Yiddish with an Aleph

אינטערנעט – דער נסיון פון גדולי הדור

The Internet – A Struggle For Our Spiritual Leaders

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

עס זענען פאראן אזעלכע וואס ווייסן גענוי ווי צו זאגן וואס ס׳איז דער נסיון פון אונזער דור. יעדע תקופה קומט מיט א געוויסן נסיון, וואס איז ספעציפיש געווידמעט פאר יענעם דור, מיט וועלכן די מענטשן וואס לעבן דעמאלט דארפן זיך ספראווען.

פאר די מענטשן וואס לעבן בשעת מעשה איז נישט גרינג צו כאפן די שוועריגקייט, דאס געראנגל, פון דער צייט אין וועלכער ער לעבט. אזוי איז די טבע פון דער וועלט, אז די זאכן באמערקט מען הערשט שפעטער, ביים פאלגנדן דור, צי נאך שפעטער. זיצנדיג אין דער קעגנווארט איז שווער זיך ארויסצורייסן פונעם תוך און אנקוקן דעם מצב פון „דרויסן‟. דער פערספעקטיוו פון מענטשן וואס לעבן שפעטער איז געווענליך פינקטליכער – זיי זעען קלארער און קענען באטראכטן דעם עבר מיט א ברייטערן בליק.

אונזער דור מוטשעט זיך מיט מער ווי איין אזא נוסח-נסיון-הדור שוועריגקייט און ס׳איז שווער אנצואווייזן וועלכע פון זיי איז דער נסיון וואס איז כאראקטעריסטיש דוקא פאר אונזער דור.

עס זענען אבער פאראן אידן, וואס מיינען אז זיי ווייסן יא וואס אונזער ענדגילטיגער נסיון איז: דער אינטערנעט. רבנים און עסקנים טענה׳ן אז די גרעסטע פלאג וואס מאטערט חרדישע אידן אין דעם דור איז די ווירטואלע וועלט מיט אלעם וואס זי שטעלט מיט זיך פאר.

פערזענליך בין איך גענויגט צו טראכטן אז אונזער נסיון איז מחלוקת צווישן קהילות, רבנים, יחידים, משפחה, חברים, און די פארשידנערליי סעקטארס וואס מאכן אויס דעם כלל ישראל. אזעלכע מחלוקת זענען טאקע נישט קיין נאווינע און מיר פארמאגן שוין עטליכע הונדערט יאר דערפארונג אין קריגערייען. פארט, שפירט זיך עס ווי מיר שטייגן אלעם און אלעמען אריבער מיט דעם פארנעם פון די מחלוקת׳ן און אויך מיט דער לעכערליכקייט פון די סיבות צוליב וועלכע מיר קריגן זיך.

אזוי, יעדנפאלס, מיין איך. אבער פונקט ווי אנדערע מיטצייטלער, איז מיר אוממעגליך ארומצונעמען דעם דור אין וועלכן איך לעב און פון וועלכן איך בין א קליינער, נישטיגער טייל. איך מיין מחלוקת, אבער אנדערע מיינען אינטערנעט. איז, זאל זיין אינטערנעט; מיר וועלן מסכים זיין אז דער נסיון פון אונזער דור איז דער אינטערנעט.

אבער אויב שוין יא אינטערנעט, וואלט איך געזאגט אז ער, דער אינטערנעט, איז ליבערשט דער נסיון פון די גדולי הדור. דער אינטערנעט פאר זיך האט גארנישט באנייט; דער חידוש מיט אים שטעקט אין דער מאס צוטריטליכקייט צו אינפארמאציע און קאמוניקאציע וואס די נעץ האט געגעבן דער וועלט. וואס איז ביז היינט געווען א וואכן-לאנגע רייזע איז יעצט א פינגער-נסיעה פון דא ביז די קנעפלעך אויפ׳ן קאמפיוטער צי קלוגן טעלעפאן, און אלץ וואס מ׳האט אמאל געקענט וויסן נאר דורך קלעטערן און נישטערן ליגט יעצט גרייט צו דער האנט. דער גוטער גאון „גוגל‟ איז פיר און צוואנציג שעה אין טאג וויליג און גרייט צו ענטפערן יעדן פרעגער אויף יעדער פראגע, און אפטמאל גיט ער דעם ענטפער נאך איידער דער פרעגער שטעלט די שאלה… הקיצור, דער אינטערנעט האט נישט געברענגט קיין חידוש אין תוכן אזוי ווייט ווי אלץ וואס די וועלט האט פארצושלאגן ווערט אריינגעפירט דעם מענטש אין שויס.

גרינגער צוטריט צו אינפארמאציע, צו אנדערע מענטשן און אנדערע, פרעמדע קרייזן קען גורם זיין פראבלעמען, אבער דאס איז נישט נאר אמת פאר אונז, חרדישע אידן, נאר אויך די מאדערנע, אפילו סעקולערע קרייזן מוטשען זיך מיט דעם זעלבן פענאמען. דער חילוק איז נאר דאס: יענע אנערקענען דעם פראבלעם און זוכן זיך עצות ווי צו ספראווען דערמיט, בשעת ביי אונז ווייסט מען פון אזא פראבלעם נישט צו זאגן, וויבאלד דער אינטערנעט איז דאך בכלל נישט פאראן אין אונזער לאגער.

אמת? (וואס לאכט איר?)

דאס איז דער נסיון פון אונזערע גדולי הדור. אנשטאט אנערקענען דאס מציאות אז דער עולם היימישע אידן איז טראץ אלע איסורים און גדרים יא פארבינדן צום אינטערנעט, וואס מיינט אז די פראבלעמען וואס דאס קען ברענגען דארפן אדרעסירט ווערן, גיט מען דעם דאזיגן הלכה-למעשה’דיגן פאקט א שנייד ארויס פון סדר היום און פטור אן עסק. אנערקענען אז יונגעלייט צוליב ביזנעס אדער סתם אזוי אויף איין אדער אן אנדערן פארבינדן צום אינטערנעט פאדערט דאך שווערע מעשים; איז פשוט’ער ארויסצוגעבן אן אינטערנעט-איסור, זיך אוועקדרייען פון דער רעאליטעט און זיך נארן אז דער פראבלעם איז פארשוואונדן.

אבער דער אינטערנעט איז פארט דא, צווישן די שטריימלעך און בעקיטשעס, און די כללים פון „אנליין זיכערהייט‟, וואס מען לערנט איבעראל אין דער וועלט, ווערן ביי אונז נישט אנגערירט. דאס איז דער פראבלעם.

מען קען די פירער פון אונזערע קהילות נישט באאורטיילן, ווייל דער אינטערנעט איז טאקע א נייע מציאות ראדיקאל אנדערש ווי די שוועריגקייטן פון די פריערדיגע דורות, און מיר זענען נישט גרייט געווען דערויף. אבער למעשה איז ער דא און זיך מאכן כאילו לא היה טוט קיינעם נישט טובה, הגם עס פארשפארט די שווערע ארבעט פון אויסטרעטן א וועג אין אומבאקאנטער, פרעמדער טעריטאריע.

וואס דער נסיון פונעם המון עם איז היינט, ווייס איך נישט. כ׳גלייב אבער יא אז אויב נישט קריגערייען און שנאת חינם, איז דער נסיון פון די גדולי הדור טאקע דער אינטערנעט – דאס זיך אנגארטלען קוראזש און זיך אפגעבן מיט דער טעמע ווי זי איז, נישט ווי זיי וואלטן געוואלט ס’זאל זיין.