Yiddish with an Aleph

הערן מוזיק אין די דרײַ וואָכן?

Can We Listen to Music in the Three Weeks?

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

מיר שטייען יעצט אין די „דריי וואכן‟ פון טרויער, אבער צו מיינע אויערן פארוואלגערט זיך אמאל א מוזיק קלאנג אין די סאמע דריי וואכן. נו גוט, מ’קען זיך מפלפל זיין צי ס’האט א מקור אין הלכה נישט צו הערן מוזיק, מ’קען אויסזוכן היתרים, אפשר איז דער איסור געזאגט געווארן נאר פאר’ן אמאליגן דור וואס איז נישט געווען אזוי געוואוינט צו הערן מוזיק, אדער אפשר באציט זיך דער איסור נאר צו לעבעדיגער מוזיק, ווי למשל ביי א חתונה און דאס גלייכן, אבער צו הערן מוזיק אויף א קאמפאקטל אדער אויף יו-טיוב, דאס איז נישט קיין געפערליכע זאך. דאך ווייסן מיר אז א גוטער איד דארף גיין לחומרא און נישט זוכן קיין קולות, איז פרעגט איר מיך טאקע „היתכן?‟…

איך קען אויף דעם געבן פארשידענע ענטפערס, אבער דער עיקר איז וואס איך בין גראד צעמישט איבער דעם כאראקטער פון די טעג. איך ווייס נישט וויאזוי איך זאל זיך צו זיי באציען. אידן האבן א טבע צו געדענקען זייערע אלטע צרות, און אזוי דארף טאקע זיין. מיר האבן א דיקן ספר פון קלאג-לידער וועלכן מיר זאגן יעדן תשעה-באב. אבער עפעס זענען מיר שטעקן געבליבן אינדערמיט און מיר ווייסן נישט וויאזוי צו פארהיינטיגן אונזערע לידער. אז איך קוק אריין אינעם קינות’ל דערזע איך קלאג-לידער איבער די קרייצציגלער, איבער דער שריפת התלמוד אין פאריז, אבער נישט איבער ת”ח ות”ט, נישט איבער איינעם פון די הונדערטער פאגראמען אין מזרח-אייראפע, און נישט איבער דעם לעצטן שרעקליכן קריג.

נו גוט, דער „חזון איש‟ האט געזאגט אז מיר האבן שוין היינט נישט די כוחות צו מתקן זיין תפילות אדער תעניתים, מיר קענען נישט באשטימען מער פאר’ן כלל ישראל וואס צו טון און וויאזוי צו טון, פארט זע איך אבער אז מיט די כוחות צי אן די כוחות האבן זיך אפאר מיליאנען אידן אריינגערוקט קיין ארץ ישראל, אזוי מיר נישט דיר נישט. איך שטיי און קוק, גלאץ אויס אפאר אויגן, און פרעג ביי גאט ווער ס’האט די מיליאנען אידן אריבערגעפעקלט קיין ארץ ישראל. קומט אן די דריי וואכן, בין איך שוין נישט זיכער צי ס’איז ווירקליך א טרויער טאג, אדער ס’איז נאר געבליבן אזוי וויבאלד די רבנים האבן נישט געהאט „די כוחות‟ צו טוישן דעם סטאטוס פון די טעג.

זע איך דאך אז איר קריצט אויס אפאר ציין אויף מיינע חוצפה’דיגע ווערטער. נאר זייט’זשע מיר מוחל, איך האב נישט געמיינט חלילה עפעס שלעכטס, נאר איך פרעג מיט דער פולסטער אויפריכטיגקייט: אין א דור ווען מיר זענען אזוי מאכטלאז, ווען מיר קענען נישט פארהיינטיגן די אידישקייט אפילו מיט א קוצו של יוד, וויאזוי קענען מיר זיין זיכער אז דער טרויער איז ווירקליך א טרויער אדער ס’איז נישט מער ווי א ווידערקול פון אן אור-אלטער צייט ווען רבנים האבן נאך יא געהאט כוחות? אויב איר זוכט כוחות, זאלט איר גיין צו יענע — זאל נישט אויסגערעדט זיין — צו די וואס האבן אויפגעבויט דאס לאנד. יענע האבן כוחות! און נאך ווי…

איך בין נישט צופרידן פון זיך. עפעס ווילט זיך א שטיקל מסירות נפש פאר’ן פאלק. איך ווייס נישט וואו איך קען דאס געפינען. איך וויל נישט קיין מאכטלאזיגקייט, איך האב עס פיינט. איך וויל זען ווי ס’קערן זיך בערג און טאלן, איך וויל זען ווי תפילות קומען אויף ווי שוועמלעך, איך וויל זען ווי מיר מאכן די הימלען דונערן און די ערד טרייסלען. דארט וואו איך טרעף די כוחות, אהין וועל איך גיין. איך וועל פארבינדן מיין גורל מיטן גורל פונעם פאלק, איך וויל מיך זען אין אור-אלטע טערמינען מיט יונג-פרישע כוחות, נאטירליך צעוואקסן אין מיין מענטשהייט און אין מיין פאלקשאפט, איך וועל לאזן מיין נשמה בליען און בליען… ווי ביי א קליין קינד ביי וועמען ס’פלאצט דאס הארץ פון גלוסטעניש און באגערן.

