Yiddish with an Aleph

מכּות פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן

Hostility From Within and Without

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

מיר אידן האבן שוין געזען שווערע צייטן דורכאויס אונזער עקזיסטענץ. אייגנטליך, מיר האבן געהאט סך מער שווערע צייטן ווי גוטע. מיר האבן זיך ווי צוגעוואוינט צו פראבלעמען און מיר שמעקן כמעט נישט דעם גערוך פון אן אנקומענדער סכנה.

שווערע צייטן קומען געווענליך אין צוביסלעך, אין שטופעס. צוגעוואוינט פון אזויפיל יארן צרות, האבן מיר זיך אויסגעלערנט זיך צוצופאסן צו פראבלעמאטישע אומשטענדן. צו די פריערדיגע שטאפלען פון דער צרה האבן מיר זיך צוגעוואוינט און זיי געלאזט פארוואנדלט ווערן אין דער נארמע. ווען די אמת’ע געפאר ריקט זיך אן, איז עס שוין פאר אונז די לעצטע אנטוויקלונג אין א סעריע פון שלעכטע דערשיינונגען.

פאר די לעצטע בערך-זיבעציג יאר, זענען מיר געזעצן רואיג. א וועלט וואס האט פריער זיך רואיג צוגעקוקט ווי מיר ווערן געשאכטן, האט זיך פלוצים געפילט אומבאקוועם מיט די טייכן בלוט און קוימענס רויכערנדיג דעם אש פון מענטשליך פלייש. די שלאכטן האבן זיך געענדיגט, דאס פייער איז דערשטיקט געווארן, און די וועלט האט זיך געשעמט — איינער פונעם אנדערן. די פרייע וועלט האט געעפנט די טויערן פאר אידישע פליטים און זי האט אויך אומגעקערט ארץ ישראל צום אידישן פאלק.

אידן זענען געזעסן במנוחה. עס זעט אבער אויס אז די גוטע צייטן האבן זיך געענדיגט. די שנאה קעגן אידן איז גאר אן אלט געשפענסט און לאזט זיך נישט אזוי גרינג ארויסרייסן פונעם מענטשליכן מין. ס’איז געווען גאנץ פשוט אז די האס קעגן אונז וועט צוריק ארויסקומען; ס’איז נאר געווען א שאלה פון ווען און וויאזוי — ביידע פון וועלכע זענען שוין יעצט גאנץ קלאר. די שנאה קעגן אידן מערט און שטארקט זיך, און די סיבות זענען פארשידנארטיג און אפילו סתירה’דיג. מיר זענען קאפיטאליסטן און סאציאליסטן, אנארכיסטן און קאלאניסטן, פאראזיטישע שנארערס וואס האלטן אבער די לייצעס פון דעם אלוועלטליכן פינאנציעלן סיסטעם.

א כלל, מיר זענען ווידעראמאל שולדיג אין אלע וועלטס-פראבלעמען. לעבן מיר אבער אין א גלאבאליזירטער וועלט, וואו אלעס פון אלעמאל האט זיך צונויפגעגאסן אין איין גרויסן „שטיק‟; זענען מיר טאקע דער מקור פאר אלע קעגנגעזעצטע צרות, מיט כל’ערליי קעגנגעזעצטע סיבות.

אבער, נישט קיין סך אנדערש ווי אין די יארן ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה, גייען מיר אן מיט’ן לעבן ווי גלייך אלעס איז אין דער בעסטער ארדענונג. וואס זאל מען דען טאן? איך ווייס נישט. לאמיר כאטש זיין באוואוסטזיניג אז די אנקומענדע צרה זעט זיך שוין אויפ’ן האריזאנט און טראגט זיך שנעל אין אונזער ריכטונג.

די לופט שמעקט מיט פולווער. די וועלט איז צערייצט און פול מיט נעגאטיווע סענטימענטן, מיט אומצוטרוי, מיט כעס און פרוסטראציע. ס’איז אזוי קלאר ווי עס קען נאר זיין אז מיר זיצן אויף א פאס פון נישט פולווער נאר נוקלעארער ענערגיע וואס ווערט אויפ’ן ערשטן פונק אויפצורייסן מיט דער גאנצער צעשטערערישער קראפט אירס.

זאלן מיר, אידן, וואס זענען פארהאסט פון רעכטס און לינקס, פון מזרח און מערב, ווייס און שווארץ, זיך כאטש צוזאמנעמען. מיר אידן באשטייען פון אזויפיל עקסטרעמען און שאטירונגען, אז דער איינציגער טרעפפונקט איז די שנאה כלפי אונז. זאל דאס אונז כאטש טאקע צוזאמנעמען. אבער גאר ניין. מיר זענען צעשפליטערט אזוי ווי שוין לאנג נישט. נישט נאר אידן בכלל, נאר אפילו מיר, חרדישע, היימישע אידן, קריגן און רייסן זיך ביי די קעפ. קהילות און באוועגונגען, משפחות, און סתם מענטשן שפענדן געלט און כוח אונטערצוגראבן און אונטערצוברענגען דעם צווייטן.

וואס איז מיט אונז געשען? וואו איז אונזער שכל? מיר כאפן מכות פון אינעווייניג און אינדרויסן. ווי מענטשן און ווי א כלל זענען מיר און אונזער לעבנסשטייגער אונטער א סעריע פון אינטענסיווע אטאקעס פון אלע זייטן, אבער אנשטאט זיך צוזאמנעמען זענען מיר ממשיך מיט קליינקעפיגע, קינדערשטע חשבונות און קריגערייען. מיר קריגן זיך און אין ברען פון די אויסטערליש-וויכטיגע מחלוקת’ן ווערן גאנצע גרופעס פון אונזער יוגנט פארפאלן. אבער דער עיקר איז אז מיר לאזן זיך נישט און אז די מוסדות, וואס ברענגען כמעט גארנישט צום טיש, ווארפן זיך מיט קינדער, און טוען גאר קנאפ צו לינדערן די פארקריפלנדע שוועריגקייטן וואס אונזער לעבנסשטייגער האט אנגעברענגט.

די ערד ברענט, אבער מיר שפאנען זיכער ווי גלייך פייער איז ארויס פון עקזיסטענץ. אזוי שטארק ווי כ’וואלט בלייבן אפטימיסטיש גלייב איך אז גארנישט וועט זיך טוישן. פונקט ווי די יעצטיגע אנטוויקלונגען האבן אונז נישט ממשות’דיג באוויזן צו רירן, אזוי וועלן די נאכקומענדיגע אויך גארנישט בייטן.

אפנים, ס’איז אויף דער וועלט אראפגעקומען א גזירה פון זיך שטעכן און שטויסן, און דערביי בלייבן בלינד און טויב צו די קאנסעקווענצן.