Yiddish with an Aleph

אַ גאַסט אויף שבת בײַ נישט־פֿרומע ישׂראלים

Spending Shabbos With Secular Israelis

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Gesher.org

איך בין געווען לעצטנס אויף א באזוך אין ארץ ישראל, און ערגעצוואו האב איך זיך באקענט מיט אן אמעריקאנער איד, א סטודענט, וואס האט זיך פארגעשטעלט מיטן נאמען מאטיו, ווי להבדיל יענער תלמיד פון יעזוס. מיר דאכט זיך אז ס׳זענען פאראן גענוג אידן מיט דעם נאמען, און צוריק גערעדט איז דאך דער קריסטליכער „מאטיו‟ פון צוויי טויזנט יאר צוריק אויך געווען א איד. בכל אופן, א זיסער יונגערמאן מיט וועמען איך האב אנגעקניפט א פריינדשאפט, און מיר האבן באשלאסן ארויסצוגיין אינאיינעם אויף א טרונק אין א ירושלימ׳ער רעסטאָראַן.

כאטש מאטיו איז אן אמעריקאנער, האט ער אבער משפחה אין ירושלים, און בעת איינעם פון אונזערע באגעגענישן האט ער מיך פארבעטן צו קומען מיט אים אויף א באזוך צו זיינע קוזינען. איך האב פונקט געהאלטן נאך א פארנומענעם טאג און ס׳האט מיר שוין געגלוסט צו כאפן א דרימל, אבער מאטיו האט נישט נאכגעלאזט. ער האט מיר דערציילט אז זיינע קוזינען זענען נישט קיין פרומע, אבער זיי האבן ליב אלע מינים אידן, און בכלל זענען זיי גוטע מענטשן וואס זענען אפן צו מיינונגען פון פארשידענע שטרעמונגען. מאטיו האט גע׳טענה׳ט אז זיי וועלן זיך פרייען צו א פרומען איד וואס איז גרייט צו שמועסן מיט זיי, און איך וועל זיך פרייען צו וועלטליכע אידן וואס זענען גרייט צו שמועסן מיט מיר. נישט אזוי זאגט דער פסוק? אחינו כל בית ישראל. דאס טייטשט, גאנץ כלל ישראל איז איינס.

איך האב צוגעשטימט צו גיין, און מאטיו האט מיך געפירט איבער וועגן און שטעגן ביז מיר האבן זיך געטראפן ערגעץ אויף דער גאס מיט זיינע באקאנטע. געווען זענען זיי צוויי מענטשן, איינער א בחור וואס האט זיך פארגעשטעלט אלס נטע, און דאס אנדערע א מיידל מיטן נאמען תות. נטע הייסט דאס איז דער קוזין פון מיין חבר, און תות איז יענעמ׳ס חבר׳טע. מיר האבן באשלאסן אריינצוגיין אין א דערנעבנדיגן רעסטאַראַן כדי זיך נאס צו מאכן די צונג, און אגב זיך באקענען איינער מיטן אנדערן. זיצנדיג אינעם רעסטאראן האב איך געהערט פון זיי אז זיי פירן אן מיט א פראיעקט וואס זאל פארשטארקן די אידישע אידענטיטעט צווישן יונגע ישראלים וועלכע האלטן ביים איינטרעטן אין מיליטער (מכינה קדם־צבאית), און אויסערדעם זענען זיי אויך פארגלייבט אין אויסשטרעקן א האנט פון פריינטשאפט צו אראבער. ביידע זאכן האבן מיך אינטערעסירט און איך האב געוואלט הערן מער פון זיי.

שמועסנדיג איבער דער ארטיגער פאליטיק האבן זיי אויסגעדרוקט זייער אומצופרידנהייט פון דער התנהגות פון דער איצטיגער רעגירונג, בפרט פון דער אנטי־וועלט רעטאריק פונעם פרעמיער נתניהו, און מיר האבן במשך א צייט דיסקוטירט פארשידענע פראגעס פון אידיש־גוי׳שע באציאונגען. שמועסנדיג האט נטע באשטעלט סושי, וועלכע איך האב פארזוכט איצט צום ערשטן מאל אין מיין לעבן און כ׳האב דערזען אז ס׳איז נישט אזוי שלעכט ווי כ׳האב געמיינט ס’וועט זיין. קען זיין אז כ׳בין געווען שטארק הונגעריג.

