Yiddish with an Aleph

גיסט נישט אויס דאָס וואַסער מיטן קינד!

Don't Throw the Baby Out With the Bathwater!

פֿון הרב יואל אשר לאבין*

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

„מיר ווארטן און האפן אז דער חסידישער עולם זאל זיך אויפוועקן און אנהייבן איינזען אז”… זענען אפטע ווערטער וואס מען ליינט דא און דארט, פון פילע וועלכע טוען אנטייטלען אויף פראבלעמען אינערהאלב דעם חסידישן ציבור, און רופן פאר א טויש.

א דערוואכונג צו קונסט און צו מאדערניזם אינערהאלב די חרדישע געמיינדע איז א ווינטש מיט וואס איך האב זיך אנגעשטויסן דערין מערערע מאל דאהי אינעם „פארווערטס” אין ארטיקלען וואס ווערן געשריבן דורך יונגעלייט וואס זענען אומצופרידן מיט אספעקטן אין דער חרדישער געמיינדע וואו זיי לעבן אדער וואו זייערע קינדער לעבן. זייער זארג קען זיין מיט די בעסטע כוונות. זיי האפן און ווארטן אויף א חסידישער רענאסאנס.

צום לעצט האב איך געטראפן דעם סענטימענט דא אינעם „פארווערטס” עלעקוואנט אראפגעשריבן אינעם רובריק „אידיש מיט אן א” דורכן טאלאנטפולן שרייבער וואס מאסקירט זיך אונטערן פסעוודאנים „ואיה וענה” ווי ער טרוימט איבער א טאג ווען “חרדישע אידן וועלן אנטוויקלען א געפיל צו קונסט און ליד, די נשמה אונזערע וועט זיך עפענען און אנהייבן דערשפירן די וויברירונגען פון דער בריאה”.

נישט לאנג צוריק האב איך אט דאס געשמועסט אין פארנט פונעם קאמערע, טאקע מיט א ביישטייערער פארן „פארווערטס”: דער טאלאנטפולער ארטיסט ליפא שמעלצער, מיינס א באקאנטער מימים ימימה וועלכער האט מיר פארבעטן אויף זיין חודשליכן ווינקל אין פארווערטס „ראש חודש מיט ר’ ליפא”. ער ווי אן ארטיסט און איך ווי א שרייבער האבן מיר ביידע ליב דעם כח פון שפראך און איר קונסט, האט ליפא אין זיין שמועס אויסגעדריקט זיין באגער אז חרדישע קינדער זאלן געניסן פון שפראך, זיך קאכן אין פאעזיע און נעמען אנטייל אין דער ארטיסטישער וועלט פון לייענען, שרייבן, און באשאפן.

איך האב געזאגט פאר ליפא אז איך האב אויך אזא חלום, אבער מיין חלום איז נישט אז תינוקות של בית רבן זאלן ווערן אנציקט פון מאדערנע קונסט, אדער היינטצייטיקע פאזיע. מיין חלום איז אז מיר זאלן צוריקברענגען די קינדער אין חדר אריין! אבער אויף אן אמת, אז אונזערע קינדער זאלן זיין אנטציקט פון אידישקייט און בלייבן פאסיצינירט פון אירע אוצרות, אז אונזער דערציאונג סיסטעם זאל טרעפן א וועג צו געבן פאר אונזערע קינדער א געשמאק אין די ענדלאזע אוצרות וואס מיר פארמאגן.

מיר דארפן מער זעלבסט-אויסדרוק, אז אונזערע קינדער זאלן זיין שעפעריש און אקטיוו, אוודאי געוויס, אבער פאר דעם מוז מען נישט אריבערשפאנען דעם בריק. דאס חסידישע לעבן איז אין איר יסוד טאקע דא פאר דעם צו באהעפטן יעדן יחיד צו זיין נשמה.

אוודאי ווילן מיר אונזערע קינדער זאלן געניסן פון דעם געשריבענעם ווארט און זיין כח, קונסט און טיפקייט. אבער ווי הערליך זאגט אונז עס משה רבינו דער אדון הנביאים: „לא מעבר לים הוא, ולא רחוקה הוא… כי קרוב אליך הדבר מאוד, בפיך ובלבבך לעשותו” (נישט איבערן ים איז זי און נישט ווייט איז זי, זי איז גאר נאנט צו דיר, אין דיין מויל און הארץ זי צו טון), צופרידנקייט און אייגענארטיגקייט טאר נישט זיין קיין סתירה צו א אידישן ערליכן לעבנסשטייגער.

