Yiddish with an Aleph

„קודש וחול‟ אינעם אידישן לעבן

Holy vs. Secular in Jewish Life

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Getty Images

פארנדיג קיין ארץ ישראל האב איך מיר איינגעקויפט עטליכע מוזיק קאמפאקטלען פונעם מיטללענדישן ישראלישן סטיל, א שטייגער ווי די מוזיק פון אייל גולן, פאר טסי, שרית חדד, און נאך אזעלכע זיסע שטימעס.

זיצנדיג אין דער ווייטער אמעריקע, איז מיר ליב צו הערן די קלאנגען פונדערהיים. די אראבישע סלענגען אין שפראך, די דריידעלעך אין מוזיק, דער מזרח’דיגער ריטם, און אלץ ארום. איך פארמאך מיר די אויגן און רעד זיך איין אז איך בין אזש פארפלויגן אהין צו די בערג און טאלן פון אונזער אלטנייעם לאנד, און די לונגען ווערן מיר אנגעפולט מיט דער אייגענער היימליכער אטמאספער.

אין איינעם פון די לידער, צווישן די קאמפאקטלען וואס איך האב מיר איינגעקויפט, האב איך געהערט ווי א זינגער גארגלט זיך וועגן זיין בענקשאפט צו דער שטאט בוקארעסט, די הויפטשטאט פון רומעניע. אין אן אנדער ליד האב איך געהערט ווי א זינגער חלומ׳ט צו ווערן גרויס אין שפילן פוסבאל. מתחילה האבן זיך מיר פארקרומט די ליפן. וואס א טעם האט עס צו זינגען אין ארץ ישראל, אויף לשון הקודש, וועגן דער שיינקייט פון בוקארעסט דוקא? וואלט נישט גלייכער געווען פאר א איד צו זינגען אין בוקארעסט וועגן דער שיינקייט פון ירושלים? און מכח פוסבאל ווידער, וואס א טעם האט שוין צו זינגען אויפ׳ן לשון פונעם תנ״ך וועגן פוסבאל?

איך האב זיך אבער גיך געכאפט מיין טעות. א פאלק איז צוזאמגעשטעלט פון אלע מיני מענטשן, מיט אלע מינים אינטערעסן. אך און וויי ווען מיר זאלן זיך ווינטשן צו האבן נאר אידן פון איין שניט, אזעלכע וואס זענען פארקאכט בלויז אין אונזער פארגאנגענהייט, און זיי ווילן נישט הערן וועגן די פולע מאטעריעלע שיינקייטן פון דער גרויסער וועלט ווי זיי קענען עס היינט און יעצט. פוסבאל איז אן אינטעגראלער טייל פון דער וועלטליכער קולטור אויף יעדן פלאץ, און א געזונטע געזעלשאפט מעג אודאי אויך באזינגען שיינע שטעט פון דער גרויסער וועלט. ס’איז נישט קיין פונקציע פון א אידישער שוואכקייט, נאר פון א אידישער שטארקייט.

ווער פון אונז האט נישט הנאה צו לאנדן אמאל אויף א וואקאציע אין א לעגענדארישן אייראפעישן שטעטל, וואו די בערג בליקן אראפ פון די הויכן, צו די טייכן וואס שלענגלען זיך צופוסנס אין די טאלן, פארצווייגטע און פארצויגענע צווישן די בראשית׳דיגע פעלזן? ווי שיין איז צו שפאצירן אין א גרויסער שטאט וואס איז פארבויט מיט קולטורעלע דערגרייכונגען פון דער מענטשליכער ציוויליזאציע. ס׳איז א קלייניגקייט צו שפייען אויף „דער טומאה‟ פון מאנהעטן, אבער ס׳איז גאר עפעס אנדערש צו דערקענען וויפיל שיינקייט און רייכקייט ס׳איז אריינגעגאסן אין אזא ריזיגן פראיעקט. אויב דוד המלך האט געקענט זינגען „ברכי נפשי‟ צו דעם וואס דער מענטש גייט ארויס יעדן טאג צו דער ארבעט, זאל א איד נישט קענען זינגען שירה אויף גאנץ בוקארעסט?

