Yiddish with an Aleph

די שקיעה פון דער סאַטמערער שיטה

The Decline of the Satmar Vision

פֿון מנחם מענדל

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

סאטמאר האט פארמאגט א גרויסן רבי’ן. ס’איז א פאקט אויף וואס קיינער אויף ווי ווייט איך ווייס קריגט זיך נישט. דער סאטמארער רבי איז געווען א גאון, א גוטער, א חכם, אן עסקן און נאך. בגשמיות איז ער געווען א געשמאקער, כאריזמאטישער מענטש מיט וועמען מ’האט געקענט שמועסן איבער וועלטליכע זאכן. ער האט פארמאגט א גוטן הומאר-חוש און האט געקענט שפילן די ראלע פון א פיפיגן דיפלאמאט. ער איז דערצו געווען א געלונגענער ארגאניזאטאר, מיט געזונטע קאמוניקאציע-מעגליכקייטן. בקיצור: א צדיק און גאון וואס איז געשטאנען מיט איין פוס אין הימל און מיט’ן צווייטן אויף דער ערד.

דער רבי איז זיכער געווען איינער פון די גרעסטע גדולים אינעם פריערדיגן דור. ס’זענען געווען נאך גאונים, עובדים, בעלי חסד, עסקנים, ארגאניזירערס, און סתם אזוי געלונגענע מענטשן, וואס זענען אים אפשר איבערגעשטיגן מיט דער אדער יענער אייגנשאפט. אבער אזא השלמה, צו פארקערפערן אין זיך אזויפיל מעלות און מנהיגות-מעגליכקייטן, מיט דעם איז ער געווען א חידוש.

אזא חידוש איז ער געווען אז ער האט געקענט אויפשטעלן אזא קאמפליצירטע חסידות ווי סאטמאר, אבער פארט האלטן די קהילה מיט א געוויסער באלאנץ. פון איין זייט, א ראדיקאלע שיטה וואס האט דעם רבי’ן און זיין קהילה געשטעלט אויף דער אנדערער זייט מחיצה פון כמעט גאנץ כלל ישראל. פון דער צווייטער זייט, איז ער געווען א גרויסער בעל חסד און האט די זעלבע מידה געפאדערט ביי זיינע מענטשן. דאס זעלבע מיטן מידת הקנאות, וואס איז געווארן א שם נרדף צו סאטמאר. דער רבי איז געווען א שארפער קנאי און דאס קנאות וואס ער האט געפרעדיגט און געפאדערט איז פארוואנדלט געווארן אין דער סאטמארער אידענטיטעט. אבער אינאיינעם מיטן קנאות איז דער רבי געווען א גוטהארציגער מענטש, מיט וועמען מ’האט בדרך כלל ובאופן כללי זיך געקענט דורכשמועסן און דורכקומען.

חסד מיט קנאות שבגבורה איז זייער א שווערער שידוך, און עס פאדערן זיך גרויסע גייסטיגע כוחות צו פארנעמען ביידע. דער סאטמארער רבי האט פארמאגט ביידע, חסד און גבורה, און ער איז געווען געמאכט פונעם געפאדערטן מאטעריאל און האט אויך געהאט די נויטיגע כלים צו פארנעמען ביידע בבת אחת. קיין מיזוג ביז תפארת איז זיין קאמבינאציע נישט געווען, אבער ער האט פארט דערטראגן ביידע אייגנשאפטן און געווען גענוג אן אדם גדול אנצוהאלטן די זאך זי זאל נישט פארלירן די באלאנץ און ארויסגיין פון קאנטראל.

ווען דער סאטמארער רבי איז נפטר געווארן, האט ער נישט איבערגעלאזט קיינעם וואס זאל קענען איבערנעמען זיין פלאץ לגבי צוויי עיקר פרטים: 1) האלטן א באלאנץ צווישן חסד און ראדיקאלן קנאות, און 2) בארעכטיגן די סאטמארער איזולאציע פון דעם רעשט אידישער וועלט. „בארעכטיגן‟ - פאר זיך אליין. כלל ישראל פון זיין זייט האט געלעבט זייער באקוועם מיט סאטמאר ביים קצה המחנה, אבער סאטמאר אליין האט זיך אויך געפילט גוט מיט זיך אליין, אפילו מיט’ן זיין אפגעטיילט פון כמעט אלע אנדערע אידן, ווייל אין שפיץ פון דעם חסידות איז געשטאנען אן ענק רוח.

די תוצאות פון זיין אפוועזנהייט זענען טאקע נאכגעקומען. אינגאנצן עטליכע צענדליגער יאר שפעטער, און ס’איז שווער צו דערקענען אין די היינטיגע סאטמארער פראקציעס דאס פנים פון יענעם סאטמאר, וואס דער רבי האט אויפגעשטעלט. דאס שייכות צווישן סאטמאר היינט און סאטמאר דעמאלט באשטייט צום רוב פון אויבערפלעכליכע און סינטעטישע, מינדערוויכטיגע זאכן. די עיקרים זענען שוין לאנג אפגעבלאסט, אדער אינגאנצן פארלוירן. חסד מיינט היינט נישט קיין סך מער ווי ביי אנדערע: עושה חסד עם חברותיה. פון יענער גוטסקייט, פון העלפן א צווייטן, אפילו קעגנערישן קרייז אן קיין חשבונות, איז נישט געבליבן מער ווי א שוואכער זכר. פונעם קנאות איז בעסער נישט צו רעדן. אנשטאט א ציל, איז עס געווארן א מיטל; אנשטאט כאטש זיין א מיטל צו גוטע צילן, איז דאס קנאות היינט אן אמצאי פאר קליינליכע חשבונות און גראב-מענטשליכע אמביציעס. פון די אמאליגע פראטעסטן אפצושרייען אמת’ע אנטי-דת גזירות זענען אויסגעוואקסן הארדעס וואס לויפן קיין מאנהעטן שרייען „ימח שמו‟ אויף א גאון וצדיק בתורה ובמעשים, וואס ווידמעט דאס גאנצע הונדערט-יאריג לעבן זיינס פארן באשעפער און אנדערע אידן.

