Yiddish with an Aleph

א מעשה'לע וועגן שלש שבועות (חלק א')

A Story of Three Oaths

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

דאס יאר איז געווען 1840, די צייט פון אייראפעאישער פרילינג און נאציאנאלער אויפוואכונג פון פעלקער. איך בין געשטאנען ביי די ברעגעס פונעם שיינעם בלויען דאָנאַו, אדער אויפ’ן „דאנובע‟ ווי אנדערע רופן עס, און איך האב דערזען א שפאלט אינעם בלוי-פארצויגענעם הימל איבער מיר. דורכ’ן שניט וואס האט זיך געשאפן האב איך געקענט אריינקוקן און זען ווי עס פליען ארויף און אראפ די שרים פון די שבעים אומות, נישט קענענדיג זיך אויסגלייכן איבער די צוקונפטיגע גרעניצן פון דער וועלט. אין יענער צייט איז דייטשלאנד, פוילן, גאליציע, אונגארן, און נאך אנדערע מדינות געווען אונטער דער עסטרייכישער אימפעריע.

דער עסטרייכישער שר אין הימל האט גע’טענה’ט אז כל זמן די וועלט איז פאראייניגט אונטער איין אימפעריע איז עס א טובה פאר אלעמען, ווייל דאס האלט אפ מלחמות צווישן פעלקער. קוים לאזט מען אז יעדעס פאלק און נאציאן זאל זיך מאכן שבת פאר זיך, וועט באלד אויסברעכן א בלוט-באד אויפ’ן כדור הארץ, ווייל יעדע גרופע וועט זיך וועלן אפרייסן פון זיין סביבה און אויפהייבן א פאן פון זעלבסטשענדיגקייט. נאר מילא אז עסטרייך טענה’ט איז נאכנישט אלעס, די ארומיגע פעלקער האבן מיט אים נישט מסכים געווען, און געפאדערט אז עסטרייך זאל מוחל זיין אפלאזן די לייצעס פון אייראפע.

ווינטן פון נאציאנאלער שטאלץ האבן דערווייל אנגעהויבן בלאזן איבער אייראפע. אין א ווינקל פון א גאס אין פאריז איז זיך געזעסן א יונג מיידל מיט אן אקארדיאן און געשפילט דאס פראנצויזישע לידל, „סא(ס) לע-סיעל דע פאריז‟. די מאסן-קולטור האט אריינגעשלעפט טויזנטער מענטשן אין די טעאטערס, ווערנדיג מיטגעריסן מיט דער אייראפעישער קונסט פון מוזיק און דראמא. אויפ’ן טאקט פונעם וואלס האבן זיך טענצלעך פארמירט אין די באלן, אייננעמענדיג דעם גאנצן קאנטינענט. דער שר של צרפת האט פריי געשוועבט איבערן לאנד און געשעפט נחת.

שווייצערישע מיידלעך מיט לאנגע בלאנדע צעפ, אנגעטון אין טראדיצאנעלע רויט-ווייסע אוניפארמען, האבן מיט שטאלץ געזונגען „עדלווייס, עדלווייס‟ אויף די הויכן פון די אלפנבערג, און פון די איטאליענישע און דייטשע אָפּערע-לידער האט זיך צעשפרייט א ראמאנטישע ספיריט וואס דערווארעמט די הערצער פון מענטשן. וואו א שמחה, וואו א טראגעדיע, האט זיך עס איינגעוועבט אין פאעטישע ווערטער און מוזיקאלישע קלאנגען, ווערנדיג נאך א שנור אין דער קייט פון נאציאנאלן שאפן.

„וואס וועט זיין מיט אידן? ווער וועט זיך אננעמען פאר מיינע קינדער?‟ האט כביכול געפרעגט אין הימל. דער עסטרייכישער שר האט באלד אונטערגעשפרונגען: „איך! איך וועל זיך פאר די אידישע קינדער אננעמען. אונטער אן אימפעריע קענען זיי נאך ווי עס איז איבערלעבן, אבער אונטער לענדער וואס זענען צעשפליטערט פון נאציאנאליזם, אין א וועלט וואו יעדעס פאלק קלערט נאר וועגן זיך, וועלן אידישע קינדער נישט קענען אויסהאלטן א טאג אן פאגראמען. אידישע קינדער נויטיגן זיך אינעם אימפעריאליזם וואס זאל זיי באשיצן.‟

