Yiddish with an Aleph

אַ פֿאַריתומטער דור, נעבעך

Our Poor, Orphaned Generation

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

ס’איז פאראן א כלל אין הלכות פירערשאפט אז דער סימן פון א גוטן פירער איז ווען ער קען טרענירן זיינע אנהענגער אז זיי זאלן קענען נאך זיין פטירה זיך באגיין אן אים. דער גוטער פירער שטעלט אויף א דור פון שטארקע תלמידים, וועלכע פילן אז זיי האבן די כוחות איינצונעמען וועלטן און זיי קענען דורכפירן וואס זיי ווילן. כאטש ס’טוט זיי וויי אז דער רבי און מנהיג איז מער נישטא, וועלן זיי זיך טרייסטן אין דעם וואס ער האט זיי איבערגעלאזט מיט די נויטיגע כלים וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן לעבן.

ווען א פירער גייט אוועק פון דער וועלט און ס’קומען נישט אויף קיין נייע עפעקטיווע מנהיגים נאך אים, איז עס א קשיא אויפ’ן מנהיג. אויב דער דור פון זיינע תלמידים פילט אז אן דעם רבי’ן איז עס עק וועלט און מער וועלן זיי זיך נישט קענען אויפהייבן, איז עס א צייכן אז דער רבי איז דורכגעפאלן אין דעם סאמע וויכטיגסטן תפקיד פון א פירער — אויסצולערנען א וועג פאר די תלמידים, אז זיי זאלן זיך קענען אליין אן עצה געבן. א גוטער פירער טאר נישט דערלאזן אז זיינע אנהענגער זאלן זיך פילן צו שטארק אפהענגיג אין אים, ווייל ער דארף נעמען אין באטראכט אז ס’וועט קומען א טאג ווען זיי וועלן פארבלייבן אליין, אן אים.

דער שליסל וויאזוי א פירער קען דערגרייכן דעם ציל פון אויפבויען די אומאפהענגיקייט פון זיינע אנהענגער איז דורכ’ן איבערצייגן זיינע תלמידים אז זיי האבן די כוחות זיך אליין צו פירן. ער דארף זיי אנפילן מיט אפטימיזם וועגן די מעגליכקייטן און דעם פאטענציאל וואס זיי פארמאגן, און אזוי וועט ער צוביסלעך צוברענגען אז זיי זאלן זיך קענען אפטיילן פון אים און גיין זייערע אייגענע וועגן. ער דארף זיי אויך נישט אינדאקטרינירן און צווינגען צו טראכטן לויט זיין קאפ, נאר ער דארף זיי אויסלערנען וויאזוי אליין צו טרעפן דעם וועג אין לעבן, כדי זיי זאלן קענען אפירזוכן דעם אמת אויך ווען זיי זענען נישט נעבן אים.

מיין פראגע איז וואו אונזער געזעלשאפט שטייט אין דעם הינזיכט. מיר האלטן זיך אין איין באקלאגן אז ס’זענען נישטא קיין מנהיגים אין אונזער צייט, ס’איז א דור יתום, אאז״װ. די פראגע איז אבער צי מיר זענען נישט אליין שולדיג אין דעם. מיר הערן כסדר פון אונזערע רבי’ס אז מיר האבן מער נישט די כוחות אין די היינטיגע דורות ווי מ’האט אמאל געהאט, ס’איז א ירידת הדורות און מיר פאלן כסדר אלץ טיפער. הערנדיג אזויפיל נעגאטיווע שמועות וועגן זיך אליין, וואלט געמוזט געשען א גרויסער נס אז ס’זאל קענען ארויסוואקסן עפעס א פאזיטיווע ענערגיע פון אינעווייניג.

