Yiddish with an Aleph

אַ שאָד וואָס ס׳איז נישטאָ קיין „אַפּיקורסים אַנאָנימוס‟

Too Bad There's No "Heretics Anonymous"

פֿון וו. וו.

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

טייערער ר׳ יואל אשר, זיי מיינען טאקע דאס קינד!
איידער איך שרייב, לאמיר זיין אביסל „פאליטיש־קארעקט” אדער „פאליטיש־קלוג” מיט די ווערטער:

„וואס איך שרייב דא ווייטער איז אפשר נישט ריכטיג ביי די אלע צו וועלכן ר׳ יואל אשר האט זיך באצויגן, אבער צו א שיינעם טייל פון זיי — יא. און צו די אלע צו וועמען די קומענדיגע ווערטער זענען נישט ריכטיג, האבן זיי די רעכט עס „אוועקצומאכן מיט דער האנט” און איך וועל נישט האבן צו זיי קיין טענות.




א הערליך הערליך ארטיקל, ר’ יואל אשר. זייער שיין און רייך ארויסגעברענגט א זייער וויכטיגע פונקט.

אבער איר האט לע״ד פארפאסט א וויכטיגע נקודה, און דאס קען זיין אייער ענטפער.

„פארוואס זוכן געוויסע מענטשן נישט דאס קונסט ביי זיך אין שטוב”?


„פארוואס, ווען אייער אייגענע שטוב איז אנגעפילט מיט די מאלערײען פון „מאניי, ווען־גאך און וויסלער”, פארוואס זוכט איר קונסט־ווערק פון עפעס א צווייטע־ראנגיקן מאלער”?


אבער אז איר קוקט אריין טיפער וועט איר לייכט פארשטיין אז דער הונגער נאך קונסט, די ענטוזיאסטישע דראנג נאך פאעזיע, די ענערגישער געלויף נאך וויסענשאפט און לערע איז נאר די רויך־פארשטעלונג פאר דער ריכטיגער אונטערלאגע.

הלוואי הלוואי וואלטן די מענטשן געזוכט „העכערס” „טיפערס”, דאן וואלטן זיי זיך גאנץ שנעל אָריענטירט און איינגעזען אז די ריכטיגע העכערס, די ריכטיגע טיפערס, איז נישט ווייט אוועק, עס איז נישט אין דער פרעמד, עס איז דוקא ביי זיי אין שטוב! און אפילו נישט אין אנדערן צימער, נאר אונטער די הענט.

זיי וואלטן זיך נישט געקענט אנזעטיגן מיט די ליכטיקייט פון אידישקייט און תורה׳דיג לעבן, און וואס זי האט צו פארקויפן אין אלע געביטן פון פראקטישן לעבן, ביז טיפע מחשבה, קונסט און לויטערע ריכטיגע וויסענשאפט און פארגעניגן.

און איבער אלעם וואלטן זיי פארשטאנען און איינגעזען אז די הייליגע תורה מיט איר אין־סופ׳יגן לערע און איר טיף ריכטיגע ווערדן שטייט אבסאלוט נישט אין וועג פון צופרידנקייט און פרייד! פונקט פארקערט, דאס תורה’דיג לעבן איז דער איינציגער פונדאמענט צו די אלע זאכן און פיל פיל מער.

זיי וואלטן פארשטאנען אז ריינע אידישע אמונה איז דאס וואס ברענגט שלווה, רואיגקייט, מנוחה און וואס נאר נאך דער קליינער מענטש קען זיך וואונטשן פאר די קורצע 120 יאר אקופאציע פון זיינע דלת אמות אויף דער וועלט.
אבער…

די מענטשן זוכן — ליידער — דאס פארקערטע. זיי זוכן די אזוי־אויסזעענדיקע גליק פון א פריי לעבן. פון א לעבן ווי דאס געוויסן פייניגט נישט מיט יעדער — אין זייערע פארטונקלטע אויגן — קלייניגקייט וואס די תורה פארלאנגט און פארבאט! א לעבן וואס באגרעניצט נישט! א לעבן ווי דער מענטש האט פולע „רעכט” צו טראכטן, טאן, קוקן און מאכן אלץ וואס ער באגערט.

זיי מיינען נעבעך אז אויב נאר זיי וועלן אדאפטירן די לעבנסשטייגער פון די גאס, די סעקולערער ווירטשאפט, וועלן זיי גרייכן דאס וואס פעלט זיי אין זייער יעצטיגן צושטאנד.

זיי לעבן נעבעך אין א פינסטערן טעות.