זאלן אונזערע קינדער טאקע זיך באהעפטן מיט די שיינקייט פון די ווערטער פון די אור אלטע אוצרות פון אידישן פאלק. זאלן אונזערע קינדער נישט טון זאכן נאר „צוליב שידוכים” נאר זאלן באמת וויסן וואס מיר פארמאגן, זיך באקענען מיט אונזער ספרים שאנק מיט די זעלבע התפעלות ווי די ארטיסטן וואס שפאצירן אין די קארידארן פונעם מעטראפאליטן קונסט מוזעאום, און זיך פאסמאקעווען אין א שטיקל פסוק אין שירת האזינו נישט ווייניגער ווי להבדיל דער ארטיסט גרונטעוועט זיך אין א שטיקל שייקספיר. זאלן אונזערע קינדער צולייגן קאפ צו פארשטיין א שטיקל מדרש, לפחות ווי א ליטעראטור ליבהאבער קנייטשט אין אן עגנון. זאלן אונזערע קינדער לייגן אזויפיל קאפ אין טיף שטיקל ספר התניא, ווי דער פילאזאפיע סטודענט קאכט זיך אין א פעסימיסטיש שטיקל פון שופנהאוער.

ווען א מענטש ווערט אומצופרידן מיט זיין געמיינדע, קען ער — ווי א געליטענער — פארלירן אלעס און ווערן ביטער, קלאגענדיג הלמאי, „מען האט מיר געגעבן עפעס וואס איך קען נישט אראפשלינגען‟, און אלס רעזולטאט וויל ער ארויסווארפן אלץ וואס מען האט אים געגעבן, כאילו אלעס שטאמט פון די זעלבע ראשי הקהילה — די וואוין־פראבלעם, די תקנות, די שטריימל און די תפילין מיטן חומש. אלץ אין איין פעקל.

איך וועל אייך עפעס דערציילן: א מענטש פון א גאר פרומער משפחה וואס האט געזוכט זיין וועג ארויס פון די געמיינדע, האט מיר דערציילט אז ער איז געווען ביי אן אווענט ווי עס האט אויפגעטרעטן דער באקאנטער אטעאיסט ריטשארד דאוקינס, און מיט טריאומף האט דער ייד דערציילט אז דאוקינס האט אפילו געחתמעט זיין בוך. און איך טראכט צו זיך, רבונו של עולם! דער יונגערמאן האט אין זיין לעבן נישט געעפנט ניין און ניינציג פראצענט פון די אידישע אוצרות פון רעליגיע, און א געשמאקע ברעסלעווער קומזיץ וואלט אנגעפילט די גענוי זעלבע לאך אין זיין הארץ, צו וואס זאל דער ערשטער שמועס וואס איז נישט אין אן אונגאריש אידיש זיין א פראפאגאנדע רעדע פון איינער וואס איז בסך הכל די אטעאיסטישע אקוויוואלענט צו הרב אמנון יצחק?

ווילסט דווקא זיך יא באקענען מיט אביסל ווינסשאפט? עס איז דא גאר א סך צווישן דארטן וואו די ביסטו ביז צו דאוקינס’ן. זיך באקענען מיט דער וועלט מוז נישט זיין די גענויע היפוך פון אלעס וואס די האסטו געוואוסט, יא די דארפסט א נייעם נוסח וואס זאל אפעלירן צו דיין אייגענע שורש נשמה. גענוג אידן זוכן אזוינס, מען דארף בלויז זיך נעמען אין די הענט אריין און טרעפן וואס מען זוכט.

איך משפט נישט קיינעם, איך ווייס אז יעדער האט זיין לעבן און זיינע דורכגענג, אבער איך זע פשוט ווי א סך פון מיינע ברידער פאלן, און איך וויל זיי זאגן אז עס פעלט נישט אויס, מען קען טרעפן דעם אור, מען טאר נישט זיין פויל איר צו טרעפן!

יא, עס פעלט ביי אונז א סך, איר זענט אלע גערעכט, אבער וואס עס פעלט איז א פרישקייט. מיר זענען ממשיך אן עקזיסטירנדער אידישקייט, אבער מען דארף יונגע כחות, מענטשן פון הארץ און מח זאלן נישט אנטלויפן ווען מען זעט פראבלעמען, מען זאל נישט ארויסטאנצן פון שיף ווען זי איז געפלאגט פון שטורעמען, און מען זאל נישט ווערן גלייכגילטיק צו די אייגענע היים און איבערלאזן די מאמע ווען זי איז אלט!

