Yiddish with an Aleph

א מעשה'לע וועגן שלש שבועות (סוף)

A Story of Three Oaths (Conclusion)

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

פינפטער קאפיטל: באפרייט פון די קייטן / די דראמע פון גאט און מענטש שפילט זיך אויס

ס’זענען אנגעקומען שמועות פונעם בלבול קעגן דרייפוס אין פראנקרייך, און ס’האבן אנגעהויבן קומען שמועות פון פאגראמען אין רוסלאנד, צרות פון שווארץ-מאה’ניקעס, שמועות פון רדיפות קעגן אידן אין יעדן לאנד וואו זיי וואוינען. אין הימל האט מען געקרעכצט. א בת קול איז ארויס פון הימל און געפרעגט, “מי מפר לי? – ווער וועט מיך באפרייען פון דער שבועה?”

“וויי איז צום טאטן וואס האט פארטריבן די קינדער פון זיין טיש…” האט דאס בת-קול פון הימל געוויינט, “און וויי איז צו די קינדער וואס זענען אוועק פונעם טאטנ’ס טיש.”

דאס יונגעלע אינעם פוילישן שטיבל איז שוין אינצווישן עלטער געווארן און אליין געהאט קינדער. אין יענעם שטיבל איז יעצט געזעסן זיין קינד און געלערנט די זעלבע גמרא אין מסכת סוכה. “פון דער גמרא קומט אויס אז דער ריבונו של עולם האט פיינט דעם גלות,” האט דאס יונגעלע געזאגט פאר זיין טאטן.

“איך האב עס אודאי אויך פיינט,” האט דער טאטע געענטפערט.

“דער ריבונו של עולם האט פיינט די כשדים.”

“דערפאר האב איך זיי אויך פיינט,” האט דער טאטע געזאגט.

“דער ריבונו של עולם האט פיינט די אראבער,” האט דאס יונגעלע ווייטער געזאגט.

דער טאטע איז שטיל געבליבן א מינוט און געזאגט, “דער באשעפער האט נישט פיינט זיינע אייגענע ברואים, נאר ער האט חרטה, כביכול, אויף די שאדנס וואס קומען ארויס פון זיי נאכדעם וואס ער האט זיי באשאפן.”

דער טאטע האט געקוקט צום פענסטער וואו ער האט אמאל געזען א קליין פייגעלע קלאפן אינעם שויב מיטן שנאבל. זיינע אויגן האבן געגלאצט אין דער ווייטקייט, און דערנאך האט ער ווייטער גערעדט: “דער ריבונו של עולם האט פיינט דעם גלות נאר זיינע הענט זענען געבונדן… זיי זענען געבונדן צוליב א שבועה וועלכע כביכול זוכט א וועג אויפצולייזן.”

“קען מען נישט טרעפן עפעס א שבת גוי זאל טון די ארבעט?” האט דאס יונגעלע געפרעגט שפאסיג.

“אמירה לעכו”ם שבות,” האט דער טאטע צוריקגעלאכט, “ס’איז אן איסור דרבנן.”

“קען דאך דער ריבונו של עולם מרמז זיין פאר עמיצן…”

“רמזים זענען דא גענוג,” איז דער טאטע נישט שולדיג געבליבן. “גענוג סוגיות אין גמרא וואס זענען מרמז.”

דער טאטע האט ארויסגעשלעפט פון טאש אן איינגעקנייטשן פאמפלעט אויף וועלכן ס’איז געווען אויפגעשריבן מיט קידוש-לבנה אותיות די ווערטער “ואם לא עכשיו, אימתי? (אויב נישט יעצט, איז ווען?!)”. אין די געשריבענע שורות פונעם פאמפלעט איז געשילדערט געווארן דער אויפשטייג פון קליינע פעלקער אין אייראפע, ווי אויך די פאגראמען וואס אידן האבן אויסצושטיין אין די גלות-לענדער. דער טאטע האט זיך איינגעקוקט אין די ווערטער מיט אן ערנסטער מינע, און דערנאך זיך שטיל אנגערופן: “קען זיין אז אויך אינעם וואכעדיגן לעבן ארום אונז זענען פאראן רמזים…”

