Yiddish with an Aleph

אַ לויב צו דער אידישער ווייכקייט

In Praise of Jewish Gentleness

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Getty Images

הערשל גלעזער האט אין אן אנומלטן ארטיקל פאר׳ן פארווערטס (אונטערן קעפל „לאמיר זיין יידן, נישט קיין אנגלא־סאקסן‟) געשריבן וועגן דעם וואס אונזערע אבות אין אייראפע האבן זיך נישט דערשראקן פאר געפילן, מ׳האט זיך נישט געשעמט צו לאזן א טרער ווען ס׳איז געקומען צו וויינען, בשעת די אידן אין אמעריקע זענען מער טעמפ, זיי ווערן פארוואנדלט אין קאלטע, פארשלאסענע אנגלא־סאקסן, וועלכע זענען חושד יעדן אויסדרוק פון סענטימענטן ווי גלייך ס׳וואלט בלויז געווען א שפיל צו וועלן ארויסברענגען טרערן ביי אנדערע.

הערשל איז גערעכט, אן קיין ספק. ביי אידן אין אייראפע האט מען נישט מורא געהאט פון ארויסווייזן געפילן. דאך איז וויכטיג צו באמערקן אז דער באגריף אז א מאן דארף זיך קענען שטארקן אויף געפילן טרעפט מען אייגנטליך אין אלע קולטורן. אפילו אין שלום עליכמ׳ס „טביה דער מילכיקער‟ זעען מיר ווי טביה פרובירט כאטש צוריקצוהאלטן די טרערן, זאגנדיג אז „ער וויינט קיינמאל נישט, וויבאלד ער איז נישט קיין אישה‟, נאר למעשה ווייזט אונז שלום עליכם ווי טביה צעוויינט זיך ווי א קינד מער ווי איין מאל.

מזרח־אייראפע איז מער סענטימענטאל ווי מערב־אייראפע אדער אמעריקע, אבער ס׳איז א סברא אז ביי אידן איז עס געגאנגען נאך ווייטער. איך האב מיין זיידן געזען אפט מאל וויינען, סיי ביים דאווענען אדער ביי אנדערע געלעגנהייטן אין לעבן. איך געדענק מיין ראש ישיבה אלס בחור, אן עלטערער איד וואס האט געקענט זיך לייכט איינברעכן און וויינען, טראץ זיין שטרענגער מינע און פחד וואס ער האט געווארפן אויף די בחורים. ס׳איז גענוג געווען אז עמיצער זאל אנהייבן זינגען א הארציג ליד און ער האט זיך פונאנדערגעוויינט. ס׳האט דוקא אויסגעזען ווי אן ערוואקסענע זאך צו וויינען מיט א טיפערער עמאציאנעליטעט.

נישט נאר א מענטש קען וויינען. חז״ל זאגן אונז אז גאט אליין וויינט. ער פארמאגט ערגעצוואו אן אינערליך שטיבל, דער נאמען פון יענעם שטיבל הייסט „מסתרים‟, אויף מאמע־לשון טייטשט דאס „באהעלטעניש‟, און כביכול גייט דארט אריין אהין ווען ער וויל פארגיסן טרערן אויף אידישע צרות. כאטש כביכול וויינט נישט אין דער עפנטליכקייט, פארבלייבט דאך דאס וויינען א געטליכע זאך. איך שטעל זיך פאר אז דער דאזיגער חז״ל האט אינספירירט דאס ליד פון איציק מאנגער, „מיט פארמאכטע אויגן‟, וואו ער זינגט אויס: „גאט כביכול איז גרויס, היינט פונקט ווי אמאל, נישט ווייל ער דונערט אין הימל, נאר ווייל ער כליפעט אין טאל…‟

מיר איז פונקט אויסגעקומען צו רעדן מיט אן עלטערן אמעריקאנער איד, וואס איז אויפגעוואקסן אין א טיפישער אמעריקאנער סביבה. ער האט מיר דערציילט ווי ער האט קינדווייז שוין געדארפט דערשטיקן זיינע געפילן. אויב ער איז למשל ארויס מיט אנדערע יונגלעך אויף אן אויספלוג וואו א געוויסע אקטיוויטעט האט אים אויסגעזען שרעקעדיג, האט ער זיך לחלוטין נישט געוואגט ארויסצוווייזן זיין שרעק, אפגערעדט שוין וועגן בלייבן הינטערשטעליג, ווייל דאס וואלט אים געקאסט דער אנזען צווישן חברים. כאטש וואס אין יעדער געזעלשאפט זענען פאראן קינדער „גיבורים‟ און קינדער „פחדנים‟, איז דאכט זיך ביי אידן נישטא דער זלזול קעגן „שוואכלינגען‟ ווי ס׳איז דא אין דער אלגעמיינער וועלט.