„נארישקייטן!‟ האט זיך דער מלאך גבריאל אריינגעריסן אינמיטן דעם רעדן פונעם שר של עסטרייך. „אימפעריאליזם האט חרוב געמאכט ארץ ישראל. אימפעריאליזם האט פארטריבן די אידישע קינדער פון זייער לאנד, און אימפעריאליזם האלט זיי אין גלות. דער אימפעריאליזם באצווינגט זיי כסדר ‘צו ווייזן געטריישאפט’ פאר’ן קייזער ירום הודו, נישט עובר צו זיין חלילה אויף די דריי שבועות און דערמיט איינשטעלן דעם קיום פונעם אידישן פאלק וואס איז אין סכנה צוליב דער עגאָ פונעם קייזער וועלכער וויל זיי נישט ארויסלאזן פון דער האנט, אדער צוליב דער עגאָ פון אן אנדער קייזער וואס וויל זיי נישט אריינלאזן קיין ארץ ישראל. זאל מען נאר אפשאפן אימפעריאליזם, וועלן די פעלקער גופא אויסשפייען די אידן און פאדערן ביי זיי אהיימצוגיין און אויפבויען די חורבות פון ציון.‟

„ס’טייטש?‟ גיט א האק איבער דער שר פון אראביען, א מלאך אין א לאנגען ווייסן כאלאט מיט אן ארומגעגארטלטער שמאטע אויפ’ן קאפ. „אויב זאל זיך אפשאפן אימפעריאליזם, וועלן דאך די אראבישע איינוואוינער פון ארץ ישראל דערקלערן דאס לאנד פאר זיך מכח אן אייגענעם נאציאנאליזם. ובכן, מיט וואס א רעכט וועט דאס אידישע פאלק מעגן איגנארירן דעם אראבישן נאציאנאליזם?‟

„וואס רעדט איר?‟ קוקט אויף אים דער מלאך גבריאל בייזליך, „אן אראבישער נאציאנאליזם וואלט על פי חשבון איינגעשלאסן דעם גרעסטן מאס געאגראפישן שטח, מער ווי סיי וועלכער נאציאנאליזם אין דער וועלט. ס’וועט זיין דארט גענוג פלאץ פאר צוואנציג מלוכות ווייניגסטנס.‟ נאך א מינוט טראכטן האט דער מלאך גבריאל צוגעלייגט: „און אויב וועט זיך די ארץ-ישראל’דיגע אראבער פארגלוסטן צו שאפן דוקא אן אייגענעם נאציאנאליזם אויפ’ן שטח פון ארץ ישראל, אומאפהענגיג פונעם פּאן-אראבישן נאציאנאליזם, וועט זיי דער געקינצלטער שריט נאכנישט שענקען די זעלבע נאטירליכע רעכט אויף ארץ ישראל ווי פאר אידן.‟

דער שר של עסטרייך איז דערווייל געשטאנען אין דער זייט און זיך געביסן די ליפן. מיטאמאל האט ער זיך צעפלאמט און ווידער אריינגעשפרונגען אינעם שמועס. „גבריאל,‟ האט ער הויך געזאגט מיט א פונק פון ניצחון אין די אויגן, „מיט רעכט צי אן רעכט, וואס וועלן די אידן טון אויב ס’וועט זיך פארט שאפן אן אייגענער ארץ-ישראל’דיג-אראבישער נאציאנאליזם, דוקא אויף דעם שטח וואס איז דער צענטער פון דער אידישער נשמה? וויאזוי וועט זיך דעמאלט דאס אידישע פאלק קענען אויסלייזן פון די צרות, אויב זאל נישט זיין קיין אימפעריאליזם? איך זע נישט קיין אנדער לעזונג פאר’ן אידישן פאלק ווי דער המשך פונעם אימפעריאליזם! אידן וועלן אלע טובות קענען אויס’פועל’ן ביים קייזער, און כל זמן זיי וועלן דעם קייזער זיין געטריי וועט ער אויך זיין גוט צו זיי. קיין ארץ ישראל וועלן זיי טאקע נישט גיין, אבער גוט וועט זיי זיין.‟

„אין קטיגור נעשה סניגור!‟ האט דער מלאך גבריאל צוריקגעשריגן, „דער אימפעריאליזם איז פון אנהייב אן געווען דער מקור פון אלע צרות אין דער צייט פונעם בית המקדש, און האט צום סוף אויך דערפירט צום גלות פון כלל ישראל. דער אימפעריאליזם וויל נישט דערלאזן אז דאס אידישע פאלק זאל צוריק אויפהייבן דעם קאפ. אונטערן אימפעריאליזם וועט פאר’ן אידישן פאלק קיינמאל נישט אמת’דיג גוט זיין. ס’וועט זיין א געקינצלט מין לעבן, אזא אין וועלכן זיי זענען נישט איינגעווארצלט אין קיין שום ערד, אפגעריסן ווייט פון זייער אייגענעם שורש, בשעת דאס קול איז זיי שוין הייזעריג פון זינגען אזויפיל מה-יפית פאר יעדן פריץ און הערשער.”

(המשך אין קומענדיגן טייל אי”ה)