Yiddish with an Aleph

דער אונטערשייד צווישן דורות

The Difference Between Generations

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

א’: קענען מיר פארשטיין אמאליגע דורות?

איינער פון די גרונד-פרינציפן אין אונזער חינוך, איז דער געדאנק אז מיר זענען ליכט יארן אוועק פון די אמאליגע דורות. נישט בלויז וואס זיי זענען געווען בעסער פון אונז, נאר מיר האבן אויך נישט קיין טראפן באגריף צו זייער מהות. אפילו ווען ס’גייט די רייד וועגן אזא קעניג ווי מנשה בן חזקיהו, אויף וועמען דער פסוק זאגט אז ער האט אריינגעשטעלט אן אשרה (א סטאטוע פון דער געטין „אשרה‟, אדער א בוים פאר אירעט וועגן) אינעם הויז וואו דער באשעפער האט געמאכט רוען זיין שכינה, און אז ער האט אנגעפילט ירושלים מיט מזבחות פאר אפגעטער, זאגט דאך די גמרא אז מיר קענען אים נישט משפט’ן לויט אונזערע השגות.

חז”ל זאגן אונז אז מנשה האט זיך געזען אין חלום מיט אביי און אים געזאגט אז „ווען אביי וואלט געלעבט אין יענע צייטן, וואלט ער אויפגעהויבן די פאלעס פון זיין מאנטל, כדי צו קענען שנעלער לויפן צו דער עבודה זרה…‟ אין דעם געדאנק ליגט א שטיקל אמונה, אבער ס’איז דא אין דעם אויך א לאגיק. דאס וואס ס’איז געשען צו לאנג צוריק, קענען מיר נישט באגרייפן מיט א היינטיגן בליק. איז עס דען נישט אזוי? נישט איינמאל הערן מיר פון עלטערע מענטשן דערציילן וועגן זייער יוגנט אזעלכע זאכן וואס הערן זיך מאדנע אין אונזערע אויערן, און זיי זאגן אונז מיט א פשטות, „ס’איז געווען אמאל אנדערע צייטן…‟

די צרה איז נאר אז דער געדאנק קען גיין אויף צוויי וועגן. אויב מיר פארשטייען נישט וואס ס’איז געווען אמאל, איז אונז אויך שווער צו נעמען א מוסר און זיך אפלערנען פון די גוטע זאכן וואס זענען דעמאלט געווען. אויב מיר זענען ליכט יארן אוועק פון דעם וואס ס’איז געווען אין די צייטן פון תנ”ך, אדער אפילו אין די צייטן פון חז”ל, דעמאלט וויאזוי קענען מיר זיך פאררופן אויף א דירעקטן המשך וואס ציט זיך פון אונזערע אבות ביז צו אונז? וואספארא שייכות האבן מיר צום עבר, ווען דער הווה איז אזוי ווייט אוועק פון דעם וואס איז געווען?

דער אונטערשייד צווישן דורות איז בערך ווי דער אונטערשייד צווישן קולטורן. יעדע תקופה איז א קולטור פאר זיך, וועלכע ס’איז שווער פאר א מענטש פון אן אנדער קולטור צו פארשטיין. צי איז אמאל געווען בעסער ווי היינט אדער ערגער? דאס ווענדט זיך שוין אין פערזענליכע מיינונגען (איז עס א „ירידת הדורות‟ — איז דער פֿריערדיקער דור בעסער פונעם הײנטיקן? אדער „אכשר דרא‟, איז דער הײנטיקער דור בעסער?). נאר בכל אופן איז פארשטענדליך אז ס’לאזט זיך נישט משפט’ן געשיכטעס פון טויזנטער יארן צוריק לויט היינטיגע סטאנדארטן. ס’זענען דא אזויפיל פרטים אין יעדן דור וואס ענדערן דעם געדאנקענגאנג פון מענטשן, ביז ס’ווערט אוממעגליך צו קענען ארויסהייבן דעם גאנג פון אן אלטער פארגעסענער צייט.

