Yiddish with an Aleph

דער משיחישער שלום־פֿאַנאַטיזם פֿונעם לינקן לאַגער

The Messianic Peace Fanaticism of the Left

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
Getty Images

דער לינקער לאגער אין ארץ ישראל האט אין ליכט פון די לעצטיגע געשעענישן לכאורה פארלוירן דאס רעכט צו רעדן. אזוי, יעדנפאלס, וואלט געדארפט זיין. אין ארץ ישראל הערשט א דעמאקראטישע רעגירונג, וועלכע דערלויבט יעדן, אריינגערעכנט אראבישע שונאים, צו זאגן וואס עס גליסט זיך נאר, אריינגערעכנט רופן צו גוואלדטאטן קעגן אידן, און סיי וואו מ’וויל נאר, אריינגערעכנט דעם פאדיום פון דעם ישראל-פארלאמענט.

נו, אז כאנין זאאבי מעג אינעם כנסת העצן קעגן ארץ ישראל און אידן, מעגן די לינקע אויך רעדן. אבער אויב זיי וואלטן פארמאגט אביסל דרך ארץ כלפי זיך און דעם אייגענעם געוויסן, וואלטן זיי געלאזט אפשרייבן א מאניפעסטא און דערקלערן אז זיי האבן די אלע יארן געלעבט אין א טעות. אויב נישט דאס, כאטש מודה זיין אז די צייט איז אַרויסגעוואקסן פון דער לינקע אידאלאגיע און ס’איז צייט זי איבערצולאזן.

כ׳ווייס נישט וואס איז געווען אמאל, אבער די היינטיגע אראבער וואס וואוינען אין ארץ ישראל ווילן נישט קיין שלום. זיי ווילן נישט קיין מנוחה און קיין פרידליך צוזאמלעבן מיט די באלעבאטים פון לאנד. דער ציל פון די אראבער איז אונטערצוברענגען ארץ ישראל, אפצואווישן דאס אידיש לאנד אלס אזא פון דער מאפע. אזוי זאגן זיי קלאר. זיי שרייבן עס אין זייערע צייטונגען, פראקלאמירן עס אויף דער טעלעוויזיע, און פרעדיגן עס פאר די קינדער אין די שולעס.

אמאל האט דער חילוק צווישן דעם רעכטן און לינקן לאגער געשטעקט אין אידאלאגיע. ביידע האבן פארשטאנען אז די אראבער שטעלן מיט זיך פאר א פראבלעם פאר ארץ ישראל, און די שאלה איז נאר געווען וויאזוי דעם פראבלעם צו לעזן. אויסער די עקסטרעמען פון ביידע זייטן, רעכטס און לינקס, האט דער רוב געמיינט אז שלום מיט די אראבער איז רעאליסטיש. די מיינונגס פארשידענהייטן האבן געשטעקט אין וויפיל ישראל איז מחוייב נאכצוגעבן, וויפיל פונעם לאנד זי זאל אוועקגעבן פאר׳ן גרויסן ציל פון שלום און מנוחה.

זענען שוין זינט יענע צייטן געווען עטליכע רעגירונגען, רעכטע און לינקע, וואס האבן פרובירט צו גיין אויף דעם וועג פון אוועקגעבן לאנד און נאכגעבן די אראבער דאס און יענץ. דער אזוי געגארטער שלום איז אבער קיינמאל נישט אנגעקומען. אנשטאט מנוחה, האבן די אראבער געגעבן פייער, רויך, און א סך אידיש בלוט.