תות האט מיר דערציילט וועגן אן אינטערעסאנטער צוזאמקונפט אין ירושלים, געווידמעט אויף ליבשאפט און שלום, וואס וועט פארקומען אויף דער גאס צומארגנס ביינאכט, און זי האט געבעטן איך זאל אהינקומען. היות אז ס׳איז געווען נאנט צום האטעל וואו איך בין איינגעשטאנען, איז מיר אויסגעקומען זיך צו טרעפן דארט ווידער צומארגנס – מיט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע מענטשן. צווישן די פארזאמלטע ביי יענער צוזאמקונפט איז געווען א טשעכישער גוי מיט א לאנגער בארד, וואס האט זיך אוועקגעשטעלט רעדן צו די פארזאמלטע איבער דער גרויסקייט פון שמיטה, און ער האט דערציילט אז ער אליין האט א פעלד אין טשעכיי, און ער היט דארט אפ די מצוה פון שמיטה… (אבי איר זאגט אז גויים קענען נישט זיין אינטערעסאנט.)

ווען דער טשעך האט מיך דערזען איז ער צוגעקומען שמועסן מיט מיר, מסתמא צוליב דער ענליכקייט פון מיין בארד צו זיין בארד, און ער האט צו מיר גע׳דרשנ׳ט פארשידענע זאכן, וואס טייל דערפון זענען מיר געפאלן און טייל נישט דוקא. אזוי למשל האב איך ליב געהאט זיין שעצונג צו דער תורה אין אלגעמיין, אבער כ׳האב נישט ליב געהאט ווען ער האט מיר אנגעהויבן זאגן דרשות קעגן דעם וואס סעקולערע אידן פאלגן נישט די תרי״ג מצוות, וויבאלד איך גלייב אז גויים דארפן קיין מוסר נישט זאגן פאר אידן. ווען איך האב אים געבעטן זיך צו שטעלן צו א בילד מיט מיר, האט ער אפגעזאגט, וויבאלד ס׳שטייט אין פסוק „לא תעשה לך כל פסל וכל תמונה‟ (מ׳טאר נישט מאכן קיין סטאטוע און קיין בילד…).

ביי דער פארזאמלונג האט מען אויסגעטיילט אראבישע פייקלעך פאר׳ן עולם, און מ׳האט צוזאמען געזונגען פארשידענע לידער, ווי „עושה שלום במרומיו‟ און נאך אזעלכע קלאסישע ישראל׳ישע לידער. אין צענטער פונעם עולם זענען געזעסן אפאר מוזיקאנטן וואס האבן צוגעהאלפן דעם עולם זינגען, און דא דארט האבן זיך די פארזאמלטע ארויסגעלאזט אין א טאנץ. די אנפירערין פון דער פראגראם איז געווען א פרומע פרוי, א טאכטער פון דעם נאבעלן דענקער הרב פרומאן ז״ל (אט דאס איז ארץ-ישראל, מ׳קען טרעפן פרומע ווייבער וועלכע פירן אן מיט פראגראמען פון ליבשאפט, און גויים וועלכע היטן שמיטה), און זי האט מיר געוואלט איבערגעבן א פויק אין דער האנט, איך זאל מיט זיי מיטשפילן. כ׳האב אבער מורא געהאט אז עמיצער וועט מיך פאטאגראפירן און עס דערנאך ארויפשטעלן ערגעץ אויפ׳ן אינטערנעט, האב איך אפגעזאגט. אביסל שפעטער האט זי מיר צוגעברענגט א גלעזל מיט ווארעמע זופ, און דאס האב איך שוין נישט אפגעזאגט.

וויבאלד ס׳איז געווען אויף דער גאס האט עס צוגעשלעפט אידן פון אלע מינים, שאפנדיג אן אייגנארטיגע סצענע וואס קומט נאר אויס זעלטן צו טרעפן. אין חוץ לארץ וועט איר דאס אודאי נישט זען. איינער פון די מענטשן וואס איז דארט געווען האט מיך באגריסט גלייך ווען איך בין אנקומען אהין, דערמאנענדיג מיין פריוואטן נאמען. ווען כ׳האב אים געפרעגט פון וואו ער קען מיך האט ער זיך צעלאכט זאגנדיג, „שמך הולך לפניך‟ (דיין נאמען לויפט פאראויס פון דיר). אויף א רגע בין איך צעמישט געווען, ביז כ׳האב דערזען תות אינעם אנדערן עק און פארשטאנען אז זי האט אים שוין געהאט דערציילט וועגן אונזער נעכטיגן באגעגעניש.

//*/

א נאכט דערויף האט מיך מאטיו ווידער געלאדנט צו קומען זיך טרעפן מיט זיינע קוזינען. דאס איז שוין געווען אין א דאנערשטאג נאכט און זיינע קוזינען זענען ארויס אינעם שוק פון מחנה יהודה. כ׳האב נישט געוואוסט גענוי וואוהין מאטיו שלעפט מיך, און ווען כ׳בין אהין אנגעקומען האב איך דערזען אז כ׳וועל נישט קענען זיך אוועקזעצן דארט, צוליב דעם חשש אז ס’וועט מיר שאטן דאס אויג פון א פרומען איד וואס וועט מיך דערווישן צווישן די פרייע, און ער וועט אויסטראכטן ווער ווייסט וואס וועגן מיר.