דער יסוד וואס פאראייניגט דורות, איז דער זעלבער יסוד וואס פאראייניגט קולטורן. דאס איז דער געדאנק אז הינטער אלע פארשידנקייטן, זענען מיר פארט די זעלבע. טראץ אלע דיפערענצן, טיילן מיר דאך א געמיינזאמען מענטשליכן יסוד וואס איז טיפער פון אלע דיפערענצן אינאיינעם. דערפאר ווען מ’רעדט וועגן פארגאנגענע דורות דארף מען זען אונטערצושטרייכן דוקא דאס וואס פאראייניגט אונז, און נישט דאס וואס דערווייטערט אונז. ביים לערנען תנ”ך דארף מען טאקע דערמאנען אז מיר קענען נישט משפט’ן אלעס וואס קומט דארט פאר, אבער אין דער זעלבער צייט מוזן מיר ארויסברענגען דאס געמיינזאמע צווישן אונז און יענע גרויסע פיגורן. מיר דארפן דוקא אויסזוכן אזעלכע מענטשליכע מאמענטן(!), נישט זיך דערשרעקן פון זיי, ווי גלייך דאס וואלט געווען א חילול הקודש, ווייל דער אמת איז פונקט פארקערט. אזעלכע נקודות מאכן דעם פסוק לעבעדיג און פאראייניגן אונז מיטן עבר.

די אפשאצונג פון היסטאריע, צי ס’איז גוט אדער שלעכט, דאס איז עפעס וואס מיר קענען נישט טון נאך אזויפיל דורות, אבער דער עצם יסוד פון די פאסירונגען פארבלייבט כאטש נאנט צו אונז אויף עפעס אן אופן (חוץ ווען מיר זענען מלאכים). מיר טארן נישט דעם איינעם קניפ צווישן אונז צעטרענען. פארוואס זאלן מיר אומזיסט ארויפשטעלן אומנויטיגע מחיצות וואס זאלן אונז צערייסן פון אמאליגע דורות, מיט אן אומפארהיילבארן ריס? אויב האבן מיר ליב אונזערע אבות, קענען מיר דאס נישט טון.

ב’: קענען אמאליגע דורות אונז פארשטיין?

פונקט ווי מיר קענען נישט פארשטיין דעם אמאל, איז א סברא אז דער אמאל וואלט נישט געקענט פארשטיין דעם היינט. ס’איז דאך פשוט אז ווען מיר וואלטן זיך געקענט דורכרעדן מיט פריערדיגע דורות, וואלטן מיר זיי גיכער געקענט פארשטיין ווי זיי וואלטן אונז געקענט פארשטיין. וויבאלד מיר לעבן סוף כל סוף מיט די טעקסטן פון אמאל, מיר שטאמען פונעם אמאל, און מיר האבן שוין געהערט עפעס וועגן דעם אמאל. אבער די וואס האבן דעמאלט געלעבט האבן קיין שום מגע ומשא נישט געהאט מיט אונזער דור. ובכן, ווען זיי וואלטן אראפגעקומען אהער אויף א טאג, וואלטן זיי מסתמא געפֿילט ווי זיי וואלטן געלאנדעט אין אן אנדער יקום.

דא איז די פראגע וויאזוי זאלן מיר אננעמען די מקורות וואס רעדן וועגן רשעים און אפיקורסים. קענען מיר אפעלירן די זעלבע פרינציפן כלפי רשעים און אפיקורסים אין אונזער צייט? וואס הייסט היינט א רשע? דארף מען ווייטער גיין לויט די סטאנדארטן פון אמאל? די הלכות פון דער תורה קען מען נישט טוישן, אבער ווען ס’האנדלט זיך פון טערמינען וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אמאל „אפצושאצן און משפט’ן‟ געוויסע פיגורן, איז א ספק צי די זעלבע טערמינען קענען נאך גענוצט ווערן היינט, לויט די סטאנדארטן פון אמאל. אין דער צייט פון מתן תורה האט זיך זיכער געמאסטן א רשע לויט אנדערע סטאנדארטן ווי אין דער צייט פון חז”ל, און אין דער צייט פון חז”ל האט זיך עס געמאסטן אנדערש ווי אין דער צייט פונעם שולחן ערוך.

