Yiddish with an Aleph

דער אייראָפּעיִשער פּליטים־קריזיס

The European Refugee Crisis

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
Getty Images

דער אייראפעאישער פליטים קריזיס איז א גרויסע צרה פאר דער פרייער וועלט. פון איין זייט זענען מיר מענטשן מיט אחריות און געוויסן, און ווען טויזנטער מענטשן, פארכאפט אין א באלדיגער געפאר אויף זייערע לעבנס, שטרעקן פארצוויילפטע אויס די הענט און בעטן געראטעוועט צו ווערן, ליגט אויף דער וועלט א התחייבות פון אננעמען די הענט און ארויסשלעפן די מענטשן פון דער סכנה.

פון דער אנדערער זייט, שמעקט פון יענע לענדער מיט רציחה און מסוכנ׳דיגן ראדיקאליזם. די פלעצער פון וואנען די פליטים אנטלויפן פראדוצירן די מערסטע און ערגסטע רוצחים און רציחות אין אונזערע צייטן. ראדיקאלע מוסולמענער טראגן נישט אויף זיך קיין ספעציפישן אוניפארם און ווען א לאנד נעמט אריין א גרופע אנטלויפנדע פליטים פון אזעלכע פלעצער ווי איראק, סיריע, ליביע, איז זייער נאענט צו זיכער אז עס וועלן זיך צווישן זיי געפינען ראדיקאלן פון דעם מין וואס מיינען אז אויף זיי ליגט א חוב איינצושטעלן „שאריא‟ אין די נעמליכע גאסטפריינטליכע אבער איינצייטיג „אפיקורסישע‟ לענדער.

די גרויל-בילדער פון די לעצטע חדשים, מיט הונדערטער אזעלכע פליטים וואס האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין מיתות משונות, דערציילן אביסל וועגן דער שרעקליכער לאגע פון וועלכער די קרבנות אנטלויפן. זיך ארויסלאזן מיט די ווייבער און קינדער איבער׳ן אפענעם ים אין קליינע, אומזיכערע שיפלעך זאגט א סך וועגן די אומשטענדן וועלכע זיי האבן באשלאסן איבערצולאזן. מיר פארשטייען גוט אז דער מצב אינדערהיים מוז זיין ערגער ווי שלעכט, אז זיך איינשטעלן דאס לעבן אוועקצוגיין פון דארט זאל זיין דער בעסערער אויסוואל. אזעלכע מענטשן דארף מען העלפן. מ’קען נישט לאזן מאסן מענטשן מיט א דילעמע פון געשאכטן ווערן אדער דערטרינקען ווערן און בלייבן פאסיוו אין א זייט.

פון דער אנדערער זייט… קוקט וואס געשעט אין די לענדער וועלכע די פליטים לאזן איבער. זיי אנטלויפן דאך פון א פרימיטיוון בארבאריזם און מאסן-מארדערייען אויסגעפירט דורך זייערע שכנים און ברידער. דער כאאס אין וועלכן די באטראפענע לענדער געפינען זיך קומט פון דעם וואס דער אייזערנער דיקטאטארישער פויסט איז אביסל לויז געווארן. סאדאם כוסעין, באשער אל-אסאד, מואמאר קאדאפי זענען אלע ווי איינער רוצחים און דעספאטן. זע אבער נאר וואס איז ארויסגעוואקסן אנשטאט זיי, איינמאל זייער מאכט איז איינגעצוימט געווארן. דאס זאגט דאך עפעס וועגן דער קולטור און טראכטן פון די מענטשן אין יענע לענדער. אייראפע מוטשעט זיך ווי עס איז מיט דער צרה פון אייגענעם איסלאמישן ראדיקאליזם, און זיי זוכן נישט זיך צו בויען מיט די אייגענע הענט פרישע שאריא-נעסטן אין די צענטערס פון זייערע גרויסע שטעט.

אזוי, אין דער צייט וואס אייראפע מוטשעט זיך מיט דער מאראלישער, פראקטישער און אפילו עקזיסטענציאנאלער דילעמע, זיצט זיך די פאראייניגטע שטאטן עטליכע טויזנט מייל און א ברייטן אקעאן אוועק אין מנוחה און שלווה, ווי גלייך נישט איר מיינט מען דא. אמעריקע טיילט דאס אחריות כאטש פונעם ספק וויאזוי צו האנדלען מיט אייראפע. אמעריקע, וועלכע טראגט די וועלטס-דאגות טיילט שלעק און מוצא׳ס לויט ווי אירע אינטערעסן דיקטירן, האט פלוצלינג נישט קיין געהעריגע שטעלונג איבער דעם קריטישן ענין.

פאראן א גרויס מקום פון כאטש צום טייל באשולדיגן די פאראייניגטע שטאטן אינעם יעצטיגן קריזיס וואס נעמט ארום דעם מיטל-מזרח. די געפעכטן און געשלעגן, ווי דער אויפקום פון „אייסיס‟, איז א תוצאה פונעם מאכט-וואקום וואס האט זיך געשאפן דורכ׳ן „אראבישן פרילינג‟, וועלכן אמעריקע האט אקטיוו געשטיצט. מען קען, אויב וויל מען דוקא, צוריקגיין ביז דער אמעריקאנער איראק-אינוואזיע – הגם ס׳איז גאנץ קלאר אז דאס שייכות פון אינוואדירן איראק ביז דעם אראבישן פרילינג איז סך לויזער ווי פונעם פרילינג ביז אייסיס און די אנדערע רוצחישע גרופעס וואס קאמאנדעווען יעצט אין געגנט. באשולדיגט וועמען איר ווילט, די פאליסיס פון בוש צי אבאמא, טראגט אבער אמעריקע נישט ווייניג אחריות פאר’ן אנטשטאנענעם מצב. און זי, פונקט זי פון אלע אנדערע, זיצט זיך ביי זיך אין פאלאץ און לאכט פון אלעמען.

דאס, די טענדענץ אפצושאקלען זיך פון יעדן סארט אחריות און רעאגירן אויף אויפפאדערונגען צו טאן מעשים דורך דעפלעקטירן די פאראנטווארטליכקייט אין אלע ריכטונגען אוועק פון זיך, איז אבער איינע פון די „קוואליפיקאציעס‟ וואס דעפינירן די פערזענליכקייט און פירערשאפט פון פרעזידענט אבאמא, וועמענס באשלוסן און אומקאפעטענץ אין נעמען זאכליכע שטעלונגען שיינען צו ווערן געטריבן פון נאאיוויטעט אדער נארציסיזם.

אינצווישן ברענט דער מיטל-מזרח, אייראפע ווערט פארשוועמט מיט פליטים, און איראן לאכט דער וועלט אין פנים. די תוצאות פון לאזן איראן טאן דאס איריגע וועלן צוריקקומען און פריער צי שפעטער וועט די וועלט שטיין פנים אל פנים מיט׳ן אויסגאנג פון דער יעצטיגער לייכטזיניגקייט כלפי אירע ווילדע מעשים. אבער דעמאלט וועט א צווייטער שוין זיין פרעזידענט און אבאמא וועט כלל נישט האבן קיין שייכות מיט דער צרה – וואס האט זיך בעצם אנגעהויבן פאר אים און געענדיגט נאך אים, אן דאס מינדסטע שייכות מיט אים אליין. פייער, פליטים, וואקלנדע פירער אן קיין ריקנביין… עפעס שמעקט אומהיימליך קענטליך.