כ׳האב דערפאר באשלאסן צוריקצוגיין צו מיין גאסטהויז, אבער מיינע ניי־געמאכטע פריינט האבן זיך פאר׳עקשנ׳ט אז זיי וועלן גיכער אויסווארטן ביז איך וועל טרעפן א בעסער ווינקל וואו מיר זאלן קענען פארברענגען. מאטיו האט מיר געהאלפן זוכן עפעס א ווינקל, אבער דארט וואו מיר האבן געזוכט זענען אויף להכעיס ארויסגעוואקסן פרומע אידן פון אונטער דער ערד. ווען מיר האבן געוואלט באטראכטן א געוויסן רעסטאראן און מיר האבן געקלערט אז מיר האבן שוין ענדליך געטראפן א פלאץ, איז מיטאמאל געקומען צו לויפן א פרומער ספרדי׳שער איד און מיך פארבעטן אריינצוקומען אין א הויז קעגנאיבער צו א מנין אין תיקון חצות… כ׳האב אים געמוזט אפזאגן אז איך יאג זיך זייער, און אזוי האבן מיר צוביסלעך אויפגעגעבן אונזער פלאן אויף היינט נאכט.

נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה זענען מיר צוריק צום פלאץ וואו נטע און תות זענען געזעסן, און מיר האבן זיי דערציילט אז ס׳איז נישטא קיין פאסיג ווינקל אין דער געגנט. היות כ׳האב שוין געהאלטן ביים צוריקפארן נאך שבת קיין ניו יארק, האב איך זיך געזעגנט מיט זיי. נאר איידער איך בין געגאנגען האט תות געוואלט וויסן וואו איך וועל זיך אויפהאלטן איבער שבת. „ביסט געלאדנט צו זיין מיט אונז‟, האט מיר תות געזאגט איידער איך בין געגאנגען. כ׳בין נישט געווען זיכער צי איך וועל אזוי טון, אבער ווען תות האט געזען מיין קווענקלען האט זי געזאגט, „כ׳האב א געפיל אז מיר וועלן זיך נאך זען איידער דו פארסט צוריק אהיים.‟ אין אנדערע ווערטער האט דאס געהייסן, „כ׳ווייס אז דו וועסט קומען צום סוף.‟

אזוי זענען זיי די ארץ־ישראל׳דיגע אידן. זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו פארבעטן געסט ערב שבת, און ס׳איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך באמערק דאס. די טיר איז שטענדיג אפן פאר אנדערע, זיי האבן נישט דעם שיגעון אז איידער א גאסט קומט זאל מען מוזן צורישן די דירה העט העט, קאכן, באקן און צוגרייטן פיתום מיט רעמסס, כדי צו באאיינדרוקן דעם גאסט (אדער אים אויסשטעכן די אויגן), דערפאר איז דארט פיל אנגענעמער צו קומען צו יענעם צו גאסט. תות האט מיר דערציילט אז זיי גרייטן זיך צו האבן נאך געסט אויף דער שבת׳דיגער סעודה, חברים פון דער נאנט און פון דער ווייט, אבער א גרויסער טייל דערפון מעלדט זיך איין ערשט פרייטאג. „מיר האבן קיינמאל נישט קיין פראבלעם,‟ האט תות געזאגט, „ס׳איז אלעמאל דא גענוג עסן פאר יעדן.‟

אינדערפרי האב איך מחליט געווען אנצונעמען די איינלאדונג, איך האב זיך אויסגעשריבן פון האטעל און אריבערשפאצירט צו זייער דירה׳לע אין דער געגנט פון מאמילא, וואס איז סמוך ונראה צו דעם מויער פון ירושלים. אנקומענדיג אהין האב איך געטראפן זייער א בא׳חנ׳ט פלאץ. די שטיינערנע ווענט ארום, מיט איין דירה איבער דער אנדערער, וועלכע פירן אלע צו א שותפות׳דיגן חצר וואס איז שוין מסתמא הונדערט יאר אלט, האבן מיך דערמאנט די בילדער פון דער גמרא. אין דער דירה האבן געהאנגען פארשידענע קונסט־ווערק וואס תות האט אויסגעמאלן, און א גיטאר איז געלעגן אין דער זייט פון דער סאפע. (נאך שבת האט נטע געשפילט אויפן גיטאר לידער פון שלמה קארלבאך, בשעת מיר זענען געזעסן אויף דער ערד און געזונגען.)