ביי אידן האט בכלל נישט עקזיסטירט די „מענער־קולטור‟ פון דער אלגעמיינער וועלט, וועלכע פאדערט א פיזישע געבוי, שטייפע מוסקלען און הארטער כאראקטער. פארקערט, אן אויסגעדארטער מענטש מיט א ווייכע נשמה האט ביי אידן אויסגענומען מער ווי דער געבויטער פויער און עם הארץ ביי וועמען ס׳הענגט פלייש פון די זייטן. אנשטאט צו קאנצענטרירן די „מאסקוליניטעט‟ אויף פיזישער און עמאציאנעלער גבורה, האט זי זיך קאנצענטרירט ביי אידן אין א גבורה פון דיסציפלין (איזהו גיבור הכובש את יצרו), אדער אין לערנען תורה (אין דער שפראך פון חז״ל הייסט דאס „די מלחמה פון דער תורה‟, זייענדיג א ווינקל וואו דער מאן קען אויסגעבן זיין קעמפערישן גייסט אנשטאט קעמפן אויפ׳ן פראנט). ווי חז״ל אליין זאגן, איז די תורה דוקא אזא „וואס שוואכט אפ דעם פיזישן כח פון א מענטש‟.

דורכאויס דעם גלות האט די אידישע ווייכקייט געהאלפן אידן איבערקומען די צרות, וויבאלד מ׳האט זיך נישט גענומען צום הארצן די דערנידערונגען וואס מ׳איז אויסגעשטאנען פון דער סביבה (לויט די וועלטליכע כללים אין „מענערישקייט‟ איז א מענטש מחוייב צו באשיצן זיין כבוד און ער טאר דערויף נישט נאכגעבן, אויב ער וויל בלייבן אנגעזען צווישן די חברים). ס׳קען אבער זיין אז די זעלבע כאראקטער האט אויך דערפירט אז מ׳זאל אראפקוקן אויף אידן, ווי מ׳קוקט אראפ געווענליך אויף „שוואכלינגען‟ אין דער אלגעמיינער וועלט. ס׳איז שטארק מעגליך אז די ראלע וואס אידן האבן געשפילט אין דער היסטאריע פון אייראפע איז געווען די ראלע פון א שוואכלינג אין א סביבה פון גיבורים וואס שעצן העלדישקייט.

***

ווי מיר ווייסן, האט אין דער תקופה פון נאציאנאליזם און קאמוניזם זיך צעוואקסן די „מענערישע גייסט‟. די נייע באוועגונגען האבן גע’טענה’ט אז די שעצונג פון קונסט און ליטעראטור וואס די רענעסאנס האט געברענגט קיין אייראפע טאר נישט ווערן אפגעטיילט פון א שעצונג צו א געבויטן פיזישן קערפער מיט מענערישער גבורה. אויב וועט מען זיך אנשטאפן מיט צופיל ווייבערישקייט, האבן זיי געגלייבט, וועט מען נישט קענען באשיצן די גרעניצן פון א שונא. די דייטשן האבן באשולדיגט אידן אין „פארוואנדלען די וועלט אין נקבות‟ מיט זייער „שקלאפן־עטיק‟ (די עטיק וואס פאדערט זיך צו רעכענען מיט שוואכע) וואס איז אייגנטליך דער יסוד פון דער ליבעראלער באוועגונג.

די סעקולערע ציוניסטן פון זייער זייט האבן געכאפט אז מ׳וועט נישט קענען מער איבערלעבן אין גלות אויב מ׳זאל נישט אביסל „מאסקוליזירן‟ דאס אידישע פאלק, סיי אינעם פיזישן און סיי אינעם עמאציאנעלן זין. אין א דאקומענטאר אויף העברעאיש מיטן נאמען „שלשה ימים בסג׳רה‟ (דריי טעג אין סעדזשערע) ווערט דערציילט וועגן א גרופע יונגע חלוצים וואס האבן פרובירט אויפצושטעלן א יישוב אין צפון, אבער זיי האבן צום סוף געמוזט איבערלאזן דעם יישוב צוליב רייבערייען מיט די אראבער. אינעם פילם זעט מען ווי איינער פון די חלוצים האט זיך גענומען דאס לעבן, נאכדעם וואס זיין אויפזעער האט אים געצוואונגען אויפצוגעבן זיינע מענטשליכע סענטימענטן און בענקשאפט צו משפחה.

