Yiddish with an Aleph

וואָס איז אַזוינס אַ „חרדישער ייִד‟?

What Exactly is a Haredi Jew?

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

אין זיין לעצטן קאלום („טאטע און קינד שמועסן וועגן פרומע און פרײע אידן — און גויים‟) האט קאלעגע ב. חסיד ארויסגעברענגט אן אינטערעסאנטע נקודה איבער דעם אויסקוק וואס חרדישע אידן, בפרט קינדער, האבן אויפ’ן „גוי‟. איך וויל זיך אפשטעלן אויף אן אנדערן אספעקט.

אויב כ’האב אים גוט פארשטאנען, מיינט ב. חסיד אז די סיבה צו דעם נעגאטיוון ביי-טעם מיט וואס אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן כלפי די „גויים‟ נעמט זיך פון א ווילן זיי צו האלטן אינעווייניג און וואס ווייטער אפגעטיילט פון דער סעקולערער קולטור און געזעלשאפט. דאס קען זיין אמת און איז ווארשיינליך א פאקטאר. כ’מיין אבער אז עס האט א סך צוטאן מיט דער פוילקייט און אפאטיע פון דער חרדישער עסטאבלישמענט, וואס האט זיך קיינמאל נישט געהעריג צוזאמגענומען צו דעפינירן וואס אזוינס איז דאס א „חרדישער איד‟. דערפאר דארף מען זיך ווענדן צו נעגאטיוויטעט — דערקלערן יענע אלס שלעכט, און היות זיי זענען אזוי „אנדערש‟ ווי מיר, זענען מיר דאך במילא יא גוט.

אידישקייט איז קלאר. יעדער פארשטייט וואס זי שטעלט מיט זיך פאר, און ווער נישט האט וואוהין זיך ווענדן. חסידות פארמאגט אויך א גרונטליכע און גוט ארגאניזירטע פילאסאפיע, מיט וועלכער מ’קען זיך באקענען אין דער ריזיגער חסידישער ליטעראטור. חרדיזם, אין זיין יעצטיגן פארמאט, איז אבער א ניי באשעפעניש וואס לאזט זיך נישט דעפינירן מיט קיין סך מער ווי „אנדערש ווי דער גוי‟.

א מזל אז מיר וואוינען אין דער ליבעראלער, אפענער ניו יארק, וואו דער דורכשניטליכער גוי (און איד) איז פריי און ליבעראל. וואס וואלטן מיר געטאן אויב מיר זאלן וואוינען אין די פארשטעט פון די דרום שטאטן? דער גוי גייט דארט אויך אן קיין קאפל, אבער פרום און פאנאטיש איז ער פונקט ווי מיר. וואס וואלטן מיר דעמאלט געזאגט אונזערע קינדער: אז עסן עפל-שטרודל און טרינקען „וויסקי‟ קומען פון דער טומאה?

פארוואס זאל אונזער אידענטיטעט טאקע זיין באזירט אויף דעם אז יענער איז שלעכט? ס’איז נישט געזונט און אפילו נישט נאטירליך; ס’איז אויך פשוט נישט אמת, און אין אזא צייט ווי היינט, ווען די וועלט איז אפן און פריער צי שפעטער באקומט יעדער צוטריט צו א וועלט מיט אינפארמאציע, איז אזא מהלך בפירוש שעדליך. יעדעס אזא קינד וועט לבסוף זיך טרעפן לייענען אויפ’ן אינטערנעט, וואו עס וועט זיך דערוויסן אז די אלע פשט’לעך וועגן אידן און גויים זענען פלאכע, נארישע שקרים. אויב דער יסוד פאר זיין חרדישער אידענטיטעט איז א שלל מיט פאלשער אינפארמאציע, וועט דער גאנצער בנין אויף וועלכן זיין „אידישקייט‟ איז אוועקגעשטעלט זיך נעמען וואקלען. (וואס איז אגב שוין יעצט א וואקסנדער פענאמען אין אונזער געזעלשאפט.)

וואס וואלט אזוי שלעכט געווען מיט’ן פארשטיין זיך אליין, ווער מיר זענען, און דאס ווייטער איבערגעבן פאר די קינדער? וואס וואלט געווען אזוי עק וועלט, ווען די קינדער פארשטייען די פילאסאפיע פון חרדישע אידן, אן אריינברענגען די „שלעכטע גויים‟ אין בילד? מילא אלץ צוגאב, אונטערצושטיצן אונדזער אידענטיטעט מיט דעם אז מיר זענען בעסער, קען עס נאך מיטגיין. ס’איז נישט געזונט, אבער אויך נישט עק וועלט. אבער מאכן אים פאר א יסוד, דעם שליסל-שטריך וואס דעפינירט זיך, דאס איז שוין נישט סתם נישט אויסגעהאלטן נאר אויך שעדליך.

ס’איז נישט קיין צופאל אז אלע אונזערע מעשיות וואס מיר דערציילן, זיך און אונזערע קינדער, באשטייען פונעם פריץ, גלח, אדער פויער וואס האט געפייניגט, ארעסטירט, געהעצט און געמארדעט דעם איד. מיר זענען אנגעוויזן אויף דער קעגנזייטיגער שנאה פונעם גוי צום איד כדי צו פארזעצן די טראדיציע פון חרדיזם. היינטצייטיגע מעשה’לעך און געשיכטעלעך טויגן נישט, ווייל דער עלעמענט פונעם מסוכנ’דיגן גוי פעלט שוין פונעם בילד. (נוצן דעם אראבישן רוצח פון ארץ ישראל טויג אויך נישט, ווייל עס פירט צו אנדערע קשיות, בנוגע אונזער צוגאנג צו דער מאדערנער ישראל און אירע אינסטיטוציעס.)

וואס וואלט געווען אזוי עק וועלט אז אנשטאט פאבריצירן שקרים און דאן זיך אוועקשטעלן קעגן דעם ליגנס ווי א קאנטראסט צו פשוט זיך אליין בויען? אנשטאט פארשווענדן אזויפיל ענערגיע אויף צו טרעפן חילוקים און פראבלעמען ביי יענעם, לאמיר ליבערשט זיך באקענען מיט זיך אליין. מיר האבן דען ווירקליך נישט קיין אנדערן אופן ווי זיך צו באצייכענען אויסער אנווייזן ווי שווארץ און שמוציג דער צד שכגנד איז?