Yiddish with an Aleph

איז בכלל אַ נפֿקא־מינה צי ס'איז טראָמפּ אָדער קלינטאָן?

Does It Make Any Difference Whether Trump or Clinton Wins?

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

מארגן קומט דער גרויסער טאג פון די וואלן און איך האב נאכנישט באשלאסן פאר וועמען צו שטימען.

מענטשן רעדן מיט וואונדער וויאזוי ס’איז מעגליך אז אזא עקסטרעם-רעכטער קאנדידאט ווי טראמפ זאל אנציען אזויפיל שטיצע, בשעת אנדערע שרייען אז אין נארמאלע צייטן וואלט אזא פאלשע כאראקטער ווי קלינטאן נישט געהאט קיין שום אויסזיכט צו געווינען. נאר ווער זאגט אונז אז ס’זענען נארמאלע צייטן? ווער זאגט אז דער מארגן גייט בכלל אינעם זעלבן שפאן ווי דער נעכטן? אפשר שאפט זיך גאר א נייער „נארמאל‟ פאר אונזערע אויגן?

מיליאנען אראבישע פליטים אין אייראפע איז אומגעווענליך. דער פראנצויזישער פארבאט קעגן בורקיניס איז נישט נארמאל. דער „ברעקזיט‟ איז מאדנע. אז די מערב-וועלט לענדער מוטשען זיך אזוי מיט א טעראר גרופע ווי „אייסיס‟, איז א ווילדער חידוש. די רעגירונג פון פוטין, זיינע מעשים אין אוקריינע, זענען משונה’דיג. ובכן, דאס אז אזעלכע קאנדידאטן ווי קלינטאן און טראמפ ציען אן אזוי הויך איז בכלל נישט „אויסערגעווענליך אנדערש‟ פון די ארומיגע געשעענישן אין דער וועלט. מענטשן זענען צעמישט, דערשראקן, און מ’פילט בכלליות אז עפעס ענדערט זיך.

שטייען מיר טאקע ביים שוועל פון א נייער וועלט-ארדענונג? ס’איז דא קלוגע מענטשן וואס שאצן אזוי אפ, און איך גלייב אז זיי זענען גערעכט. ס’קומט נישט די ענדע פון דער וועלט, איך ווייס אויך נישט צי ס’האלט ביים אונטערגאנג פון דער מערב-ציוויליזאציע, אבער ס’זעט אויס אז די ליבעראלע דעמאקראטיעס ווי מיר קענען זיי האלטן זיך ביים ענדערן. די אוניווערסאלע וויזיע וואס די וועלט האט אנגענומען נאך דעם שרעקליכן חורבן פון יהדות אייראפע; די וועלט ארדענונג וואס די אליאירטע האבן איינגעפירט נאכ’ן באזיגן נאצי-דייטשלאנד, האלט ביים קומען צו אן ענדע.

לאמיר זיין אויפריכטיג. ס’איז נאכנישט געווען קיין איין חכם אין דער וועלט וואס האט אויסגעטראפן פינקטליך וויאזוי א מענטשליכע ציוויליזאציע דארף לעבן, און דער בן־אדם האלט אין איין עקספערימענטירן מיט פארשידענע וועלט-ארדענונגען. ווען ס’גייט שווער זוכט מען עפעס ניי. עקאנאמישע שוועריגקייטן, וועלטליכע ענדערונגען, טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען, זיי אלע פירן דעם מענטש צו רעוואלוציעס. אמעריקע איז מאמענטאל צעריסן צווישן דער ליבעראלער פאסט-האלאקאסט וועלט-ארדענונג און א נייע אומבאקאנטע וועלט-ארדענונג. די שטיצער פון טראמפ זאגן נישט וואס זיי ווילן, אבער זיי ווילן נישט דעם יעצטיגן סיסטעם.

איך פארשטיי דעם פחד וואס מענטשן האבן פון די יעצטיגע וואלן, אבער דאס איז נישט מער ווי איין קייט אין די אלע שינויים וואס קומען פאר איבער דער וועלט. אפילו אויב קלינטאן וועט געווינען, און אפשר נאך מער אויב זי וועט געווינען, וועט דער טראמפ באוועגונג נישט גיין שלאפן. די רעכטע וועלן ווערן אלץ מער ראדיקאליזירט, אבער דאס זעלבע פאסירט אויך מיט די לינקע, ווייל זיי זענען סוף כל סוף אויך א פראדוקט פון דער משונה’דיגער צייט (פונקט ווי קאמוניזם און פאשיזם, צוויי סכנה’דיגע אידעאלאגיעס, זענען ביידע אויפגעקומען אין דער זעלבער צייט). און איך בין זיכער אז אויב טראמפ וועט געווינען, וועט דער לינקער לאגער ווערן מער ראדיקאליזירט.