עס טוט זיך א שטורעם וועגן לערנען ענגליש? יא, מען דארף לערנען מער ענגליש. אבער נישט ווייל דארט איז אונזער גליק. מען דארף נישט מאכן אונזערע קינדער ווייניגער אידן, מען דארף זיי מאכן מער צופרידענע אידן! מיר דארפן די גאנצע חינוך זאל זיין בעסער און העכער אז אונזערע קינדער זאלן וואקסן ווארעמע אידן גרייט פארן לעבן, מיט א סך ידיעות אין אידישע השקפה, אין אידישע היסטאריע און מיט פארשטאנד למצוא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.

א סיסטעם וואס גדולי ישראל זצ”ל האבן געבויט תיכף נאכן קריג האט געהאט אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא, אזעלכע אידישע דיאמאנטן ווי לעיקוואד, סקווירא אדער וויליאמסבורג זענען א נס! און מיר מוזן מכיר טוב זיין פאר די קהילות וואס האבן אנגעהאלטן דעם גחלת ישראל, דעם אידישן פלאם פון תורה.

אז איר זעהט חרדישע יונגעלייט וואס זענען אויסגעלאשן, איז נישט די לייזונג אז מען זאל אים אונטעררוקן א דאסטאיעווסקי, ווייל ער קען טרעפן די נחמה צו זיין נשמה אין ספר איוב, קהלת, משלי, אדער גאר ספרי הרמב”ם, כוזרי, צו רבי חיים וויטאל, צו רמח”ל, צו מהר”ל, אדער גאר ספר התניא, צו דער איזביצער, מכתב מאליהו, בעל הסולם אדער צו גאר היינצייטיגע אידישע דענקער.

די אידישע מחנה פארלירט צופיל פון אירע גוטע קינדער, סענסיטיווע נשמות. עס פעלט אזוי וויכטיג אויס צו זאגן צו די אלע וואס זעען חסרונות און דעריבער פאלן זיי אריין אין ייאוש און ווערן פארביטערט ביז צו איבערלאזן דעם געמיינדע, פיזיש אדער גייסטיש, ווארפט נישט אלעס אוועק!

איר זעט חסרונות? נו, לאמיר פארריכטן! גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד, און הייבט נישט אזוי שנעל הענט מיט ביטול קעגן אייער אייגענע עבר, ווארפט נישט אוועק די וואונדערליכער עם הנבחר, צוליב חסרונות אין א געוויסע געמיינדע, אדרבה, נעמט א טייל אין בויען די אידישע געשיכטע, בויעט אויף א פרישע אידישע שטוב ווי אט די חסרונות זאלן פארראכטן ווערן.

וואס איז אייער אנדערע לייזונג? איבערלאזן אלעס? און גיין וואוהין? צי קלערט איר טאקע אז די ענטפער אינדרויסן איז אזויפיל בעסער ווי טרעפן אייער נוסח?

די אכסניה ווי א סך פון די געדאנקען ווערן אויסגעגאסן, די פארווערטס, דארף אייך געבן א שטיקל בילד. די פארווערטס אודיענץ איז געווען די וואס האבן נישט געגליכן אידישקייט, און האבן דעריבער באשאפן א באוועגונג ווי די שפראך אליין, יידיש, פאראייניגט דאס פאלק, אבער עס האט נישט געארבעט. די פארווערטס עולם האט עווענטועל געהאט צוויי ברירות, אדער זיך אויסמישן אין די אמעריקאנער חלום אדער תשובה טון, ווי אסאך קינדער פון אמאליגע יידישיסטן, און אט די זעלבע זאך זעהט מען אין ארץ הקודש, די אידישע אוצר פון תורה, טויזנטער יארן אידישע היסטאריע קען נישט ווערן איבערגענומען דורך א גלאטע אידעע אדער פארטוישט מיט סעקולערע ווירדן, זי ארבעט נישט.

יא, מיר דארפן זאגן פאר אונזערע קינדער אז אויב זיי ליידן פֿון די חסרונות אין אונזער געמיינדע, איז עס נישט די רעליגיע וואס האט זיי וויי געטון. ניין, מען זאל נישט שטופן קיין חסרונות אונטערן קארפעט, מיר פארמאגן קריזיסן, שווערע קריזיסן. סוף כל סוף ווילן מיר באווייזן דאס אוממעגליכע, מיר, קינדער און אייניקלעך פון פליטים, קינדער און אייניקלעך פון צובראכענע שטיבער ווילן אויפשטעלן א רוחניות’דיגע בית המקדש, א סורא ופומבדיתא אין מיטן דערינען פון ניו יארק, א שפאן אוועק פון פארק־סלאופ און ניי־וויליאמסבורג. אוודאי איז עס שווער, עס איז אן אומגלויבליכע נס, און זי קען נישט אנקומען לייכט, און ווען איר, מיינע ברודער, זעט די שוועריגקייטן אדער אנטדעקט וואס אין די געמיינדע האט איר נישט געטראפן, לויפט נישט, לויפט נישט! די ליכט איז נישט די אנדערע זייט פון די מויער, די ליכט איז אין יעדע אידישע הארץ! אדרבה, טרעף דיין “חלקנו בתורתך” און באשאף א נייע רעאליטעט וואס זאל זיין ריין פון די פראבלעמען וואס קוועטשן דיר.