נאר אנשטאט דאס ארויסזאגן אפן, פאר יענעם - און פאר זיך אליין — רעדן זיי פון „קונסט” פון „וויסענשאפט” פון „פאעזיע” און „פילאזאפיע” אבער אונטער די אלע שיינע צודעקן הערשט די אור אלטע מלחמה צווישן די מאטעריאליסטישע און גייסטליכע זייטן פונעם מענטשליכן רעאליטעט.

עס איז א דורכזיכטיגער פרואוו איינצורעדן אנדערע - און נאך וויכטיגער זיך אליין — אז וואס איך זוך איז נישט חלילה שוואוילטאג אוןאדער פרייהייט נאר דוקא טיפקייט און פארשטאנד.

טראכט אליינס אריין, איז דען וויסענשאפט באמת א סתירה מיט אידישקייט? מוז מען אראפווארפן דעם עול פון דער תורה צו פארשטיין וועלטליכע זאכן? צו פארשטיין די געוואלדיגע וואונדער פון דער בריאה אדער שיינקייט פון פאעזיע און מעלעריי?


צום ביישפיל, איז דען א מענטש ווי ר׳ אביגדור מילער זצ״ל געווען א „פארמאכטער” מענטש? איז ער געווען „צוריקגעשטאנען”, „נאאיוו”, „שמאל־קעפיג”, „אומגעלערענט”?


איז די ריינע און טיף אמת׳ע אמונה וואס האט געפלאקערט אין זיין גרויסן הארץ געשטאנען אין וועג צו זיין פארשטאנד אין וועלטליכע זאכן?

איז די הייליג לויטערע אויפפירונג — צווישן אים און ג־ט און צווישן אים און מענטשן — וואס האט אינגאנצן ארומגענומען זיין עקזיסטענץ — געווען פאר אים א שטער צו מחשבה און טיפן פארשטאנד?

און ווי איר ברענגט אזוי גוט ארויס אין אייער ארטיקל, איז דען נישט אין אידישקייט אליין — אין אונזערע ספרים און היסטאריע — נישטא א סך פון דעם סארט פארגעניגנס? איז דען נישטא אינעם ערליך אידישן ספרים שראנק גענוג מאטעריאל פון גענוי אט דאס — וואס זיי זוכן?


עס איז דא א סך! פיל מער ווי א מענטש קען אנקומען אין אפילו 50 לעבנס!


איינמאל די — צו וועמען אייער ארטיקל איז אדרעסירט — וועלן זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין, וועלן זיי דאס זייער שנעל פארשטיין, און דאן קענען זיי נעמען די געוואלדיגע לעקציע פון אייער ארטיקל און דאס דורכפירן אין פראקטישן זין.

אבער וואס קען מען טאן אז עס איז נישטא קיין צוועלף שטאפלען פראגראם פאר „אמונה־אנאנימוס”… ווען עס וואלט געווען אזא זאך גלויב איך אז די ערשטע פון די שטאפלען וואלט זיכער געווען:

„איך בין מודה אז איך האב נישט קיין כוח איבער מיין ווילן צו א פריי לעבן — אז איך קען מיין לעבן בכלל נישט קאנטראלירן.”


אונזער געזעלשאפט האט פראבלעמען, אבער מען דארף געדענקען זייער גוט, אז „חסרונות” איז נישט דער פעלער פון דוקא דער געזעלשאפט. עס טרעפט זיך נישט קיין געזעלשאפט מיט שלימות, נישט ביי אונז, נישט ביי אנדערע.

טויזנטער יארן פון היסטאריע, פילאזאפיע און פארשונג איז אוועק געגאנגען צו טרעפן אט די איינע זאך! א געזעלשאפט פון גערעכטיגקייט, און אויפריכטיגקייט, פון גלייכקייט און גאנצקייט.

און נאך די אלע טויזנטער יארן, ביליאנען געשריבענע ווערטער, הונדערטער מלחמות און מיליאנען לעבנס אויפ’ן מזבח פון עמאנציפאציע, שטייען מיר ווייטער ווי אין א געצעלט צעווארפן פון א שטורעם, באזיגט פונעם רעאליטעט.

„גאנצקייט” איז דא נאר ביי ג־ט ברוך הוא! מיט’ן אויבערשטנס הילף וועט משיח קומען אין גיכן און ער וועט באפרייען די וועלט פון אירע חסרונות און איר ברענגען צו גאנצקייט.

אבער דערווייל איז אונזער ארבעט צו מאכן דאס בעסטע פון וואס מיר פארמאגן, און איינזען אז מיר פארמאגן אן אוצר, און פארשטיין מיט אן אויפריכטיגקייט אז „אנטלויפן” פון וואס מען האט איז נישט נאר נישט דער ענטפער, נאר עס מאכט נאר שווערער די קשיא.