נישט נאר פאר׳ן ענדגילטיגן ציל פון שלום האט ישראל שוין א סך געגעבן, נאר אפילו בלויז פאר׳ן זשעסט פון ברענגען די אראבער צום טיש און באקומען פון זיי א שאקל מיט׳ן קאפ מיט הסכמה זיך צו זעצן פארהאנדלען – אפילו בלויז פאר דעם האט ישראל שוין די אראבער געגעבן קאנצעסיעס. בלויז דעם פארגאנגענעם יאר, האט די רעכטע רעגירונג אונטער פרעמיער נתניהו אפגעשטעלט דאס בויען פון הייזער אין יהודה ושומרון, אן באקומען עפעס אין אויסטויש און בלויז פאר’ן צוועק פון ווייזן די אראבער אז ער מיינט עס ערנסט מיט זיך אוועקזעצן פארהאנדלען.

די סיבה פארוואס די אלע אינציאטיווען האבן זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט איז זייער פשוט: די אראבער ווילן נישט קיין שלום. זייער ציל איז דער אונטערגאנג פון דער אידישער מדינה, און כל זמן זיי קענען דערגרייכן עפעס אין דער ריכטונג, וועלן זיי שפילן מיט די פארהאנדלונגען; איינמאל זיי שמעקן אז געשפרעכן קענען מיינען נאכצוגעבן עפעס פון זייער זייט, אדער אפילו טאן דאס מינדסטע לטובת בארואיגן די געמיטער, שארן זיי זיך אוועק און נעמען זיך צוריק צום אויסגעפרואווטן טעראר-מיטל.

דער ניגון פון „שלום‟ און נאך דערצו פאר׳ן פרייז פון אוועקגעבן שטיקער לאנד צום בלוטדורשטיגן שונא גריצלט שוין היינט אין אלעמענס אויערן. דער פראצענט ישראל איינוואוינערס וואס גלייבן נאך אינעם געדאנק פון א פרידליך פאלעסטינער לאנד אויף א שטיק ארץ ישראל האלט אין איין קלענער ווערן. די איינציגע וואס קלאמערן זיך אין דעם משוגעת מיט בלינדן פאנאטיזם איז דער עקסטרעם-לינקער עלעמענט, וואס האט זיך אויסגעפורעמט אן אידענטיטעט ארום דער פאלעסטינער לאנד פאנטאזיע. מודה זיין אז די העצערייען און קריגערייען מצד זיי קעגן דעם רוב פון ישראל בירגער איז געווען א שרעקליכער טעות מיינט אן אידאלאגישער טויט, און היות זיי, די ראדיקאל לינקע, זענען דאך די גרויסע חכמים, אפנקעפיגע, אינטעליגענטע קארפן-קעפ, וועלן זיי ליבערשט ווייטער גאלאפירן מיט׳ן קאפ אין דער וואנט איידער אנערקענען אז זייער מהלך האט שוין לאנג באנקראטירט מיט א קראך.

די איראניע אין דעם איז אז די לינקע, וועלכע באטראכטן זיך ווי די אינטעליגענציע, האבן במשך אלע יארן באשולדיגט די רעכטע אין משיח׳ישן פאנאטיזם, קליינקעפיגקייט, און אזעלכע וואס וועלן אויסקלייבן אידאלאגיע איבער פראגמאטיזם. למעשה דערזעען מיר זיך מיט א פונקט פארקערטן בילד: דוקא די לינקע זענען די וואס קלאמערן מיט א מאדנעם, קינדישן עקשנות אין אן אלטער, אפגעדינטער, ווערטלאזער שיטה וואס קיינער נעמט נישט ערנסט.

דער לינקער לאגער שטייט פאר א שיידוועג. ער וועט אין דער קומענדיגער תקופה זיך מוזן שאפן א נייע אידענטיטעט, אדער זיך טרעפן ארויסגעפאלן פונעם כלל אידן. אויב וועלן זיי בלייבן געטריי צום ביז יעצטיגן מהלך זייערן, קען מען שפעקולירן אז זיי וועלן נעמען דעם צווייטן וועג.

אזוי צי אזוי וועט דאס לאנד באפרייט ווערן פון דעם לינקן פראבלעם, און דערנאך וועלן זאכן זיך פארקירעווען אין דער געוואונטשענער ריכטונג פון אמת׳ן שלום און מנוחה.