Yiddish with an Aleph

דער אוצר אין ספר יהושע

The Valuable Book of Joshua

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

מיט נאנט צו א יאר צוריק האט מען אין ארץ ישראל אנגעהויבן א פראגראם צו לערנען יעדן טאג איין קאפיטל אין תנ״ך. אינעם פראיעקט נעמען אנטייל אלע שיכטן פון דער געזעלשאפט, פון לינקע ביז רעכטע, פרומע און פרייע. די חרדים וואס נעמען אנטייל אינעם פראיעקט וועלן דאס אפשר נישט דערציילן ברבים, אבער ס’איז קלאר אז נישט ווייניג חרדים האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דעם, נישט נאר אין ארץ ישראל נאר אויך אין חוץ לארץ. איר פרעגט פון וואו איך ווייס? גאנץ פשוט, ווייל איך אליין קען צענדליגער אזעלכע אין ניו יארק – און טאקע פון סאטמאר גופא אויך…

דער פראיעקט האט זיך אנגעהויבן מיט די פרקים פון ספר בראשית, און ערשט דעם חודש איז מען אנגעקומען צו ספר יהושע. יעדער ווייסט אז יהושע האט איינגענומען דאס לאנד פאר אידן, אבער א גרויסער טייל פונעם ספר פארנעמט זיך מיט די גרעניצן וואו יעדער שבט האט באקומען זיין חלק אין ארץ ישראל, און דאס איז נישט אזוי גרינג אפצולערנען. געווענליך האט מען נישט קיין געדולד צו זיצן איבער יענע קאפיטלען צו לאנג, אבער א דאנק דעם יעצטיגן תנ״ך פראיעקט קומט עס אן לייכטער, וויבאלד ס’איז דא צו געפינען מערערע שיעורים און מאפעס איבער די טעמעס אויפ׳ן אינטערנעט.

ובכן האט זיך מיר דא אנטפלעקט א חידוש, אז דאס אפלערנען יענע פארנעפלטע קאפיטלען גרייט אונז צו אן איבערראשונג. דורכדעם וואס ס׳צווינגט אונז צו באקענען די טאפאגראפישע לאנדשאפט פון ארץ ישראל, די בערג און די טאלן, די טייכן און ימ׳ען, ווי אויך די נעמען פון אלטע פארגעסענע געגנטן, באקומען מיר דורכדעם א נייע נאנטשאפט מיט אונזער אור-אלטן לאנד. ס׳איז קלאר אז ס׳איז נישט לייכט דורכצואקערן די פארפלאנטערטע פסוקים, אבער ס׳איז כדאי אפילו צו בלייבן אויף א נאכט אדער צוויי, וויבאלד ס׳צאלט זיך אויס מיט א טיפער הנאה, בפרט אויב מ׳האט עפעס באקאנטשאפט מיט דער מאפע פונעם היינטיגן ארץ ישראל.

רוב שטעט האבן פרעמדע נעמען, אבער אינצווישן פאלן שטענדיג אריין נעמען וואס מיר קענען פון דער היינטיגער מאפע און די אויגן לייכטן מיטאמאל אויף. מ׳שלעפט ארויס די אטלאסן, מ׳קוקט איבער די מאפע פונעם לאנד נאכאמאל און נאכאמאל, און מ׳באמערקט דערפלעך און שטעטלעך ארום און ארום וואס טראגן די אייגענע תנ״כ׳ישע נעמען. דער טאל פון “בית שאן” איז דער אייגענער טאל, דער “עמק יזרעאל” ליגט נאך אלץ צופיסנס פונעם גליל, דער טייך “קישון” איז ווייטער דער זעלבער, וועלכער לויפט אראפ פונעם כרמל מיט דער זעלבער געלאסנקייט ווי אין די צייטן וואס די שבטים האבן זיך באזעצט אינעם לאנד.

