Yiddish with an Aleph

איך בין נישט קיין פראנצויז

No, I'm Not a Frenchman

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

איך בין נישט אויפגעשוידערט פון די אראבישע אטאקעס אין פאריז. ס׳איז געווען אזוי פשוט און קלאר ווי איך בין א איד, אז פריער צי שפעטער וועט פראנקרייך כאפן טעראר-מכות – אין סך הכל א סימפטאם אז דאס לאנד איז שוין לאנג אנגעשטעקט מיט דער איסלאמישער קרענק. צופיל איסלאם אין א לאנד מיינט אן איבערגיס פון בלוט. ס׳איז נישט „פאליטיש קארעקט‟, אבער פארט דאס מציאות.

אויפגעשוידערט בין איך נישט און קיין סימפאטיע כלפי די פראנצויזן פיל איך אויך נישט. איך וויל, אבער עס גייט נישט; מיין געוויסן און הארץ דערשטיקן יעדן סימן פון מיטגעפיל וואס וויל זיך נאר אנטוויקלען. מיין שכל, אגב, איז אינגאנצן מסכים אז ס׳קומט די פראנצויזן נישט קיין טראפן אידישע סימפאטיע.

מאכט נישט קיין טעות: מיין הארץ בלוטיגט פאר די אומשולדיגע מענטשן וואס האבן פארלוירן זייערע לעבנס. די בילדער און ווידעאוס פון די געשעדיגטע און קרובים פון די קרבנות האבן מיר צעשאקלט און צעטרייסלט. כ׳האב מיטגעוויינט מיט זיי און אויב וואלט געווען עפעס, סיי וואס, איך זאל קענען טאן זיי צו העלפן, וואלט איך עס זיכער געטאן אן טראכטן קיין צוויי מאל. דאס איז אבער נאר וואס שייך די יחידים, די מענטשן ווי מענטשן. די קאלעקטיווע שאק און שרעק פון פראנקרייך ווי א לאנד בארירט מיך אבער נישט ווייטער ווי אין דער לינקער פאה.

פראנקרייך האט קיינמאל נישט געקימערט די קריוודע פון ארץ ישראל און מיינע אידישע ברידער וואס וואוינען דארט. פראנקרייך האט נישט פארלוירן קיין מינוט שלאף, קיין טראפן שאמפאניע, און קיין איינציגן קיש, פון די טייכן בלוט וואס די זעלבע אראבער פארגיסן שוין צענדליגער יארן אין ארץ ישראל. נישט נאר פארלירן די פראנצויזן נישט קיין שלאף פון די ארץ ישראל׳דיגע מאטערנישן מיט דעם אראבישן קענסער, נאר פראנקרייך האט אקטיוו פארדאמט, פארלוימדעט און אקטיוו געשטערט דעם אידיש לאנד פון זיך פארטיידיגן קעגן די פרימיטיווע רוצחים. יעצט, אז די אראבישע צרה איז אנגעקומען צו איר ערד, זאלן די פראנצויזן פון איר געניסן געזונטערהייט.

פראנקרייך איז באהערשט פון דער פארדארבענער ליבעראלער קולטור וואס האסט דעם גוטן און בארעכטיגט דעם שלעכטן. דער וואס וויינט, איז מסתמא גערעכט – בלויז דערפאר, ווייל ער וויינט; דער שטארקער איז תמיד שולדיג – בלויז דערפאר, וואס ער קען געבן בעסערע קלעפ. דאס איז דער ליבעראלער געדאנקענגאנג, דאס איז אייראפע, און דאס איז פראנקרייך.

די פראנצויזן צייכענען זיך מיט זייער שאוויניזם בכלל און צינישן צוגאנג צו די געשעענישן אין ארץ ישראל. פראנקרייך האט תמיד „פארשטאנען‟ דעם אראבער, פארענטפערט זיינע עקלדיגע מעשים, און פארטיידיגט זיין קאמף פאר „פרייהייט‟. ס׳איז די פיינשמעקערישע פראנצויזן קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פארדאמען די אידישע קרבנות אין ארץ ישראל. אויב פראנקרייך עפנט זיך יא אמאל דאס מויל און זאגט א ווארט בשייכות די אראבישע מהומות, איז עס צו פאדערן „איינגעהאלטנקייט‟ מצד דעם אטאקירטן ישראל צו די צעיושעטע אראבער. דאס איז שוין אין בעסטן פאל.

ניין, איך האב נישט קיין רחמנות אויף די פראנצויזן, ווי א קאלעקטיוו, אויף די אראבישע צרות זייערע – וואס זיי, מיט דעם קראנקען ליבעראלן קוק אויף דער וועלט, האבן זיך אין תוך גענומען אליין אנגעברענגט. טרערן וועל איך פארגיסן אויף אידישע קרבנות און די סימפאטיע געפילן וועל איך אוועקלייגן פאר מיין אידיש לאנד, ארץ ישראל, וואס פארדינט סימפאטיע מער ווי סיי וועלכעס אנדער לאנד. שוין אין א זייט געלייגט אז ווי א נישט-פאליטיש-קארעקטער איד קומט דער איד ביי מיר פריער ווי סיי וועמען, איז ארץ ישראל סתם אזוי, שוין איר אידענטיטעט אין א זייט געלייגט, אליין אויף דער וועלט און דארף כסדר זיך פארטיידיגן פריער פון אראבישע מיסילס און מעסערס און דערנאך פון א פיינטליכער, פארקרימטער וועלט.

איך וועל זיך נישט אידענטיפיצירן מיט פראנקרייך און אויף מיין פראפיל-בילד וועלן נישט פיגורירן די קאלירן פון דער פראנצויזישער פאן. אויב שוין יא א פאן, וועט עס זיין די בלוי-און-ווייסע, און נישט נאר ווייל זי איז מיינע, נאר ווייל ארץ ישראל שטייט אויפ׳ן פראנט אין דעם קריג קעגן דעם איסלאמישן שונא. ווען פראנקרייך האט נאכנישט גע׳חלומ׳ט פון הערן „אללא-אכבאר‟ אויף די גאסן פון איר הויפטשטאט, איז ארץ ישראל שוין געשטאנען טיף פארמישט אין א קריג קעגן די רציחות פון איסלאם. פראנקרייך האט דעמאלט פארטיידיגט די „ארעמע פאלעסטינער‟; זאל זי יעצט עסן די קאשע וואס זי האט זיך פארקאכט מיט א געזונטן אפעטיט.