ניין, מיין חלום איז נישט אז מיינע קינדער זאלן פארמאגן דאסטאיעווסקי’ס ביכער נעבן דעם גמרא, איך וויל אז זיי זאלן ליב האבן דעם אידישן אוצר און וויסן אז די אוצר איז נאנט צו זיי.

יא, איך וויל אז עס זאל בעסער ווערן די ענגליש דעפארטמענט, און איך וויל אז מען זאל דערוועקן נייגער און קונסט אין די קינדער און איך וויל אז קינדער זאלן זיין סאפיסטיקירט און פארשטיין שפראך און שיינקייט, אבער לכבוד דעם וויל איך פארגרעסערן די פייער פון אידישקייט, מער תורה, בעסערע חינוך, מער הבנה אין אידישקייט אלס א וועגווייזער פארן מאדערנעם מענטש אין היינטיגן דור.

די היינטיגע ביזנעס וועלט איז בכלל נישט באזירט אויף די אלט פארצייטישע יסודות ווי גראמאטיק און רעכענען, זיי זענען וויכטיג, נישטא וואס צו רעדן, אבער אין די היינטיגע טעכנאלאגיע צייטן איז דאס וויכטיגסטע אין ביזנעס יסודות וואס מען קען לערנען אין תורה און מוסר. מען דארף א מענטש וואס איז גייסטיש געזונט, האט ליב מענטשן, יושר’דיג און טראכט שנעל. דאס זענען אלעס יסודות וואס א געזונטע אידישע חינוך מוז געבן צו אונזערע קינדער! די תורה מוז געבן אונזערע קינדער די אלע געזונטע כלים צו מצליח זיין אין די וועלט, מער ווי די סעמינארן וואס פארקויפן פשוטע מענטשליכקייטן און גוטע אידעאלן און מדות.

ווי שיין שרייבט „ואיה וענה” ס’וועט קומען דער טאג, און דער טאג איז נישט ווייט, ווען מיר היימישע אידן וועלן געניסן… אבער עס קריצט אין די אויערן ווען מען ליינט ווייטער „פון אבסטראקטע מאלערייען און יעדע סארט קונסט; ווען א פראנצויזישער וואלס, אדער אן ארגענטינער טאנגא, וועט בארירן דאס הארץ פון אונזער חרדישער נשמה, נישט ווייניגער ווי דער כל נדרי אין סאמע מיטן פון יום כיפור…”

ניין, מיין מאמע איז בעסער ווי אלע מאמעס און איך וויל אז דער כל נדרי זאל ווערן טיפער און ברענגען צו העכערע הויכקייטן, מער ווי אין אן ארגענטינער טאגא און א פראנצויזער וואלס. זאל א שמחת תורה טאנץ זיין א מעדיטיטיווע כח, א קראפט פאר אהבת התורה, יא, פיל מער ווי א טאנגא און א וואלס, ווייל זיי זענען אונזערע, מיר פארמאגן זיי, און זיי רעדן צו די טיפסטע און העכסטע רעאלמען אין אונזער נשמה.

יא, עס איז חשוב אז איר האט א חלום, איר ווילט א אוטאפישע געמיינדע, אבער זי איז בלויז אין אייערע הענט! און פון חלומות געשעט גארנישט, בויט אויף!

און לאמיר ענדיגן ביי די נשמה־פאעזיע פון רבי שלמה אלקבץ, וואס איר, ברידער וואס טרעפן נאר קונסט ביי דאסטאיעווסקי’ן האט איר אפשר נישט באמערקט אין אונזער אייגענעם הויף: „התעוררי, התעוררי, כי בא אורך, קומי אורי, עורי עורי, שיר דברי, כבוד השם עליך נגלה!”

וועק זיך, וועק זיך, דיין ליכט איז אנגעקומען, שטיי אויף דיין ליכט, וועק זיך, וועק זיך, די פראכט פון גאט אנטפלעקט זיך אויף דיר!


*הרב לאבין איז א באקאנטער ציבורישער פיגור אין די חרדישער וועלט און קאלומניסט אין די חרדישער מידיא, א טאטע צו א שטוב מיט זעקס קינדער און איינוואוינער אין בארא פארק.