Yiddish with an Aleph

ברענגט אַרײַן געבירטיגס לידער

Bring On Gebirtig's Songs

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share

מיר הערן אפט רעדן וועגן דעם אז די חרדישע וועלט איז צו ענג איינצושליסן אין זיך די גאנצקייט פונעם אידישן לעבן. טייל רעדן זיך אפ אז אונזער אידישקייט איז נישט אמת׳דיג רעליגיעז, ס׳איז בלויז א צווינגעריש לעבן אן קיין אמת׳ע אינספירירונג. אנדערע רעדן זיך אפ אז אונזער חרדישע אידישקייט איז נישט גענוג פאלקיש, ווי ס׳איז געווען אינעם דור פון אונזערע זיידעס. די טענה גייט אז מיר האבן זיך אפגעריסן פונעם אידישן בוים, סיי פונעם אידישן גאט און סיי פונעם אידישן פאלק, און ס׳איז שוין הויך צייט תשובה צו טון.

ס׳קען זיין אז ס׳פאדערט זיך א טויש אינעם סדר היום ביי אונז. די וואס האבן טענות קעגן אונזער אזויגערופענער „סיסטעם‟ האבן אפשר רעכט, זאל זיין אזוי, אבער די צרה איז וואס מ׳רעדט אזויפיל וועגן דעם „גרויסן קאלעקטיוון סיסטעם‟ און מ׳פארגעסט צו טראכטן וועגן דעם קליינעם אינדיווידועלן „זיך‟. בעיקר מיין איך וואס מ׳פארגעסט וועגן דער אייגענער משפחה און די אייגענע שטוב. אויב מ׳וויל האבן א גאט אינדערהיים און מ׳וויל האבן א אידיש פאלק אין הארצן פון ווייב און קינדער, דארפן מיר עס אליין אויסגראבן מיט די אייגענע הענט.

וויפיל פון אונזערע יונגעלייט זארגן דערפאר אז די קינדער זאלן זיין אויסגעשטעלט זיך צו טרעפן מיט פארשידענע אידישע שטרעמונגען און זען מיט די אייגענע אויגן די אידישע פילפארביגקייט? מיר האבן מורא פון די שאלות וואס די קינדער וועלן אונז שטעלן אבער מיר דארפן זיין גרייט אויף דעם. מיר מוזן זיך אליין דורכזאפן מיט דער איבערצייגונג פון אידישער גאנצקייט, אז מיר זאלן קענען הייבן די פאן פון כלל ישראל און אוועקשטעלן א בעסערן יסוד פאר אונזערע קינדער, נישט אזא וואס איז געבויט אויף „שרעק‟ פונעם דרויסן, נאר אזא וואס איז אוועקגעשטעלט אויף א סטאבילער ערד.

וויפיל פון אונזערע טאטעס זינגען מיט די קינדער אידישע לידער, חוץ פון די טראדיציאנעלע זמירות אויף לשון הקודש וואס מ׳זינגט פרייטאג צונאכטס? וואס וועט שאטן אז מיר וועלן די קינדער דערציילן א קאפיטל געשיכטע פונעם פאריגן דור, דער דור פון אונזערע זיידעס, וואס האט געשפרודלט מיט פייערדיגע אידעאלאגיעס? אמת טאקע אז טייל פון די אידעאלאגיעס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פראבלעמאטיש, ווי למשל דער פרואוו צו פארוואנדלען די פילפארביגע און פארצווייגטע מענטשהייט אין איין קלאס, אבער דאס פארבלייבט פארט א טייל אין דער געשיכטע פון אידישע חלומות וועגן גאולה – סיי פאר זיך און סיי פאר דער מענטשהייט. מיר בלייבן אודאי נישט שטעקן ביים חלום, נאר מיר דערציילן וועגן דער רייכער ענערגיע וואס די אידישע נשמה פארשטעקט אין זיך.

מיר ווילן אז די קינדער זאלן וויסן פון „עפעס בעסערס‟ ווי דאס וואס מיר האבן באקומען אין חדר, אבער למעשה האבן מיר מורא זיי צו געבן וואס ס׳פעלט זיי. מיר וועלן זיי אפשר ארויסנעמען צו מער פארוויילונגס פלעצער ווי מיר האבן געהאט אלס קינד, מיר וועלן זיי ארויסנעמען אין מער רעסטאראנטן ווי מיר האבן פארכאפט צו באזוכן אלס קינד, אבער ס׳איז א טעות צו מיינען אז מיט מער גשמיות וועלן מיר קענען ערזעצן דעם לאָך פונעם דור. נישט גשמיות פעלט אונז, נאר רוחניות. מיר האבן פארלוירן דעם קאנטאקט מיטן אמאל, מיר האבן אויסגעליידיגט אונזערע נשמות פונעם פייערל וואס דער פריערדיגער דור האט פארמאגט, און אויב מיר זאלן עס איגנארירן וועט זיך אסימילאציע דארט איינגראבן מיט ציין און נעגל.