אמעריקע איז צעריסן אין צווייען, ווען ביידע זייטן שארפן זיך איינע קעגן דער אנדערער. אידן דארפן דאס מערסטע מורא האבן פון דעם, ווייל ווי מיר ווייסן פון ערפארונג איז קיינמאל נישט גוט פאר אונז ווען די וועלט ווערט ראדיקאליזירט. קאמוניזם האט אונז געקאסט מיליאנען קרבנות, נישט קיין סך ווייניגער ווי נאציזם. די ליבעראלע אידן שרייען אז ס’איז דא אנטיסעמיטיזם צווישן טראמפ’ס מענטשן, בעת זיי פארזעען דעם אנטיסעמיטיזם צווישן די לינקע. איך האב פון ביידן אייניג מורא. ס’איז אפשר גרינג פאר ליבעראלע אידן אוועקצומאכן דעם ראדיקאליזם פון דער בויקאט-באוועגונג (BDS) ווי גלייך ס’האט נאר צוטון מיט דער „אקופאציע‟, אבער מ’דארף זיין בלינד נישט צו באמערקן דעם בולט’ן אנטיסעמיטיזם פון דער באוועגונג.

איך האב נישט אזוי מורא פונעם פרעזידענט אדער פרעזידענטין וואס וועט יעצט געווינען, נאר איך האב גיכער מורא פון די באוועגונגען וועלכע ווערן יעצט געשאפן פאר אונזערע אויגן. איך וועל נישט ארויסגיין שטימען וויבאלד איך ווייס נישט וואס ס’איז מער שעדליך, דער אנטיסעמיטיזם פונעם לינקען לאגער אדער פונעם רעכטן לאגער, און איך ווייס אויך נישט וועלכער געווינס ס’וועט העכערן וואס. צי וועט א געווינס פון קלינטאן אפשוואכן די רעכטע אדער פארקערט? וועט א געווינס פון טראמפ אפשוואכן די לינקע אדער פארקערט? וויבאלד מיין פחד איז נישט פון די קאנדידאטן גופא, נאר די תוצאות וואס וועלן ארויסקומען פון די עקסטרעמע באוועגונגען ארום, איז מיר בעסער נישט צו האבן א טייל אין דעם גאנצן ענין. איך בלייב אינדערהיים און איך גיי נישט ארויס שטימען.

פריער אדער שפעטער וועט די אוניווערסאלע וויזיע אונטערגיין. אמעריקע וועט מער נישט זיין דער וועלטס-פירער. פוטין און איראן וועלן האבן א טייל אין דער פירערשאפט פון דער מארגנדיגער וועלט, בשעת דער איינציגער וועג וויאזוי סכסוכים וועלן אויסגעגליכן ווערן וועט זיין מיטן כח פון דער שווערד. אידן וועלן מסתמא נישט קענען וואוינען אין קיין שום לאנד אויסער ארץ ישראל, אבער מדינת ישראל וועט, ווי עס קוקט אויס, האבן אן אליאנץ מיט סאודיע אראביע און נאך אנדערע אראבישע לענדער כדי זיך צו פארטיידיגן קעגן איראן. ס’קען זיין אז מיליטעריש און דיפלאמאטיש וועט מדינת ישראל שטיין נאך בעסער ווי היינט, אפשר וועט זי גאר אליין זיין א שטארקער כח אין אינטערנאציאנאלע אפערעס, אבער אפילו אזוי וועט די וועלט נישט זיין קיין רואיגע וועלט.

פארשטייט זיך, דעם עתיד איז נישט מעגליך פארויסצוזען, אבער אפילו פון דעם וואס פאסירט יעצט אין ארומיגע לענדער קענען מיר זען אז ס’איז נישט אין איינקלאנג מיט דער וועלט אין וועלכער מיר זענען אויפגעוואקסן. מענטשן וועלן צוריקקוקן אויף דער תקופה פון די לעצטע זיבעציג יאר מיט נאסטאלגיע, מ’וועט בענקען נאך דער צייט ווען די וועלט האט געגלייבט אז ס’איז מעגליך צו דערגרייכן א ברודערשאפט צווישן אלע פעלקער, אבער היסטאריקער וועלן אויך קענען אנווייזן וואו מיר האבן געגרייזט. זיי וועלן אונז אנווייזן וואו מיר האבן נישט ריכטיג געהאנדלט און וויאזוי מיר האבן געברענגט דעם חורבן אויף דער ליבעראלער וועלט-ארדענונג. צי טראמפ געווינט אדער קלינטאן וועט שוין נישט אויסמאכן קיין סך…