דער סאטמארער רבי איז גרייט געווען מקריב צו זיין זייער א סך פאר די זאכן וואס ער האט געזען אלס דעם רצון השם. די וואס רעדן היינט אין זיין נאמען נעמען דאס נעמליכע קנאות פאר וועלכן דער רבי איז גרייט געווען אוועקצוגעבן אזויפיל, און נוצן דאס פאר אזעלכע נישטיגע און נידעריגע פאליטישע געפעכטן, וואס האבן מיט מענטשליכקייט אזויפיל שייכות ווי זיי האבן מיט תורה און אפילו ויואל משה. סתם שלעכטקייט און פארדארבנקייט לשם צופיקסן יענעם צוליב’ן חטא פון נישט פאלן כורעים צו מיין פארטיי. און מ’שעמט זיך נישט דארט תוך כדי דיבור אראפצורייסן די „חרדישע פארטייען למיניהם וואס וועלן פארקויפן די תורה פאר א נזיד עדשים‟. ערנסט מיינט עס קיינער נישט, אבער די בושה פון פשוט זיך נישט צונאר לייגן לעיני כל חי, איז אויך נישטא.

פארלוירן די באלאנץ וואס דער סאטמארער רבי האט אזוי זארגפעליג אנגעהאלטן איז א שלעכטער משל קעגן דעם מציאות. דעם רבינ’ס גדלות האט געשטעקט טאקע אין זיין קנאות, ווייל ער איז געווען דורכגענומען מיט אהבת ישראל און אהבת ארץ ישראל. זיין קנאות איז געקומען פון ווייטאג אויף דעם וואס ער האט געזען ווי עוולות כלפי שמיא. די היינטיגע „קנאים‟ זענען אויסגעפאשעטע מגושמים, ביי וועמען ארץ ישראל געפינט זיך באגראבן טיף אונטן אויף דער ליסטע פון פריאריטעטן אין לעבן, א סך ווייטער אראפ פון מאלדינגס אין ליווינג רום, דער לעצטער מאדעל קאר, און קישקע ביים קידוש.

דער רבי האט געפיפן אויף דער וועלט. ער האט דוקא יא געשטרעבט פאר אחדות, אבער דער רצון השם איז ביי אים געקומען פריער. סאטמאר האט זיך געקענט ערלויבן אפצולאכן פון אלעם און אלעמען, נישט ווייל זיי זענען באמת געווען בעסער ווי אנדערע, נאר ווייל זיי האבן געהאט א גרויסן רבי’ן וועמענס גדלות האט געקלעקט צו דעקן אויף דעם ציניזם און קינדישע ליצנות פון זיינע חסידים. היינט קוקט מען אין סאטמאר ארויס מיט אנגעשטרענגטע אויגן אויף יעדן גוט ווארט וואס מען באקומט פון סיי וואו. מען קאנקורירט וועלכער מינדסטער רב לאדנט דעם רבי’ן צו זייערס א מסיבה, און מען באצאלט שיין געלט פאר פאזיטיווער דעקונג אין די “רעליגיעז ציוניסטישע ארגאנען”. זאל די שיטה גיין אין דער ערד אויב דער צד שכנגד וועט באקומען עפעס קרעדיט, און אויב אידישקייט וועט לכבוד דעם מיטגיין איז אויך מהיכי תיתי.

די קאנסעקווענצן פון דער פארפוילטער קולטור איז אז מען נעמט מען גארנישט און קיינעם צו ערנסט. די “שיטה”, וואס האט אין סאטמאר פארנומען דאס וויכטיגסטע פלאץ, איז געווארן א שטיקל קארפעט אין וועלכן מ’ווישט אפ מאראסטיגע שיך. וויפיל חשיבות קענען שוין אנדערע זאכן פארנעמען? ביי דער לעצטער סאטמארער מחלוקה זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך אויפגעטאן, אז אנדערש ווי רוב חסידישע קריגערייען נעמט מען אין סאטמאר עס נישט פערזענליך. יא, די צוויי צדדים רייסן זיך טאקע ביי די קעפ און בערד, אבער עולם צווישן זיך איז געבליבן אין גוטן. דער סוד ליגט אבער נישט אין נארמאלקייט און גוטע מידות - ביידע פון וועלכע זענען אין סאטמאר אומ’רחמנות’דיג אפוועזנד - נאר אין ציניזם, אין נישט נעמען גארנישט אויף דער וועלט צו ערנסט. אנדערש ווי אנדערשוואו, פרובירט קיינער אין סאטמאר זיך אפילו איינצורעדן אז די קריגערייען האבן דאס מינדסטע שייכות מיט תורה און אידישקייט.

פרעגט זיך אליין די קשיא: אויב זאל דער רבי יעצט אויפשטיין און א קוק געבן אויף זיין קהילה/קהילות: וואס וואלט ער געזאגט?…


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.