אז ס’קומען די דריי וואכן און איך זוך צו טרעפן ערגעץ א נחמה, דריי איך אן די מוזיק אויף ציוניסטישע לידער. איך הער זיך איין אין די הימנעס פונעם פלמ”ח און פונעם אצ”ל, און א הייליג פייער צעפלאמט אין מיינע ברוסטן. איך קוק אראפ אויף מיינע הענט און איך לאך פון זיי וואס זיי האבן נאכנישט געטון עפעס ממשות’דיג פאר’ן פאלק. איך קוק אריין אינעם שפיגל און ס’דאכט זיך מיר אויס ווי מיינע אויגן שפעטן פון מיר. איך בין א נישטיגער אינדיווידועל וואס האט קיינמאל נישט געטון עפעס גרויס, עפעס זאכליך, פאר דעם הייליגן קאלעקטיוו. מיינע מחשבות קענען קוים גיין ווייטער פון מיין גאס און מיין שול, אבער איך וויל דוקא ארויסוואנדערן צו מיין היימלאנד. עפעס רייסט און נאגט זיך אוועקצורייסן פון דער טעמפער „מאכטלאזיגקייט‟ צו דעם ים פון ענערגיע, אידעאליזם און מסירות נפש.

בשעת מיר זענען מתפלל אויף דער גאולה שלימה, בעט איך קודם כל אויף דער קליינער גאולה פון מיין אייגענעם „זיך‟. איך בעט אז דער קליינטשיגער פינטעלע „איך‟ זאל זיך ארויסרייסן פון אירע קייטן און זיך פאראייניגן און צעגיסן מיטן גרויסן העראאישן דורות’דיגן „אונז‟. איך וויל וועבן דעם המשך פון אונזער געשיכטע, אינאיינעם מיט די חלוצים פון ארץ ישראל, וועלכע וועלן אריינגיין אין די קאפיטלעך וואס וועלן ווייטער געשריבן ווערן אינעם תנ”ך. ס’וועט קומען דער טאג ווען מ’וועט מער נישט זאגן „געלויבט גאט וואס האט אונז ארויסגעצויגן פון מצרים‟, נאר מ’וועט שווערן אין נאמען פונעם „גאט וואס האט אונז ארויסגעצויגן פון גלות אייראפע און גלות אמעריקע‟. איך וויל זיין פון די וואס האבן געהאט א טייל אין שלעפן די שיף. איך וויל זיין א טייל פון דעם גרויסן בילד, און איך וויל נישט שטארבן איידער איך דערלעב עס.

איך פארבייס מיר די ליפן און איך פארמאך די פויסטן, ווי צו מעסטן וויפיל מיינע מוסקלען פארנעמען. איך בין גרייט צו ליידן פאר מיין פאלק, איך בין גרייט, נאר איך וויל די געלעגנהייט אויפצוטון עפעס דערפאר. ס’שטערט מיך נישט צו פאסטן אין שבעה עשר בתמוז און טרויערן אין די דריי וואכן, אויב דאס איז וואס ס’פעלט אויס, אבער איך וויל זיכער מאכן אז מיר פארפעלן נישט בטעות א פרישן גאלאפ פאראויס אין היסטאריע. איך בין בשום אופן נישט מסכים אז איך זאל ארויפקומען אויף יענער וועלט מיט ליידיגע הענט, און אז מ’וועט מיך פרעגן פארוואס איך בין געווען אזא בטלן וועל איך זאגן: „ווייל מיר האבן נישט געהאט די כוחות…‟ אט דאס וויל איך נישט!

אז מ’רעדט וועגן אונזער „דור שפל‟ ווערן אפגעשוואכט די ביינער, אבער אז איך הער רעדן וועגן „אתחלתא דגאולה” פיל איך מיטאמאל ווי די נשמה וואכט אויף. די שלייפן הייבן אן זעצן און א שטויס פון אדרענעלין פליסט אריין אין די אדערן. די אויגן קוקן ארויס שארף אויפ’ן האריזאנט און דערווארטן דעם מאמענט. ס’ווילט זיך אזש קושן די לופט. אין חדר פלעגט מיר דער רבי זאגן אז ער געדענקט נאך ווען די עלטערע אידן פלעגן טרויערן אויף ירושלים מיט זודיגע טרערן, אבער דער היינטיגער יונגער דור ווייסט שוין נישט וויאזוי צו קלאגן… די ירידת הדורות האט אפנים אריינגעדרונגען צום סאמע שורש פון דער קאלעקטיווער נשמה. וואס וואלט אבער מיין רבי געזאגט וועגן אזא געדאנק ווי ארויפשארן די ארבל און טאקע אויפבויען די חורבות גופא?

