Yiddish with an Aleph

די ליבעראַלן — פֿאַרבלאָנדזשעט אין די מרחקים פֿון פֿאַנטאַזיע

Liberals — Lost in a World of Fantasy

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

בטבע בין איך א ליבעראלער מענטש. איך פרואוו פארשטיין אנדערע מענטשן, קולטורן און מיינונגען, און בין ביי דער איבערצייגונג אז מיט ווייניג אויסנאמען, פארמאגט יעדער און אלעס א פלאץ אין דעם ריזיגן פענאמען וואס הייסט „עקזיסטענץ‟. יעדן דארף מען מכבד זיין און אין אייגענעם קאפ דארף זיין פלאץ כאטש פאר דער אנערקענונג אז יענער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג, אפגעזען ווי אנדערש ער איז פון מיינער.

ווען עס קומט אבער צו פאליטיק, איז אן אנדערע מעשה. דארט פרואוו איך אוועקשטיין פון ליבעראליזם אזוי ווייט ווי נאר מעגליך. איך בין נישט באקוועם אין דער סביבה פון ליבעראליזם, וועלכער האט אין זיין היינטצייטיגן גילגול זיך אפגעריסן פונעם מציאות און פארבלאנזשעט טיף אין די מרחקים פון פאנטאזיע. ערגעץ ווען אין די לעצטע יארן האט עס פאסירט אז דער ליבעראליזם האט זיך פארמאכט אין א קליין צימערל, פארהאקט די טיר און פארשלאסן די לאדנס, און געבליבן שמועסן מיט זיך אליין. דא און דארט עפענען די צימער-איינוואוינערס זיך א שפארע אין דער טיר. פון דעם געצוימטן פערספעקטיוו באטראכטן זיי וואס עס טוט זיך אינדרויסן, און איידער דאס אויג כאפט אויף עפעס וואס וועט סותר זיין זייער אויסקוק אויף דער וועלט, פארקלאפן זיי צוריק די טיר און קערן זיך אום צו זייערע נאאיווע שמועסן, וועגן זאכן וואס זענען אזוי נישט נוגע.

ס’איז נישט אז די טעמעס און סענטימענטן פונעם לינקען לאגער זענען נישט אמת אדער גוט. דוקא פארקערט: הלואי וואלט די מענטשהייט געווען רייף און די וועלט גרייט צו א תקופה פון ליבשאפט, קעגנזייטיגער איינזעעניש און אנערקענונג, גלייכהייט און פרייהייט, און אלע אנדערע שיינע ווערטן מיט וואס דער ליבעראליזם טראגט זיך ארום. די צרה איז נאר, אז יענע ווילן כאפן די גאולה פאר דער צייט. די וועלט איז ווייט פון פערפעקט און אן אומפערפעקטע וועלט פאדערט רעאליזם און פראגמאטיזם צו נעמען דעם אויבנאן איבער אידעאלאגיע און בלומען-שפראך. מען קען זיך נישט פארמאכן די אויגן און זינגען ליבע-לידער צו א מענטשהייט, וועלכע פארמאגט טיילן וואס מוזן בהחלט אויסגעהיילט אדער ארויסגעשניטן ווערן. פארפאלן: די שווערד קען נאכנישט צעגאסן און איבערגעשמידט ווערן אין אגריקולטורעלן געצייג, ווי ישעיהו הנביא האט עס וויזואליזירט. מיר מוזן זי, די שווערד, ארויסנעמען פון שיידל בכדי אפצושלאגן אטאקעס פון ווילדע בארבארן, וואס פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך און וועלן זיך נישט אפשטעלן ביז’ן טויט: יענעמס אדער דעם אייגנס.

ליבעראליזם פארמאגט הערליכע געדאנקען און נאבעלע צילן. זיין עיקר פראבלעם איז נאר דאס, אז ליבעראליזם רעדט וועגן א וועלט וואס עקזיסטירט דערווייל נישט. דערפאר קומט אויס אז די לינקע רעדן צומאל אזעלכע שטותים, אז אפילו גוטע געדאנקען קומען אויס קאמיש און קרום.

נעמט אלס ביישפיל דעם „ענווייראמענט‟, די נאטור און סביבה — אן ענין וואס איז מיר בפירוש נאענט צום הארצן. איך האב גרויס דרך ארץ פאר דער טבע, פאר דער סביבה, און פאר די כוחות וואס נערן אונזער וועלט, געבן אונז עסן, און שטעלן אונז אהער אזא פראכטפולע בריאה. כ’האב נישט ליב ווען מיר מענטשן טשעפען מיט דער נאטור, דיקטירן זי צו זיין אנדערש ווי זי איז, און כ’ווער קראנק פון די באמיסטיגונגען און פארפעסטונגען פון אונזער לופט, וואסער און ווירטשאפטן. כ’וויין פון די אויסגעראטענע וועלדער און פארשניטענע ביימער.

ביים ליבעראליזם האט אבער דער ענין מיט דער נאטור-סביבה, פונקט ווי מיט אלעם וואס פאלט צו אים אריין, זיך אריבערגעטראגן צו יענער זייט עקסטרעם. דארט וואלט מען איבערגעקערט א שטאט און פארשפארט מענטשן אין לאגערס, אבי א גרעזל ערגעץ וואו אין א העק זאל נישט געטשעפעט ווערן. זאלן מענטשן גע’הרג’עט ווערן, אבער קיין חיות זאלן נישט געשאסן ווערן.

אזא מאדנע קאפויער-מענטאליטעט הערשט אין די לינקע קרייזן — וועלכע פארשטייען אויך אז מען דארף אקצעפטירן יעדע גרופע מענטשן און יעדע סארט קולטור, אפילו ווען יענער איז מיר א טויט-פיינט וואס וויל באגראבן די נעמליכע ליבעראלע קולטור וואס קעמפט פאר זיינע רעכט מיך צו באגראבן…

ס’איז א שאד, וואס ס’איז די לינקע געלונגען צו פארכאפן אזויפיל שיינע ווערטן, וועלכע ווערן אין די הענט פון די פאנאטיש-משיחישע אידעאלאגן אינגאנצן צעקאלעטשט ביז’ן כמעט פארלירן יעדע פראקטישע משמעות.

אבער, שוין מיט אלע זייערע חסרונות, וועל איך ווייטער מקבל זיין די ליבעראלן ווי מענטשן מיט א מאדנעם קוק אויף דער וועלט און אומרעאליסטישע לעזונגען צו אמת’ע, קאנקרעטע פראבלעמען. אזוי לאנג ווי זיי וועלן נישט פרובירן מיך צווינגען צו טראכטן ווי זיי, זענען זיי בארעכטיגט צו זייערע מיינונגען און איך וועל רעספעקטירן זייער רעכט צו טראכטן אנדערש ווי איך.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.