Yiddish with an Aleph

דער „וואטסעפ‟ באלעמער

Preaching Through Whatsapp

פֿון מנחם מענדל

  • Print
  • Share Share

ווער האט היינט א גרעסערער ציבור צוהערערס: דער בעל דרשן אויפן באלעמער, אדער וואטסעפ מעסעדזש?

די אינטערנעץ האט איבערגעדרייט די געזעלשאפט מיטן קאפ אראפ און די פיס ארויף. דאס איבערקערן איז נישט קיין אקט, נאר ליבערשט א פראצעס, וואס האלט זיך אינמיטן אויסשפילן אויפן זעלבן טעמפא און אינאיינעם מיט דעם אינטערנעט, וואס האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען.

אלע האבן מורא פון דער אינטערנעץ. הערשערס, דיקטאטארס, דעמאקראטישע רעגירונגען, כל׳ערליי קערפערשאפטן, רבנים און קהילה־פירערס פון פרומע און נישט־פרומע אידן. די אינטערנעץ איז א שטח הפקר, וואו, נאך אלע באווארענישן, איז הפקר א וועלט. זי איז פריי און אפן פאר אלעמען זיך זאגן און זיך אויסדריקן וואס און ווי מען וויל. דער געוועב איז אויך פול מיט ווינקלען געסלעך וואו עס שפילן זיך אויס אלערליי גנבות, שונד־טעטיגקייטן און נאך אזעלכע שטיקעס.

אויף אונזער היימישן געסל האט די אינטערנעץ אויך אריינגעברענגט פרייהייט אין א גרויסער מאס, אויף א פארנעם וואס מיר האבן מסתמא קיינמאל פריער נישט געוואוסט. אונזערע פירערס האבן זייער מורא — און מיטן פולסטן רעכט. די אפענע, צוטריטליכע אינפארמאציע און קאמוניקאציע גראבט אונטער זייער פאזיציע און פירערשאפט מעגליכקייטן און שטעלט זייער אויטאריטעט אין אן ערנסטער סכנה.

די אנגעגעבענע סיבה צו דעם פארצווייפלטן קאמף קעגן דער אינטערנעץ איז „שמוץ‟. דאס איז אבער שקר. ס׳איז אמת אז די אינטערנעץ שטעלט צו גרינגען צוטריט צו פארנאגראפיע, אבער נישט דאס שטערט זיי, ווי ס׳איז צו זען אז יענע זענען נישט צופרידן פון קאמפיוטערס און קלוגע טעלעפאנען וואס זענען באשוצט קעגן שונד. זיי שטערט דאס, אז די לייצעס פון קאנטראל אויפן ציבור, וואס איז אזוי לאנג געווען אזוי פעסט אין זייערע הענט, צעטרענען און צעפאלן זיך. דאס געפיל פון פארלירן אזא מאס מאכט מוז זיין א שרעקליכס…

פארלירן פארלירן זיי אין גרויסן. מיט „זיי‟ מיינט דער פסוק יעדער פירער, יעדע פארעם פון פירערשאפט. די גרעסטע השפעה האבן די מענטשן וואס פארקויפן עפעס וואס דער עולם ווילן הערן. ס׳איז אזוי מיט די בלאגס, יוטוב, און איבעראל אנדערשוואו. די עפנטליכקייט איז די וואס באשליסט ווער ס’האט די מערסטע לייענערס און צוהערערס. אזוי קומט עס; ס’איז פשוט נאטירליך אז די צו וועמען א שרייבער צי רעדנער וויל זיך ווענדן זאל זיין דער וואס איז מחליט צי ער וויל יא אדער נישט אויסהערן וואס יענער האט צו זאגן.

די גאנצע וועלט גייט דורך דעם זעלבן פראצעס — וואס טראגט זיך ווי אויף די שפיצן פון א ווילדער כוואליע, געטריבן מיט א מאמענטום פון נוקלעארער קראפט. אין דער אפענער געזעלשאפט פון דער סעקולערער וועלט שפילט דער פראצעס זיך אויס מער פאמעליך, ווייל דארט האט דער עסטאבלישמענט פריער אויך נישט באלעבאטעוועט אויפן עולם מיט אזא כוח ווי ביי אונז, דער פארמאכטער, שטרענג־קאנטראלירטער וועלט פון דער חרדישער געזעלשאפט. די זעלבע סיבה וואס האט געפירט די אינטערנעץ צו צעווארפן די הערשאפטן פון א צאל אראבישע לענדער, וואס זענען געווען אונטערגעווארפן דער פירערשאפט פון דעספאטן און דיקטאטארס, פירט אויך צו דער צעשוועמונג פון דער עקזיסטירנדער פירערשאפט מיט א גרעסערן טעמפא ווי אין דער וועלט בכלל.

ווער האט היינט א גרעסערער ציבור צוהערערס: דער בעל דרשן אויפן באלעמער, אדער דער „שלאגער‟, וואטסעפ מעסעדזש? וועמען הערט מען מער, און, וויכטיגער, ווער האט א גרעסערע השפעה אויף מענטשן? וועמען דיסקוסירט מען מער? אפילו ווען מען רעדט וועגן דעם רבינס דרשה, איז עס ווייטער אויפן אינטערנעט מער און אפטער ווי אין שול.

אפילו ערנסטע מענטשן, אידן וואס ווילן מוטיגן, מוסר׳ן, מחזק זיין, אנווייזן, מיטטיילן גוטע ווערטער אויף דער פרשה, ווענדן זיך אויך צו אימעיל, יוטוב, וואטסעפ און טעלעגראם. ס׳איז טאקע נאך דערווייל נישט אויפן גרויסן פארנעם, און די וואס טוען עס שוין זענען אזעלכע וועמענס גייסטיגע זע־קראפט גייט ווייטער ווי ממש דאס וואס שטייט פאר די אויגן; איז עס אבער זייער קלאר אז אין דער נאענטער צוקונפט וועט די אינטערנעץ, די גע׳אסר׳טע קלוגע טעלעפאנען ווערן די דע פאקטא פלאטפארמערס פאר יעדן וואס וועט נאר וועלן אז עמיצער זאל אים אויסהערן. דאס, די רבנישע מוסר-דרשות אויף וואטסעפ, וועט זיי זיין א שטיקל תיקון פארן משוגע מאכן א וועלט און פייניגן א ריזיגן ציבור פון גוטע, וואוילע אידן וואס ווילן גארנישט מער ווי זיך טרעפן א מקום אויף דער וועלט און אטעמען מיט וויפיל מנוחה אונזער אנגעשטרענגט לעבט לאזט נאך.

דאס וועט זיין א שטיקל תיקון פאר אונזער „פני‟. אונזערע פשוט׳ע אידן פון א גאנץ יאר וועלן האבן א תיקון דורכ׳ן אנהייבן אויסהערן זאכליכע דיבורים אנשטאט די ליידיגע רעדעס, פוסט פון תוכן און פול מיט אומזינען, וועלן מיר אויסהערן זאכליכע ווערטער וואס זענען נאך ערגעץ-וואו נוגע אונזער אידיש און מענטשליך לעבן.