מיר מוזן צוריקגעווינען סיי דעם אידישן טרער און סיי דעם אידישן שטאלץ. מיר מוזן ארויפציען אויף זיך סיי דעם גלות׳דיגן קרעכץ און סיי דעם פארטיזאנישן כבוד. אין די לעצטע יארן האט זיך געשאפן א מנהג ביי ארטאדאקסישע אידן צו לייגן א שטריכל אינמיטן דעם ווארט „גאט‟ (ג־ט). איך מיין אז דאס איז א סימפטאם פונעם פחד וואס מיר האבן אלע געכאפט פון דער עצם ערשיינונג פון הייליגקייט. ס׳איז שרעקעדיג אז דער בלויזער טערמין וואס דעפינירט דעם באגריף פון א באשעפער, אנעם דערמאנען זיין פערזענליכן נאמען, ציטערן מיר אויך צו ברענגען אויף די ליפן. וואס א שטייגער וועט פון אונז ווערן אויב מיר וועלן אפילו מורא האבן צו טראכטן וועגן גאט?

גענוג געווען מיט דעם שטריכל. ס׳איז טאקע צייט תשובה צו טון, זיך אומקערן צו גאט און צום פאלק מיט א גאנצן הארץ, אבער דער אנהויב דארף זיין ביי אונז אין שטוב. לאמיר ארויסנעמען דאס ביכעלע פון אידישע לידער, לאמיר צוזאמנעמען די קינדער און זינגען צוזאמען מיט זיי, „גרויסער גאט מיר זינגען לידער, אונזער הילף ביסטו אליין….‟ לאמיר זינגען מיט זיי „זאג נישט קיינמאל אז דו גייסט דעם לעצטן וועג‟ און זאלן זיי זען אז אין אונזערע אויגן ברענט א פייער, זאלן זיי זען א התלהבות וואס דולדעט נישט קיין צינישקייט. ווען מיר ברענגען אויף די ליפן דעם נאמען פון ירושלים זאלן זיי באמערקן ווי די צעשויבערטע בערד פון אונזערע אור־אלטע נביאים אויף די מויערן פון ירושלים רייסן אונז ביים הארצן. זאלן זיי איבערנעמען פון אונז די אָ בענקשאפט צו די בערג, צו די וועגן און שטעגן, וועלכע פירן צווישן די שטעטלעך פון יהודה.

מיר מוזן הייבן דעם אידישן „שבת‟ וואס האט פארלוירן איר אמאליגן גלאנץ, דאס הייליגע פייער וואס האט געפלאטערט אין די נשמות פונעם פריערדיגן דור. אויב מיר וועלן עס לאזן פוסט, וועט דארט פארבלייבן פלאץ פאר דער אמעריקאנער קולטור צו צעפרעסן יעדעס ברעקל פונעם שטח הפקר. מיר דארפן רעדן מיט אונזערע קינדער וועגן יעדן פרט וואס האט דעם אידישן פאלק באטראפן. ביינאכט דארפן מיר זיי איינוויגן מיט לידער פון מרדכי געבירטיג און נעמי שמר, רבי יהודה הלוי און רבי ישראל נג׳ארה. אפילו אויב די קינדער פארשטייען נישט קיין לשון קודש, קען מען זיי ערקלערן דעם באדייט און די בלויזע הארציגע נאטן וועלן זיך זעצן דירעקט אויף די יונגע נשמות און אויסבריען נאך א אידישן סאלדאט פאר אונזער אייביגן פאלק.

קען זיין אז ס׳זענען דא די וואס שרעקן זיך אז די קינדער זאלן זיך נישט „פאררעדן‟ אין חדר איבער דעם וואס זיי הערן אינדערהיים ביי טאטע מאמע. איך האב צו דעם צוויי ענטפערס: איינס, אז דער היינטיגער חינוך סיסטעם האט ארויסגעלאזט דעם יסוד פון אידישן געפיל, נישט צוליב אן אידעאלאגישע אנערקענונג נאר פשוט צוליב אן אומוויסנקייט. ס׳איז גאר זעלטן אז א קינד זאל זיך פאררעדן פונקט פאר עמיצן וואס פארשטייט בכלל וועגן וואס ער רעדט… מיין צווייטער ענטפער איז, אז אזעלכע חששות בארעכטיגן נישט אז מיר זאלן אוועקנעמען דעם סאמע אוצר פון אונזער חינוך. היות אז דאס איז די נשמה פון אונזער פאלק האט גארנישט קיין זין עס צו באהאלטן פון די קינדער. זוכט אויס דאס ליד „אל הציפור‟ פון חיים נחמן ביאליק, וועלכע ער האט אפגעשריבן ביי די זיבעצן יאר אלט — פול מיט נאסטאלגישער פרומער בענקשאפט צו ציון, דערנאך פרעגט זיך אליין צי מ׳מעג באהאלטן אזא שטיק תפילה פון אונזער קינדער…

ס׳איז נישטא קיין בעסערער שוץ קעגן די ווינטן פון פאסט־מאדערניזם ווי א שטארקע אידענטיטעט. אויב ווילן מיר נישט פארלירן אונזערע קינדער צו דער ליידיגער גאסן־קולטור, צו מאראלישן רעלאטיוויזם און דערביטערטקייט (אדער גאר צו אן עקסטרעמען אומגעזונטן רעליגיעזן פאנאטיזם), דארפן מיר זיי פיטערן מיט דעם וואס אונזערע עלטערן האבן זיך געשפייזט — א פעסטע און ברייטע אידישע אידענטיטעט, אזא וואס איז סיי טיף איינגעווארצלט אין דער ערד און צעשפרייט זיך אויך איבער ווייטע שטרעקעס, ארייננעמענדיג וואס מער פונעם פילפארביגן אידישן בילד.