כאילו מיין חסידישער אויסזען וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט צופאסן צו דער ארטיגער לעבנס־לוסט, אבער איך האב פארט פרובירט צו ווערן אויסגעמישט מיט דער מאסע פון הונדערטער מענטשן ארום מיר.

איידער דער מאטש האט זיך אנגעהויבן האב איך מיטאמאל דערזען ווי פון דער טיר הינטער אונז קומט אריין א חסידישע פרוי, אנגעטון לויט די פרומסטע כללים, מיט א קאלירטן צודעק איבערן שייטל. זי איז צוגעקומען נאנט צו אונז און זיך אוועקגעזעצט אין דער שורה הינטער אונז. ס’האט מיר גענומען א רגע ביז איך האב זיך געכאפט אז זי מוז געהערן צו דער משפחה פון דעם איד וואס האט מיך אהינגעברענגט. מיר האט זיך געדאכט אז דער ספארט-זאל איז נישט געוואוינט צו זען אזעלכע מענטשן ווי אונז.

איידער דער מאטש האט זיך אנגעהויבן זענען אלע אויפגעשטאנען פון די זיצן און די מוזיק האט גענומען שפילן די רוסישע הימנע. „באלד וועסטו הערן די רוסישע הימנע,‟ האט מיר דער איד געזאגט, „וועסטו זען אז ס’איז נישט צופיל אנדערש פון א חסידישן מארש‟. ווען די מוזיק האט זיך געענדיגט האט מען געהערט שוואכע פאטשערייען מיט די הענט. נאכדעם האט געשפילט די אמעריקאנער הימנע, און ווען די מוזיק האט זיך געענדיגט זענען די פאטשערייען געווען הילכיגער און שטארקער פון פריער (פארשטייט זיך, ווייל די צוקוקער זענען אלע געווען אמעריקאנער). ס’האט מיך דערמאנט פון די חסידישע חתונות וואו א קליינער רבי איז זיך משדך מיט א גרויסן רבי’ן, און די חסידים פונעם גרויסן רבי’ן פאטשן אויף להכעיס שטערקער ווען זייער רבי טאנצט די מצוה טאנץ…

דער שפיל האט זיך אנגעהויבן און דער עולם ארום מיר האט נאכגעקוקט מיט עקסטאז יעדע באוועגונג פון די שפילער, און ס’האבן אויסגעבראכן אפטע פרייליכע קוויטשערייען. די פרוי הינטער אונז, מיט איר פולקאם־פרומען לבוש, האט אויסגעזען ווי זי וואלט שוין געווען א בקי אין דעם ספארט, און אירע קוויטשערייען האבן זיך אויסגעמישט מיט די געשרייען פונעם עולם. מיר איז דאס געווען א חידוש’דיגע אבער אינטערעסאנטע סצענע, און איך האב געווארט צו זען צי דער עקסטאז וועט מיך אויך ארומנעמען. צייטנווייז האבן מענטשן אויסגעשריגן פאטריאטישע לאזונגען כדי צו שטארקן די אמעריקאנער שפילער.

אין דער ערשטער רונדע האט זיך איינגעגעבן פאר די רוסן אריינצואווארפן דעם באל אינעם שטח פון די אמעריקאנער צוויי מאל, אבער אין דער צווייטער רונדע האבן די אמעריקאנער געוואונען איין מאל, אין דער דריטער רונדע האבן די אמעריקאנער געוואונען נאך צוויי מאל און מיט דעם האבן זיי איבערגעכאפט די רוסן. ביי דעם פונקט איז די אנגעצויגנקייט געשטיגן אינעם זאל און די געשרייען האבן זיך געהערט פון יעדן ווינקל. ווען די רוסן האבן פארפעלט דעם ציל זענען געווען קוויטשערייען פון שמחה, און ווען די אמעריקאנער האבן פארפעלט דעם ציל זענען געווען געשרייען פון אנטוישונג. סוף כל סוף איז געלונגען פאר די רוסן צו טרעפן אין ציל נאך איין מאל און מיט דעם האבן זיך אויסגעגליכן ביידע צדדים.

פון דא און ווייטער איז דער פארמעסט געווארן זייער אינטערעסאנט, ווען יעדער צד פרובירט אריבערצוכאפן דעם וואגשאל אויף זייער זייט, אבער צום סוף האט זיך דער שפיל פארענדיגט אן דעם וואס איינער זאל געווינען. מיר האבן זיך געגרייט אהיימצוגיין, און דא איז צוגעקומען צו אונז איינער פון די אנוועזנדע און אונז באגריסט. ער האט געוואלט וויסן צי מיר האבן הנאה געהאט פונעם שפיל, און צום סוף האט ער געזאגט: „קומט נאכאמאל צו די שפילן דא.‟ פון אט דער איינלאדונג האב איך געזען ווי פרעמד מיר זעען אויס אין דעם פלאץ. יענער איז טאקע געווען פריינטליך צו אונז, אבער ער האט אפנים פארשטאנען אז מיר זענען אריינגעפאלן אהין ווי געסט, און ער איז אונזער גאסטגעבער וואס פארבעט אונז צו קומען אהין נאכאמאל…

ס’איז שוין אריבער א צייט פון דעמאלט און איך האב נישט באזוכט קיין ספארט־זאל נאכדעם, דאך מוז איך באצייכענען אז ס’איז געווען א ווערטפולע דערפארונג. ס’האט מיר געגעבן די געלעגנהייט איינצוזאפן די קולות פון די מאסן אין א צייט פון עקסטאז, זיך איינצופלאנצן אויף א מינוט אין דער מולטי־מענטשליכער ארענע, און דערשפירן אמאל די פולסן פונעם מענטשליכן לעבנס־לוסטיגן הו־הא.