Yiddish with an Aleph

דער באדייטן פֿון אָלימפישע שפילן פאר די חרדישע אידן

The Meaning of the Olympic Games for Haredi Jews

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share

ס’האלטן ביים פארענדיגן זיך די אלימפישע שפילן אין בראזיל. צווישן די געווינער זענען געווען צוויי ישראלים וועלכע האבן אהיימגעברענגט בראנזענע מעדאלן, און א מחנה פון הונדערטער מענטשן האבן זיי אפגעווארט ביים אנקומען קיין ארץ ישראל. וואס זאגט מען אין בית מדרש וועגן דעם גאנצן איבערקערעניש? מ’זאגט גארנישט. מ’איז שטיל ווי גלייך ס’וואלט קיין זאך נישט פאסירט. די סיבה צו דער שטילקייט איז פארשטענדליך, וויבאלד פונעם בית-מדרש’דיגן פערספעקטיוו האט אויף אן אמת נישט פאסירט קיין שום אויסערגעווענליכע זאך. א פאר באנדיטן האבן זיך געשלאגן צווישן זיך. נו שוין…

די אידן אין מקווה וועלכע ווייסן יא עפעס צו זאגן וועגן דער גרויסער וועלט, בעת’ן קראצן זיך די בערד מיטן זייפל אין דער האנט (א בא’חנ’טע סצענע – איך זאג דאס נישט אויף חוזק), ווייסן אודאי צו דערציילן וועגן דער אלימפיאדע אבער זיי גלייבן אז ס’איז אין תוך גערעדט א חילול השם פאר אידן אנטיילצונעמען אין די גוי’שע שפילערייען. די באנדיטן גייען דארט אהין מיט די אלע שקצים, מ’שלאגט זיך אויס, מ’שטויסט זיך, און דער עולם פאטשט ווען עמיצער שטויסט אראפ דעם חבר זיינעם. נו, פאסט נישט פאר אידן… ס’איז נישט מער ווי דאס אז די ציוניסטן ווילן זיך פארגלייכן מיט די גויים, אבער אין בית מדרש האט דאס קיין מקום נישט.

נאר מיך וואונדערט פארוואס מיר זענען מבטל מיט א גלייכגילטיגקייט די תשוקות פון דער מענטשהייט. איך פארשטיי באמת ווייניג צו ספארטס, איך פארשטיי נישט זייער חשיבות, אבער איז דען נישט דא עפעס אינעם פאקט וואס ביליאנען מענטשן איבער דער וועלט פייערן א געשעעניש אז מיר זאלן דערפילן דערין א געוויסע מאמענט פון ברודערשאפט? איז נישט גענוג דאס קול פון קוויטשערייען פון טויזנטער מענטשן אינעם סטאדיום אז מיר זאלן מיטגעריסן ווערן מיט דער עקסטאזע, פשוט וויבאלד ס’איז מענטשליך?

איך פארשטיי נישט פארוואס ס’גייט אזוי אין לעבן פאר יעדן לאנד אז זיינע מענטשן זאלן געווינען א מאַטש קעגן מענטשן פונעם אנדערן לאנד. בסך הכל איז עס נאר א שפיל. אבער אין א וועלט וואס איז געפלאגט פון כסדר’דיגע מלחמות איז אן אלימפיאדע א שמעק פונעם לעתיד לבוא… ווען די וועלף און ציגן וועלן פאשען אינאיינעם. נישט אזוי? אט לייגט מען אוועק די שווערדן אויף א וואך צוויי און מ’פארט אוועק קיין בראזיל זיך שפילן. איז עס נישט אמאל א חלום?

לאמיר זיין אויפריכטיג, ס’איז נישט דער עצם ספארט וואס שטערט אונז, ווייל מיר האבן זיך אונזערע אייגענע נארישקייטן. איך ציטער צו זאגן אז וואס אונז שטערט איז דוקא די פרייד פון לעבן. ס’קען זיך קאכן א וועלט מיט די שפילן, אבער ס’בארירט אונז נישט. מיר קוקן נאר ארויס מיט צעעפנטע מיילער און לאכן הויך אויס אויף די נאראנים וואס מאכן אזא באלאגאן פון א שפיל. אפשר וואלט כדאי געווען מיר זאלן נעמען א מאפע און נאכקוקן וואו ס’געפינט זיך די שטאט וואו די שפילן קומען פאר, און לאמיר זיך נענטער באקענען מיטן ספיריט פון דער מענטשהייט פון וועלכער מיר זענען א טייל.

זייט נישט חושד אז איך מוז זיין “אמעריקאניזירט” כדי צו רעדן אזוי. איך קוק בלויז אויף דעם ריין-מענטשליכן אספעקט, אן קיין שום שייכות צום פלאץ וואו איך וואוין. איך בין א שטאלצער איד, אבער אין דער זעלבער צייט זענען מיר דאך מענטשן. איך האב ליב צו ברענגען אויף די ליפן נעמען פון שטעט און לענדער, און איך האב ליב צו הערן דעם אקצענט פון פעלקער ארום דער וועלט. איך האב קיינמאל אין פאריז נישט באזוכט, אבער עפעס דאכט זיך מיר ווי א שטיק נשמה פון דער מענטשהייט געפינט זיך דארט און ס’רופט אונז אפצושטאטן כאטש איינמאל א באזוך. איך וויל הערן און באקענען די הימנע פון יעדן פאלק אויף דער וועלט.

לאמיר קוקן אויף דער אלימפיאדע, און אויף ספארטס בכלל, מיט אט דעם בליק. לאמיר אנערקענען אז די ראמאנטישע הילע וואס נעמט ארום די אלימפיקס איז א מענטשליכער אויסדרוק פון סאלידאריטעט און פאראייניגונג. אינעם קוויטש פונעם געווינער דערקענט זיך דער דראנג פונעם מענטש צו וועלן ארויסהייבן זיין גרופע און זיין פאלק, ווייל דער קליינער “זיך” מוז פארמאגן א גרעסערן “קאלעקטיוו” אין וועלכן זיך אריינצופאסן. אין דער מינוט וואס דאס ארץ-ישראל’דיגע מיידל, ירדן, האט געוואונען דעם שפיל האט זי באלד געוויזן אויפ’ן פאָן וואס איז געווען אריינגענייט אין איר קלייד, וועלנדיג פארזיכערן אז דער כבוד פונעם אידישן פאלק ווערט אנערקענט. ווען די טעלעוויזיע האט איר געשטעלט פראגעס האט זי געווישט די טרערן און נישט געקענט קומען צום ווארט.

מ’דערציילט אז א אידישער רב האט אמאל געדארפט גיין שתדל’ען ביים קעניג פראנץ יאזעץ איבער א געוויסער גזירה, און דארט איז געווען עמיצער וואס האט געוואלט איבערזעצן די ווערטער פונעם רב צום קעניג. דער רב האט געהאט טרערן אין די אויגן בשעת’ן רעדן, און דער קעניג האט באלד פארשטאנען וועגן וואס ס’גייט די רייד. ער האט דעמאלט איבערגעהאקט דעם דאלמעטשער און געזאגט, “וויינען דארף נישט קיין איבערזעצונג. איך פארשטיי דאס אליין.” דאס זעלבע זאג איך יעצט. איך פארשטיי ווייניג וועגן ספארטס, אבער אז איך זע די עקסטאזע וואס נעמט ארום די ספארטס, דארף איך נישט מ’זאל מיר עפעס ערקלערן. די שפראך פון געפיל איז אינטערנאציאנאל.