איך מיין אז רבי וואלט דערציטערט געווארן פון אזא געדאנק, ווייל „מיר האבן נישט די כוחות צו דעם‟. טרויערן קאסט נישט קיין כוח, ס’פאדערט נישט קיין נייעם בליק אויף געשיכטע און אודאי פאדערט עס נישט קיין מעשים, אבער צו ברעכן טירן און טויערן, צו נעמען א טרומפייטער אין דער האנט און מארשירן קיין ציון, אט דאס איז שוין עפעס ממשות’דיג. צו יעדער באוועגונג פון א ציוניסטישן טרומפייטער איז דא א מלאך וואס שטרעקט אויס א האנט און פאטשט צו צום טאקט, און כביכול אליין קוקט אראפ פון הימל מיט א שמייכל און קען זיך נישט גלייבן וואס כלל ישראל האט באוויזן. אין א מצב פון ירידת הדורות איז די שכינה אין גלות, אבער ווען מ’הערט אין הימל די מארשן פון גאולה וועלכע ברענגען די בשורה פונעם קץ, דערהויבט עס די שכינה צו א ספערע פון מלכות.

און דער מענטש, וועמען גאט האט באפוילן „אנצופילן די וועלט און אייננעמען די ערד‟, ווערט אליין פארקערפערט אין יעדן פראיעקט וואס ער דערגרייכט מיט זיינע צען פינגער. אין אט דעם מענטשליכן כח קומט די יצירה צו איר שלימות, אינעם אקעראייזן און די איבריגע קלאפ געצייג מיט וועלכע ער קומט אן אין פעלד, מיט אט דעם דריקט זיך אויס די גרויסקייט און פראכט פון יצירה. אט דער געזאנג פאר’ן מענטש דערקענט איר אין די פילע ארבעט-לידער פון די חלוצים, וועלכע רופן אויס מיט התפעלות: „שורו הביטו וראו, מה גדול היום הזה, אש יוקדת בחזה — עת המחרשה שוב פולחת השדה‟ (קוקט און זעט, ווי גרויס איז דער היינטיגער טאג. א פייער ברענט אינעם ברוסט — ווען דער אקעראייזן באארבעט ווידער דאס פעלד).

איך זוך די השראה ביי אונז אין בית מדרש, אינעם חדר אדער אין ישיבה, אבער דער נוסח איז אלץ דאס זעלבע, אז מיר פארמאגן נישט קיין כוחות. איך טאפ און דערטאפ זיך נישט אין ערגעץ. דאן דערמאן איך זיך אינעם ליד פון טשערניכאווסקי וועלכע דרוקט אויס טיפע אמונה אינעם מענטש אין די ווערטער „שחקי, כי באדם אאמין‟ (פריי זיך, ווייל איך גלייב אינעם מענטש), איך דערמאן זיך אין די פרייליכע האָראַ טאנצן וועלכע זענען געווידמעט געווארן פאר פעלד ארבעט, אויסצודריקן די פרייד פונעם מענטש ביים סוף פון זיין ארבעט, אויסלויבנדיג די שווייס פונעם מענטש און זיין דערווארטעטע מנוחה… אין די פסוקים טרעפן מיר עס דוקא אפט, אבער די ירידת הדורות לאזט אונז נישט אויסשטרעקן א האנט און דערלאנגען ביז צום פסוק.

ובכן אז ס’קומען די דריי וואכן, ווען די ירידת הדורות דערקענט זיך אפילו אינעם שוואכן קלאגן ביי די היינטיגע דורות, ערלויבט מיר כאטש צו האבן א הרהור פון א ספק ספיקא אז אפשר זענען דא געוויסע מאמענטן אינעם אידישן לעבן וואס האבן שוין דערגרייכט א גאולה, נאר מיר האבן דערווייל נישט געפונען דעם לייטער צו דערלאנגען ביז אהין. אפשר איז דא ערגעץ וואו דער כח פונעם איד און מענטש ברענגט ארויס א גאנץ נייעם אספעקט פון גאולה סיי פאר אונז ווי א פאלק, און סיי פאר גאט? אפשר איז דא ערגעץ וואו די נשמה קען ווערן אויסגעלייזט מיט א ניגון פון „הבה נגילה‟ דורך א ציוניסטישער ארקעסטער, זאל נישט אויסגערעדט זיין? אפשר איז צייט זיך ארויסצולאזן אין א שיר פון „הַלל‟ מיט א הארץ וואס פלאצט פון עקסטאזע? איך פרעג נאר… אפשר…