וועט איר טענה׳ן אז דוד המלך האט געזונגען שירה צו גאט, אבער היינטיגע משוררים זינגען שירה צו אונזער אייגענעם עולם הזה. דאס איז אבער נישט קיין ריכטיגע טענה. ס’איז וויכטיג אינעם לעבן פון א פאלק צו פארמאגן צוויי ספערעס, קודש און חול, ווי מיר זאגן עס יעדע וואך ביי הבדלה נאך שבת: „המבדיל בין קודש לחול‟. אויב זאלן אלע לידער ביי אידן זיין נאר אזעלכע וואס דערמאנען דעם דאנק פונעם מענטש צו גאט, וועט עס אויסקומען אז ס׳וועט מער נישט פארבלייבן קיין ווינקל פאר׳ן מענטש וואס איז וואכעדיג. כאטש וואס גאט דארף אריינגעפירט ווערן אויך אין די ספערעס פונעם „חול‟, מוז אבער אויך פארבלייבן דער באגריף פון פשוט׳ע מענטשליכע לידער וואס זענען נישט דירעקט „קודש‟.

ס׳איז די ראלע פונעם פרומען איד צו דערקענען די סימביאזע פון קודש און חול אין דער וועלט, אבער דער חול מעג און דארף עקזיסטירן. כל זמן מיר וועלן זען פארשידענע גרופעס פון אידן, מער פרומע און ווייניגער פרומע, מער וועלטליך און ווייניגער וועלטליך, וועלן מיר וויסן אז דאס אידישע פאלק איז געזונט. דער מדרש זאגט אז פונקט ווי א בוים פארמאגט כלערליי טיילן, פון די בלעטלעך ביז די קארע ארום דעם האלץ, אזוי פארמאגט דאס אידישע פאלק א גאנצן ספעקטרום פון פארשידענע אידן. מיר דארפן האבן די וואס זיצן ביי די בענק אין ישיבה פון אינדערפרי ביז ביינאכט, אבער מיר דארפן אויך הערן דאס געשריי פון מענער און פרויען אויף די פארענטשעס פון די פוסבאל סטאדיומס.

דוקא אין דעם שטעקט א ווילדער חידוש פון שיבת ציון, אז אפילו דער „חול‟ קען האבן א אידישן סטעמפל, אן דעם וואס ס׳זאל פארקריכן צו אסימילאציע. ווען א בוקארעסטער איד פארליבט זיך אין בוקארעסט קען ער פארגעסן אין ירושלים און פארלירן זיין אפשטאם, אבער ווען א איד פארקערפערט שיבת ציון מיטן אייגענעם וועזן איז דער חשש כמעט ווי נישטא. אפילו אויב ער ווערט צו שטארק פארליבט אין דער וואכעדיגער ספערע, קען נאך געמאלט זיין אז זיין קינד זאל זיך צוריקוויגן צו דער ספערע פון „קודש‟. ס’איז א כסדר׳דיגער אויסטויש וואס ווערט געמאכט צווישן די צוויי ספערעס, ווי ס׳פירט זיך געווענליך ביי מענטשן.

כאטש ס׳איז מסתבר אז אין די געטאס פונעם מיטלעלטער איז אויך מעגליך געווען צו שאפן א תחום פון חול אינעם אידישן לעבן, און אזעלכעס האט טאקע עקזיסטירט אויף א באגרעניצטן אופן, איז עס אבער געווארן כמעט אוממעגליך אין דער מאדערנער צייט מחוץ די גרעניצן פון ארץ ישראל. דערפאר ווען מיר הערן א ליד אויף העברעאיש וואס שפיגלט אפ די פרייד פון לעבן, אזוי ווי ס׳שטייט און גייט, אנע שום פשעטלעך, איז עס א סיבה צו ווערן באגייסטערט. דער זינגער איז מסתמא נישט באוואוסטזיניג פון דער היסטארישער גרויסקייט וואס שטעקט אין זיין זינגען, אבער אלס צוהערער מעגן מיר אנערקענען דעם פרט.

פארשטייט זיך אז די נשמה פונעם אידישן פאלק פארבלייבט שטענדיג אינעם תחום פון הייליגקייט. דאס געוויכט פון אונזער קיום פארבלייבט שטענדיג אין דער אור־אלטער ספרים שאפע. אבער איז דען דא אן ארגאניזם אין דער וועלט וואס עקזיסטירט בלויז אויף א נשמה? דא מוזן מיר נאר געדענקען אז דער קערפער פונעם אידישן פאלק איז טייער פאר דעם אידישן גייסט, און דערפאר איז דער מציאות פונעם אידישן חול א סיבה צו פרייען זיך אויך אינעווייניג אין בית־מדרש, ביי די וואס האלטן אויף דאס פלעמל פון דער אידישער נשמה. דאס איז א דירעקטע פונקציע פון אידישן אויסדויער און אייביגקייט.