מיט דעם פראבלעם האט זיך געמוטשעט דער חזון אי”ש, וועלכער האט דערפאר אפעלירט דעם טערמין „תינוק שנשבה‟ פאר היינטיגע פרייע אידן, פארשטייענדיג אז דאס ווארט „רשע‟ קלעפט זיך פשוט נישט פאר’ן היינטיגן פרייען איד, וועלכער איז א רעזולטאט פון דער צייט, כאטש ער היט נישט אפ די מצוות. הרב קוק האט פארמאגט נאך אן אייגענעם וועג וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דעם פראבלעם, מסתמא לויט דעם געדאנק וואס מיר געפינען אין ספר מלכים „ואתה הסיבות את לבם אחורנית‟ (דו, גאט, האסט אוועקגעקערט זייער הארץ), גלייבנדיג אז אפילו די פרייע אידן שפילן א וויכטיגע ראלע אין דער היינטיגער געשיכטע פון כלל ישראל.

ס’זענען דא אנדערע וואס כאפן ארויס די גרויסע ספרים פון דער שאפע און טייטלען מיט דער פינגער, צייגנדיג אז ס’איז נישטא קיין עצה קעגן א רשע און אן אפיקורוס, און מ’דארף זיי אפילו אין א גלאז וואסער דערטרונקען. איך וואלט אבער דערמאנט פאר יענע אידן וואס זאגן אזוי, אז כלפי אמאליגע דורות נעמען מיר יא אן א גאנץ אנדער צוגאנג. אויב איז דער אמאליגער דור אזוי אנדערש פונעם היינט, וויאזוי זאלן מיר קענען טראכטן אז די סטאנדארטן פון אורטיילן זאלן בלייבן דאס זעלבע? הרב קוק וואס האט געוואגט צו ניצן אזא פשוט’ן, תורה’דיגן פרינציפ, האבן אנדערע נישט געקענט מוחל זיין, דערפאר וואס ער האט געפינען א וועג פאר די פרייע אינעם דרך המלך פון כביכול אליין.

די וואס זאגן אז ווען חז”ל האבן גערעדט וועגן א רשע, האבן זיי געמיינט דעם היינטיגן רשע, דארפן אויך זאגן אז ווען חז”ל האבן גערעדט וועגן א טאפ האבן זיי גערעדט פונעם היינטיגן טאפ, און ווען זיי האבן גערעדט וועגן א רעגירונג האבן זיי גערעדט וועגן א דעמאקראטיע אויפ’ן מאדערנעם שטייגער, א.א.וו. צייטן בייטן זיך, און כאטש די הלכות בייטן זיך נישט, איז אבער קלאר אז די טערמינען וויאזוי מ’באצייכנט זאכן און מענטשן טוישן זיך זייער שטארק. ס’איז דערפאר אויך קיין ספק נישט אז די אופנים וויאזוי גויים ווערן באטראכט אין די מקורות איז נישט אלץ אין איינקלאנג מיט דעם היינטיגן מציאות.

מיין אויספיר איז דעריבער צוויידייטיג. פון איין זייט דארפן מיר זיך פארבינדן מיט די אמאליגע דורות. מיר טארן נישט ארויסלאזן די מענטשליכע מאמענטן, ווייל דעמאלט רייסן מיר זיך אפ פונעם רייכן עבר. מיר מעגן באפוצן דעם פשט מיט אביסל מדרש, אבער מיר טארן נישט פארגעסן אז „אין מקרא יוצא מדי פשוטו‟ — דער פשוטער, קענטיגער פשט פונעם פסוק בלייבט אלעמאל גילטיג, אפילו ווען דער מדרש איז מסביר דעם פסוק אנדערש.

אונזער בונד מיטן אמאליגן טעקסט, וועלכער איז א גרוס צו אונז פון אונזערע אבות, דארף זיין דירעקט און אינטים. דערנאך דארף מען געדענקען אז די סביבה ארום אונז, אין אונזער צייט, פאדערט א שעפערישקייט פון אונז, צו באשטימען וויאזוי די תורה וואלט זיך באצויגן צו איר, נעמענדיג אין באטראכט דעם צלם אלקים וואס שטעקט אין יעדן מענטש און אין יעדער צייט.