איך ווייס נישט צי מ’מעג דאס זאגן, אבער לכאורה קומט אויס אז ווען מיר פילן זיך אזוי אנטמוטיגט און אן כוחות, אן קיין מנהיגים וואס זאלן אונז פירן, איז עס נישט בלויז אונזער דורכפאל, נאר דער דורכפאל פון אונזערע פריערדיגע רבי’ס. ס’זענען געווען גרויסע פערזענליכקייטן וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג, אבער זיי האבן זייער ווייניג געגלייבט אינעם נייעם דור, און כאטש זיי האבן זיך איבערגעגעבן מיט מסירות נפש אויפצובויען די חורבות פונעם חרדישן אידנטום האבן זיי אבער נישט געהאט קיין צוטרוי אין אונז. אנשטאט אנצופילן דעם נייעם דור מיט אן איבערגעפרישטער ענערגיע פון ווידער־געבורט, האט מען אינעם דור אריינגעבלאזן א ייאוש.

אונזער אידישקייט איז אויפגעבויט געווארן נאכ’ן חורבן נישט מיט א פאזיטיוון בליק אויף פאראויס, נאר מיט א דערשראקענעם בליק צו דער וועלט, און צו דער פרייער מדינת ישראל. די שרעק פון די דרויסנדיגע ווינטן וועלכע ווילן אריינדרינגען און אונז איינשלינגען האט זיך איינגעזעצט אין אונזער געוויסן פון דער ערשטער מינוט וואס מיר האבן זיך גענומען בויען אידישקייט אין אמעריקע, און אט דער שרעק האט, ווי עס שיינט, פאראליזירט אונזערע גייסטישע כוחות. אנשטאט צו פארזיכערן דעם דור אז מיר וועלן קענען דורכשוויצן יעדע שוועריגקייט, אנשטאט צו גלייבן אין דעם יחיד, האט מען נאר געזוכט וויאזוי אויפצובויען א קאלעקטיוון גדר.

די פירער האבן געמיינט גוטס, אבער מיט דעם מהלך האט מען פארפאסט דאס הארץ פונעם יחיד. דער יחיד איז געווארן געפאלן ביי זיך און שטארק אפהענגיג אינעם מנהיג. ס’איז דערפאר נישט קיין וואונדער פארוואס אונזער היימישע וועלטל פילט ווי די ערד וואקלט זיך אונטער די פיס און קיינער ווייסט נישט וויאזוי אוועקצושטעלן א ממשות’דיגן פלאן וואס זאל געבן א באדייט פאר אונזער לעבנסשטייגער. די רבנים און עסקנים קוקן ארויס מיט שרעק אויפ’ן אינטערנעט, און ווידער מאכט מען דעם זעלבן טעות — אנשטאט צו פרובירן צו פאנגען דאס הארץ פונעם יחיד אז ער זאל וועלן זיין פרום און ערליך, זוכט מען מיטלען וויאזוי אויפצובויען א קאלעקטיוון גדר, נישט גלייבנדיג אז דער יחיד פארמאגט בכלל א רצון צו זיין גוט…

מיט אזא שוואכע אמונה אין אונזערע כוחות און גוטן ווילן, וועלן מיר ווייטער פארבלייבן רוחניות’דיגע אינוואלידן, און מיר וועלן ווייטער נישט וויסן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די פראבלעמען פונעם דור. א פאר’יתומ’טער דור באדייט אז דער דור פארמאגט נישט קיין פירער, און ווען אונזערע מנהיגים גלייבן אז מיר פארמאגן א כראנישע שוואכקייט, איז עס ווירקליך א דור יתום. מיר האבן אנגעהויבן א ציקל אין וועלכער שוואכקייט דערפירט צו נאך מער שוואכקייט, און פאר’יתומ’טקייט דערפירט צו נאך מער פאר’יתומ’טקייט. איך מיין אז ס’איז א שאד, אבער היות מיר לעבן אין א דור יתום, און די דורות ווערן נאר אלץ שוואכער, גלייב איך נישט אז ס’וועט זיך טוישן אין דער גיכער צוקונפט.