די קאפיטלען פון יהושע האבן מיך צוריקגעפירט צו אן אנדער תקופה אין דער אידישער געשיכטע, די תקופה ווען ארץ ישראל איז נאכנישט געווען קיין מלוכה און די שטחים זענען געווען צעטיילט דורך שבטים. ס׳איז שווער צו וויסן וויפיל די שבטים האבן זיך באטראכט ווי איין פאלק אין יענע ערשטע יארן, אבער פון די פסוקים קוקט אויס אז אזא באוואוסטזיניגקייט האט פארט עקזיסטירט. מיר רעדן וועגן די נחלות פון מנשה און אפרים, און מיר טרעפן נאך היינט אן אנדענק פון זיי אין די נעמען פון שטעט אויף מאדערנע מאפעס. מיר רעדן וועגן יששכר און מיר דערמאנען זיך אין “רמת יששכר” וואס מיר קענען טרעפן אויף מאדערנע מאפעס, נישט ווייט פונעם “הר תבור”.

ווען מ׳זעט דאס אלעס ווילט זיך זינגען שירה צו ארץ ישראל און צו אירע אלטע גרעניצן, און דא קומט ווידער אויף דאס געפיל פון אומגלויבליכקייט אויף דעם וואס מיר געפינען זיך ווידער דארט ביי די זעלבע גרעניצן. דוקא די בארטנס וואס שבט דן האט נישט געקענט איבערנעמען, צוליב די שווערע מלחמות מיט די פלישתים, דארט וואו ס׳איז היינט תל אביב און יפו, איז היינט געווארן דאס שפיגעלע פונעם מאדערנעם שטח. מיר דערקענען דארט די נעמען פון די שטעט אילון און בני ברק. א סברא אז בני ברק איז באזעצט געווארן מיט אידן נאך איידער ירושלים… וויבאלד ירושלים איז פארבליבן א פעסטונג פון יבוסים ביז צו די צייטן פון דוד המלך מיט הונדערטער יארן שפעטער.

אזא פריווילעגיע ווי דאס וואס מיר האבן היינט צוטאגס, צו קענען לערנען ספר יהושע מיט א רעלעוואנטקייט צום היינטיגן מציאות — דורכ׳ן קוקן אויף היינטיגע מאפעס און דערקענען היינטיגע שטעט, וואו אידן וואוינען ווידער אין די שטעט פון יהודה און שומרון, די חורבות פון שילה זענען ווידער אויפגעבויט און ירושלים שפרודלט מיט הונדערטער טויזנטער אידן, ווילט זיך נאר פאטשן אין באק צו זען צי דאס איז ווירקליך א מציאות אדער נאר א חלום. איז עס מעגליך אז דער צוויי טויזנטער יעריגער וועג וואס פירט פון חברון קיין ירושלים פירט היינט ווידער אידישע אויטאס? איז עס מעגליך אז די שפלה און דער שרון, דער גליל און דער נגב, האבן ווידער געעפנט די ארמען פאר אידישע קינדער?

ספר יהושע פאראייניגט דעם היינט מיטן אמאל. די יבוסים זענען שוין לאנג נישט דארט, די פלישתים וועלכע האבן געווארפן אן אימה אויף אידן הונדערטער יארן זענען שוין אויך נישט דארט. אנשטאט זיי זענען אויפגעקומען אנדערע שונאים וועלכע ווילן אויף להכעיס ענג מאכן פאר אידן דאס פלאץ אין אונזער אור-אלטן היימלאנד, אבער זיי וועלן מירטשעם האבן דעם זעלבן סוף ווי די פלישתים און די יבוסים, חוץ אויב זיי וועלן אראפלייגן דאס געווער און אויסקלויבן צו לעבן מיט אידן בשלום. זעענדיג ווי שטארק דער אמאל איז פארבונדן מיטן היינט, באקומט זיך דאס געפיל אז כלל ישראל שפינט ווייטער דעם המשך פונעם תנ”ך, און שרייבט ענדליך צו נייע קאפיטלען צו דעם אור אלטן ספר.