Yiddish with an Aleph

פֿרײַהייט צו זײַן אַ ייִד

Finding the Freedom to Feel Jewish

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

איך האב לעצטנס געדארפט אוועקפארן אויף אפאר טאג, און ס’איז מיר אויסגעקומען צו זיין דורכ’ן שבת אן באקאנטע. איך בין געווען אין א דירה אליין, האב איך געפראוועט די שבת סעודות מיט די פיר ווענט. איך בין געווען איבערראשט פון דעם עפעקט וואס די ערפארונג האט אויף מיר געהאט. איך האב מיטאמאל דערפילט א געוויסע פרייהייט פון דער סביבה, א געלעגנהייט צו פראווען און זינגען וויאזוי ס’גלוסט זיך מיר אין הארצן, און דוקא דערפאר האט מיך דער שבת מער דורכגענומען. איך האב דערפילט דעם טעם פון א דינאמישער, פערזענליכער רעליגיעזיטעט. ס’איז מיר שווער געווען זיך צו געזעגענען פון דעם.

קארל מארקס, אין זיין עסיי „איבער דער יודנפראגע‟, באהאנדלט דעם ענין פון רעליגיעזע רעגירונגען וואס פאדערן אז יעדער בירגער זאל אויספאלגן די רעליגיעזע שריפטן. מארקס זאגט אז די מענטשן וואס לעבן אין אזא מדינה זענען אייגנטליך נישט קיין רעליגיעזע מענטשן, וויבאלד דאס פראקטיצירן רעליגיע איז נישט א רעזולטאט פונעם מאראלישן נאגעניש אין הארצן, נאר ס’איז א ציווילע פליכט פונעם בירגער, פונקט ווי דער חוב פון צאלן שטייערן. קארל מארקס זאגט וועגן דעם אז דוקא אין אמעריקע, וואו ס’איז דא א רעליגיעזע פרייהייט, איז רעליגיע בכח צו בליען. איך האב שוין די עסיי געליינט מיט אפאר יאר צוריק, אבער יעצט האב איך עס געפילט אויף דער אייגענער הויט, נישט צום ערשטן מאל אין לעבן.

ס’איז גוט צו זיין ארומגענומען מיט אידן, אבער ס’איז נישט גוט צו ווערן נאכגעקוקט אויף יעדן טריט און שריט. איך וויל נישט איבערקייען די קריטיק וואס מ’הערט שוין היינט אזויפיל וואו מ’גייט, קעגן אלע פראבלעמען וואס עקזיסטירן אין אונזער היימישן טשאלנט. נישט וועגן דעם וויל איך רעדן, נאר פראסט און פשוט איבער דעם וואס דאס פרומע געפיל קען זיך מער צעבליען ווען מ’לאזט אים לעבן פריי. דער מענטש איז א רעליגיעזע באשעפעניש, אבער מ’דארף אים געבן א שטיקל פלאץ זיך אויסצודריקן. מ’קען נישט אריינצווינגען די נשמה אין א פארגעשריבענעם סדר היום פאר יעדן טריט אין לעבן, און אודאי טאר מען נישט פארלאנגען פון אים אונטערצושרייבן אז ער וועט זיך האלטן צו אלע פארשריפטן.

ביי דער צייט פון שלש סעודות האב איך איינגעדרימלט און איך בין געשלאפן ביז א שעה נאכ’ן זמן פון מוצאי שבת. איך האב מיך אויפגעכאפט פונעם טעלעפאן וואס האט זיך צעקלונגען. איך האב פרובירט זיך צו אריענטירן, איך האב אפגעזאגט “ברוך המבדיל” און אויפגעהויבן דעם טעלעפאן. דער מענטש אויף דער אנדערער זייט האט דערהערט אז ער האט מיך אויפגעוועקט, האט ער זיך אנטשולדיגט און גע’עצה’ט איך זאל גיין פריער מאכן הבדלה. איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן און אוועקשפאצירט אינעם עס-צימער וואו ס’זענען נאך געווען שיריים פון דער שבת’דיגער סעודה. די ספרים וואס איך האב געהאלטן אינמיטן ליינען זענען נאך געווען אפן, איך האב גענומען א פעדער אין דער האנט און אפגעשריבן נאטיצן.

נאכ’ן זיצן אפאר שעה ביים טיש מיט ספרים און, להבדיל, ביכער האב איך זיך דערמאנט וועגן הבדלה. עפעס האט מיר געזשומעט אין קאפ אז דער מענטש אויפ’ן טעלעפאן האט גערעדט עטליכע מאל וועגן מאכן הבדלה. וואס האט עס אים געברענט? קען מען נישט מאכן הבדלה שפעטער? די שיריים פונעם שבת זענען נאך געווען אויפ’ן טיש, דער טישטוך איז נאכנישט געביטן געווארן, און עפעס אין דער אטמאספער איז בעסער געווען אזוי. וואס פאסירט אז מ’מאכט נישט הבדלה? וועט דער שבת פארבלייבן? איידער איך בין צוריקגעגאנגען שלאפן האב איך זיך ווידער דערמאנט אין הבדלה, בין איך צוגעגאנגען צום פרידזשידער, ארויסגענומען די וויין און געמאכט הבדלה.

אין זיכרון איז מיר אויפגעשווימען די פיעסע פון י. ל. פרץ, „די גאלדענע קייט״, וואס דערציילט וועגן א רבי’ן וואס האט נישט געוואלט מאכן הבדלה כדי די וועלט זאל בלייבן שבת’דיג. איך האב זיך דערמאנט דאס ליד “„באבעניו זאג נאכנישט גאט פון אברהם״, און איך האב דערזען אז ביי אידן איז שטענדיג געווען אזא באהאלטענער כעס קעגן הבדלה. פארוואס זאל עס מוזן זיין דוקא אויף דער מינוט און אויף דער רגע? ס’איז פאראן א פאעטישער מאמענט אינעם שבת וואס ווערט נאר שענער ווען מ’איז באלעבאס איבער דעם, און אויף להכעיס רייסט מען אים נישט איבער ביים זמן. ס’זענען פאראן מאמענטן ווען דאס הארץ ווערט באזיגט פון א קרענקליכער ליבשאפט צו אידישקייט, אבער א מינימאלע פרייהייט פון רעליגיע איז א תנאי דערצו.

וואס מיר דארפן וויכטיג איז נישט נאך קול-קורא’ס און תקנות, נאר דוקא דאס סאמע עלעמענטארע רעכט – די פרייהייט צו זיין א איד. מיר דארפן אט יענע פרייהייט פונעם דארפסאיד וואס האט געוואוינט צווישן גויים פון אלע זייטן, א שטייגער ווי טביה דער מילכיקער, און קיינער האט אים נישט געצוואונגען צו זיין א איד. מיר דארפן דאס וואס אלע מענטשן דארפן, די פרייהייט צו פילן דעם אינערליכן געוויסן, די פרייהייט צו ווערן אינספירירט, די פרייהייט ליב צו האבן די וועלט, די פרייהייט צו האבן בעסערע און שוואכערע מינוטן אין לעבן, מער פרומע מאמענטן און ווייניגער פרומע, די פרייהייט צו פרעגן און טרעפן ענטפערס, די פרייהייט צו זינגען און שאפן, די פרייהייט צו פילן א טעם אינעם סדר היום, די פרייהייט צו פילן דעם פולס פון רעליגיע גופא.