געקומען איז פרייטאג צונאכטס, נטע איז דעמאלט נישט געווען אינדערהיים, און תות האט מיך ארויסבאגלייט צו ווייזן דעם וועג צו דער נאנטער ספרד׳ישער שול. ס׳איז מסתמא נישט אזא געווענליכע ערשיינונג אין ירושלים צו זען א נישט־פרומען מיידל שפאצירן מיט א חסידישן איד אין א שטריימל צום בית־מדרש, נאר אינמיטן וועג האבן מיר אנגעטראפן א פרומען איד וואס איז גרייט געווען מיר צו ווייזן דעם וועג ווייטער. יענער האט מיך געפרעגט צי דאס מיידל איז מיין קרובה. אנדערש, האט ער אליין פארשטאנען, איז דאך נישט מעגליך אז מיר זאלן זיך צוזאמקומען.

אהיימקומענדיג נאכ׳ן דאווענען האבן מיר געווארט אפאר שעה ביז אלע געסט, ארום צען אין סך הכל, זענען אנגעקומען צו דער סעודה. צווישן די געסט איז געווען א מיידל פון רעננה וואס האט מיטגעברענגט ווארעמע חלות פונדערהיים. „כ׳האב עס ערשט אפגעבאקן פאר׳ן אהערקומען,‟ האט דאס מיידל געזאגט, „כ׳האב זיך געיאגט עס ארויסצונעמען פון אויוון, האף איך אז דאס איז גענוג גרייט צום עסן.‟ פון דער באמערקונג האב איך פארשטאנען אז כ׳וועל דאס נישט קענען עסן, ווייל ס׳איז נישט געבאקן פאר שבת (הלכה׳דיג טאר מען נישט עסן עפעס וואס איז געבאקן געווארן אום שבת). דאס מיידל האט אבער דערציילט אז זי האט אראפגענומען חלה פונעם טייג (וויפיל אידן אין אמעריקע וואס היטן נישט שבת וואלטן אינזין געהאט אראפצונעמען חלה?). בכל אופן האט נטע געהאט פאר מיר אן אנדערע חלה וואס ער האט צוגעגרייט פאר שבת.

צו קידוש האט מען מיך געבעטן פארצוזאגן דעם נוסח אויפ׳ן בעכער וויין, און כ׳האב פרובירט עס ארויסצוזאגן אויפ׳ן ישראל׳דיגן אקצענט. זייענדיג געוואוינט צום אשכנז׳ישן ארויסרייד איז עס מיר נישט געווען לייכט, אבער כ׳האב מזל געהאט וואס ס׳איז מיר געלונגען. צו עפענען די חלות צו לחם־משנה האט מען פארבעטן דאס מיידל פון רעננה וואס האט געברענגט די חלות. זי האט געמאכט די ברכה הויך און אויסגעטיילט שטיקעלעך פאר אלע געסט.

דערנאך האט מען רואיג פארברענגט ביי דער סעודה אין א אידישליכן אופן, וואס איז פאר מיר געווען א באגייסטערנדע איבערלעבונג. מ׳האט געשפילט א טריוויא־שפיל (נטע האט פארגעליינט שאלות אין פארשידענע געביטן און מיר האבן געדארפט ענטפערן), און נאכדעם האט מען געזונגען דעם „שיר המעלות‟ פון יאסעלע ראזנבלאט. דאס האט מיר נאכאמאל געוויזן ווי מ׳קען זיך נישט פארשטעלן דעם כח פון היינטיגן ארץ־ישראל, וואס פאראייניגט כלל ישראל אונטערן שירעם פון אונזער אלטער טראדיציע. ביי דעם שבת-טיש מיט מיינע ארץ־ישראל׳דיגע געשוויסטער האב איך געזען א גלגול פון דער תנ״כ׳ישער נאטירליכער אידישקייט, ווי ס׳האט מסתמא אויסגעזען אין דער פאר-הלכה׳דיגער תקופה.

אין סך הכל איז דאס געווען פאר מיר א שבת סעודה וואס כ׳האב קיינמאל פריער נישט ערפארן. איך האב פיל צו דערציילן וועגן דעם, אבער ס׳וועט נאר מאכן צו לאנג דעם ארטיקל, וועל איך מוזן זיך אפשטעלן דא. מיין עצה צו יעדן איד אין דער וועלט איז: זיך קיינמאל נישט אפהאלטן פון באקענען נאך אידן, וואס זעען אויס אנדערש אויפ׳ן ערשטן בליק, ווייל אמאל קען גענוג זיין איין באגעגעניש צו באמערקן אז ס׳איז דא עפעס טיף וואס פאראייניגט אונז אלע.

ארום א חודש נאך מיין צוריקקומען קיין אמעריקע האב איך דערהאלטן א מתנה פון נטע און תות – א קאמפאקטל פון אהוד בנאי, מיט א צוגעלייגטן צעטל וואס תות האט אפגעשריבן מיט איר האנטשריפט: „א קליינע מתנה פונעם הייליגן לאנד. מיט ליבשאפט, נטע און תות.‟