שתדלנות און אקציעס פון אידן האט גערירט א סטרונע ביי דער פעלקער ליגע, אידן זענען באגריסט געווארן מיט פייערווערק ביי די ציוניסטישע קאנגרעסן, און די אייראפעאישע פעלקער זענען געווען דערשטוינט צו זען ווי אידן רייסן זיך צוריק צו געווינען דעם נאמען איד, מיטן זעלבן שטאלץ ווי די אבות אונזערע מיט טויזנטער יארן צוריק. די באלפור דעקלעראציע האט נישט געשפעטיגט צו קומען. אידן זענען ערלויבט געווארן זיך אומצוקערן אהיים און גרינדן א היימלאנד אויף דער אייגענער ערד אין פאלעסטינע. די אידישע מאמעס האבן זיך געווישט די טרערן, “הייסט דאס, מ’האט נאר געדארפט עפענען דאס מויל און בעטן!….”

אידישע קינדער וואס האבן ביז א טאג פריער זיך געבעטן ביי די דייטשן צו ווערן אנגענומען ווי אייגענע, האבן זיך דערוועקט פונעם שלאף. אנטוישטע פון דורכפאל און געמוטיגטע פון ווידער-געבורט האבן זיי געזוכט צוריק צו געווינען דעם אידישן “איך”. אין הימל האט די פמליא של מעלה זיך צעזונגען מיט “הבאנו שלום עליכם” צו די קינדער וואס קערן זיך צוריק (דוקא מיט דעם ניגון!)… מאדנע, גאר מאדנע, איז געווען צו באטראכטן דעם טומל וואס איז זיך אנטשטאנען אין אלע עולמות.

כביכול האט אויסגעזען ווי אויף א חופה פון א קינד. פונדערווייטנס האבן זיך געהערט קולות פון טרומפייטער און מארשן, נישט אנדערש נאר אידישע מארשן, מיט אידישע פוסטריט, פון אידישע סאלדאטן. איך בין דעמאלט ווידעראמאל געשטאנען ביי די ברעגעס פונעם שיינעם בלויען דאנאו-טייך און זיך פון אייראפע געזעגנט. איך וואלט זיך געשוואוירן אז איך האב אין יענעם מאמענט געזען דעם גענויען פונקט וואו הימל און ערד פאראייניגן זיך.

“וויאזוי קען דאס פאסירן?” האט דער שר של גערמאניע געפרעגט מיט צעמישטע אויגן, “ס’איז דאך פאראן א שבועה!…”

“וועלכע שבועה מיינסטו?” האט דער מלאך מיכאל געפרעגט.

“זאג דו…” האט דער דייטשער שר אויסגעזען צעטומלט, “די שבועה וואס בינדט גאט.”

“זיינע קינדער באפרייען אים פון די קייטן,” האט דער מלאך מיכאל געזאגט, נישט קענענדיג באהאלטן דעם שמייכל אויף די ליפן.

“ס’טייטש? איז דאס די גאולה?” האט דער דייטשער שר נישט פארשטאנען.

“נישט וויכטיג ווי מ’רופט דאס,” האט דער מלאך מיכאל געלאכט. דערנאך האט ער צוגעלייגט, “ס’איז נאכנישט דער קץ פון משיח – אויב דו האסט דאס געמיינט…”

אונטן אויף דער ערד האט אן ארקעסטער זיך צעשפילט אין א ציוניסטישן לידל. און אויבן אין הימל האט די פמליא של מעלה גענומען זינגען שירה. כביכול האט אראפגעקוקט צו זיין פאלק אויף דער גארער ערד און א בת-קול האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו: “ניצחתוני בני, ניצחתוני!… טייערע קינדער, איר האט מיך באזיגט…”

(סוף)


  • די מעשה איז אינספירירט געווארן פונעם ספר “צדקת הצדיק” פון רבי צדוק הכהן מלובלין זצ”ל, אות מ”ו.