יענע פילאזאפיע פון „הארטקייט‟ וואס איז געווען די גייסט פון דער צייט, האט נאכגעלאזט אין אייראפע נאך דער מלחמה, און אויך אין ארץ ישראל איז עס פארוואסערט געווארן מיט די ניי־געקומענע מיליאנען עולים נאך הקמת המדינה. די רעגירונג אליין איז אבער יא געפירט געווארן מיט א טיילווייז „פארהאטעוועטן‟ כאראקטער אין די ערשטע יארן פונעם לאנד, סיי מיט דער אויפפירונג קעגן ספרדישע אידן וואס זענען געקומען פון אראבישע מדינות און סיי קעגן פרומע אידן. דאס האט געברענגט צו אן אנטאגאניזם מצד פרומע און ספרדישע אידן צו דער סעקולערער אשכנזישער רעגירונג פון יענע יארן (א צייכן פון די וואונדן איז פארבליבן אויך שפעטער ביי יענע וואס ווילן נישט אנערקענען אז די רעאליטעט האט זיך געביטן פון דעמאלט).

היינט איז נישט קיין זעלטנהייט צו הערן קריטיק קעגן בן־גוריון אויך אין ציוניסטישע קרייזן. ער איז געווען זייער א קאנטראווערסיעלער מענטש, אבער ס׳קען זיין אז כדי אויפצושטעלן א לאנד האט מען געמוזט האבן יענע „גבורה‟. די אידישע ווייכקייט איז נישט בכח געווען צו ברענגען א טויש אינעם אידישן גורל, האט זיך אפשר געפאדערט אן אגרעסיווע פירערשאפט כדי צו קענען זיך אריינשטופן אין מיטל מזרח. דער נביא ירמיה זאגט אז לעתיד לבוא, ביי די גאולה פון אידישע קינדער, וועט די נקבה פארוואנדלט ווערן אין א מאן (ירמיה לא, כב, „נקבה תסובב גבר‟). דער מהר״י קרא און דער מצודת דוד פארטייטשן דעם פסוק אז דאס שוואכע אידישע פאלק וועט זיך אנטון א מענערישן מאנטל כדי צו קענען געווינען זיין ממשלה.

ס׳איז שווער צו טרעפן דעם ריכטיגן באלאנס צווישן ווייכקייט און גבורה. אבסאלוטע שטייפקייט איז טרייף און אבסאלוטע שוואכקייט איז שעדליך. דער תנ״ך דערמאנט אין א צייט ווען אידן האבן נאך פארמאגט ערגעצוואו א מוסקל, אבער די חדר יונגלעך אין אייראפע האבן וועגן דעם ווייניג געוואוסט. אין דער אידישער שפראך דערפילן מיר דעם טרער פון גאט אינעם הייל פון „מסתרים‟, בשעת די העברעאישע פסוקים פון תנ״ך דונערן אויס מיט א גבורה וואס ציטערט אויף די יסודות פונעם יקום. דער גאט וואס באווייזט זיך צו משה׳ן אינעם קוסט דארף אנגעבליך זיין דער גלות׳דיגער גאט, אבער דער תנ״ך האט באמת נישט געוואוסט וויאזוי ס׳קוקט אויס דער פולקאמער גלות׳דיגער גאט, דער גאט פונעם זוהר הקדוש, דער גאט פון קבלה, די שכינה הקדושה, וועלכע קלאגט נאך אידן ווי א מאמע וואס בענקט נאך אירע קינדער.

אמאל האט מען אין ארץ ישראל גע׳רודפ׳ט דאס יידיש, די חלוצים האבן מורא געהאט אז די יידישע שפראך וועט פאר׳סמ׳ען דעם פראיעקט פון גאולה צוליב איר גלות’דיגן כאראקטער. היינט אבער איז נישטא מער די שנאה צום אידישן קרעכץ, ווייל ס׳איז אליין א טייל פונעם ארץ ישראל׳דיגן עטאס. מ׳קען זאגן אז די דארטיגע געזעלשאפט איז לעת עתה א פראדוקט פונעם באלאנס צווישן די צוויי, דער העלדישער דונער פון גאט און זיין שטילער כליפען. ס׳איז אן אינטערעסאנטע געשיכטע וואס דאס אידישע פאלק איז אריבער, און ס׳איז קלאר אז די גאולה פון אידן איז אנגעהאנגען אין אט דעם באלאנס. צו קענען פארטיידיגן די גרעניצן פון א שונא, אן דעם וואס מ’זאל זיך פארהארטעווען קעגן מענטשליכע סענטימענטן, נישט צו פארגעסן פון רחמנות און גוטסקייט.