Yiddish with an Aleph

מיין שטילער יום העצמאות

Privately Celebrating Israeli Independence Day

פֿון מנחם מענדל

  • Print
  • Share Share
Getty Images

יום העצמאות, דער טאג ווען מדינת ישראל פייערט איר אומאפהענגיגקייט, פלעגט ביי מיר אויפברענגען געמישטע געפילן. פון איין זייט, איז שווער זיך נישט וויסנדיג צו מאכן פונעם פאקט וואס ארץ ישראל איז צוריקגעקומען צו אידישע הענט. פון דער צווייטער זייט, ליגט מיר טיף אין באוואוסטזיין באגראבן דער חרדישער פערספעקטיוו וועגן די „ציונים‟ און די „מדינה‟ — די סעקולערע רעגירונג, די „ילדי תימן‟, די אנטי־דת גזירות פון די בראשית־יארן ווען מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן, און אזוי ווייטער מיט’ן גאנצן פעקל קריטיק און קללות אויף דער „מדינת שמד‟.

צווישן אונז גערעדט: ביידע זענען אמת. ארץ ישראל איז אומגעקערט געווארן צו אידן און אידן האבן זיך אומגעקערט צו ארץ ישראל. דאס איז א פאקט. מ’קען זאגן אז ס’איז „מעשה שטן‟, אבער סתם אוועקמאכן מיט דער האנט איז נישט שייך. „עפעס‟ — און טאקע א גרויסער עפעס — איז דא געשען.

ס’איז אבער אויך אמת, אז די ערשטע דורות פון ציונים, אריינגערעכנט די מיט וועלכע די מאדערנע ישראל איז געגרינדעט געווארן, זענען געווען לינקע, אנטי־רעליגיעזע מענטשן. דת און דתיים האבן די ערשטע פירערס פון ישראל געשטאכן אין די אויגן, און זיי האבן פרובירט שטערן און דערשטיקן רעליגיע וואו ס’איז נאר מעגליך געווען. מ’קען זאגן אז יענע זענען געווען פארנארט, פארדרייט; אז שיבת ציון קומט מיט יסורים, און אז יעדער מענטש וואס האט דעמאלט געוואוינט אין ישראל האט פארט געהאט פאר זיך די ברירה זיך קעגנצושטעלן דעם ווינט פון דער גאס און פארבלייבן פרום.

מען קען זיך בלייבן אזוי פשט’לען הין און צוריק ביז קומען וועט משיח. און דאס גענוי האב איך טאקע געטאן, ביי זיך אין קאפ, פאר א שיין־ביסל צייט: שיבת ציון אדער נסיון הדור? א מרידה קעגן ג־ט און זיין תורה אדער די ערשטע פאזע פון דער גאולה?

ווער ווייסט? צווישן די גדולים און גאונים זענען געווען מיינונגס־פארשידנהייטן, וואס זענען באשטאנען פון ביידע עקסטרעמען און נאך דעות ערגעץ־וואו אינדערמיט. דער אמת איז אז ביידע פערספעקטיוון, און באמת אלע מיינונגען, האבן אין זיך א געוויסן אמת. יעדער פון די גרויסע אידן וואס האט ארויסגעזאגט א מיינונג בשייכות דער גרינדונג פון ישראל, האט אנגעכאפט דעם פענאמען פון איין באשטימטן פערספעקטיוו. יא, טויזנטער אידן האבן אדאנק דעם ציונות אפגעלאזט אידישקייט. ס’איז אבער אויך אמת אז ארץ ישראל איז פאקטיש צוריק אין אידישע הענט.

ס’איז אמת אז גרויסע אידן, דערונטער דער סאטמארער רבי זצ״ל, וועלכער איז לויט אלע סטאנדארטן געווען א גדול בישראל, האט געהאלטן אז ארץ ישראל אין אידישע הענט איז נישט קיין נחמה נאר גאר א חורבן. ס’איז אבער אויך אמת אז אידישקייט אין דעם היינטיגן ארץ ישראל שפרודלט שענער ווי כמעט סיי ווען פריער אין דער היסטאריע. בעת אין די גלות־לענדער גייען אלץ מער אידן אלץ ווייטער אוועק פון זייער ירושה און מסורה, איז דער מצב אין הייליגן לאנד פונקט פארקערט: אלץ מער ווערן פרום און רוב פרייע גלייבן אין ג־ט און די אלגעמיינע באפעלקערונג האלט אין איין זיך דערנענטערן צו אידישקייט.

יום העצמאות איז פאר מיר אין די לעצטע עטליכע יאר געווען א טאג פון ספיקות און ראנגעלנישן. היי־יאר האב איך צום ערשטן מאל קלאר פארשטאנען אז איך ווייס נישט, פארשטיי נישט — קען נישט וויסן, קען נישט פארשטיין. איך קען נישט דעם אויבערשטנ’ס חשבונות און מיר איז נוגע נאר דאס וואס איז שייך פאר מיר און מיין לעבן. אויף זיכער ווייס איך נאר דאס, וואס מיינע אויגן זעען. און זיי זעען א אידישן ארץ ישראל וואס ווערט אלץ בעסער און שענער, און קומט וואס א יאר שפעטער נאענטער צו זיין אן אור לגויים און א אידישע, אידישליכע היימלאנד. די היינטיגע פירערס פון לאנד זענען כאטש גינסטיג געשטימט דת ומסורה און א סך פון די וואס האלטן שליסל־פאזיציעס אין דער פירערשאפט זענען שומרי תורה ומצוות.

כ’האב געמאכט א החלטה: הלל וועל איך נישט זאגן, נישט מיט און נישט אן קיין ברכה, אבער תחנון אויך נישט. כ’האב אויסגעקליבן צו דאווענען ערגעץ וואו מ’האט נישט געזאגט קיין תחנון צוליב א זייטיגער סיבה. נאכ’ן דאווענען, נאך אנגעטאן אין טלית און תפילין, האב איך זיך געוואנדן צום אויבערשטן אויף מאמע לשון און אים באדאנקט פאר’ן אונז געבן ארץ ישראל. כ’האב אויסגענוצט די געלעגנהייט אויך צו בעטן אז קיבוץ גליות זאל זיך אויסשפילן (צי ענדיגן אויסשפילן) גאר בקרוב, און אז אלע אידן זאלן אינאיינעם מיט דער השגחה זיך אינגיכן אינאיינעם פרייען מיט דער ענדגילטיגער גאולה.